בלאט 1 פון 1

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 3:06 pm
דורך [NAMELESS]
חכם עדיף מנביא...

דאס האט יאנקעל געשריבן א וואך פאר די כינוס
יאנקל האט געשריבן:איך גלייב אז די אסיפה וועט זיין גענוג גוט אויספלאנירט אז א ריזיגער ציבור וועט ווערן עמאציאנעל, און וועט אוועקגיין פון דארט מיט פעסטע החלטות זיך צו באווארענען פון דעם אינטערנעט. טראכט אריין, מ'דארף נישט זיין דער גרעסטער געני צו קענען נוצן אזא מעמד אויף צו שפילן מיט די געפילן. צענדליגער טויזנטער מענטשן וועלן שרייען "שמע ישראל", "ה' הוא האלוקים" - מ'וועט צוזאמען זאגן תפילת השל"ה וכו'. ס'וועלן דארטן זיצן מענטשן וועלכע וועלן זיך ארומקוקן און זען צענדליגער טויזנטער מענטשן פון פילע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, ס'וועט זיי ארומנעמען א געפיל פון "שאי סביב עינייך, וראי כולם נקבצו באו לך." גענוג מענטשן וועלן קומען מיט אן ערנסטקייט צו הערן וואס די רבנים האבן צו זאגן, און וועלן פון דארטן אוועקגיין דערהויבן.
דעריבער קען מען זיך גרייטן אז אין לויף פון עטליכע חדשים נאך דער אסיפה וועלן זיין מענטשן וועלכע וועלן זיין עקסטרעם לגבי דעם ענין פון אינטערנעט. איר וועט זיי בכלל נישט קענען דערציילן אז איר האט עפעס געזען אויף יו-טוב. זיי וועלן אייך אנקוקן ווי רשב"י וועלכער האט ביים ארויסגיין פון דער מערה געקוקט אויף אנשים שחורשים וזורעים את שדותיהם, און געזאגט "מניחין חיי עולם, ועוסקים בחיי שעה".
איך בין מסכים מיט ראשעקאל אז א יאר-צוויי נאך דער אסיפה וועט גארנישט זיין; ווייל אפילו א טאג נאך דער אסיפה גייען נישט זיין קיין ממשות'דיגע שינויים, חוץ א התעוררות אויף פילטערס און נישט צו נוצן דעם אינטערנעט נאר אויף דברים הכרחיים דווקא - וואס די זאכן זענען בעצם נישט די לייזונג פאר דעם גרויסן פראבלעם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:39 pm
דורך אלבערט
קארל, אין די ערשטע טעג נאך די אסיפה האסטו נישט געשיינט צו זיין אזוי אנציקט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 6:26 pm
דורך ידען
איך לייען די לעצטע שורה פון יאנקל און קארל שרייבט אויך ענדליך, און איך פרעג, וואס איז יא די לעזונג?

איין זאך וואס איך פארשטיי נישט אז די פילטערס אזוי ווי K9 לאזט דורך facebook, און איך מיין אז די רבנים האבן יא א פראבלעם מיט דעם. ניין?

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 6:29 pm
דורך שמיטה
באלד נאך די אסיפה בין איך אויך נישט געווען אזוי אנטציקט פון די תוצאות הכינוס. למעשה הער איך פון כמה וכמה מקורות נאמנים, אז א גאר גרויסע ציבור, אינגעלייט און בעלי בתים, האבן גענצליך אויפגעגעבן זייער אינטערנעט (בעיקר אויפן סעלפאן), אדער זיך איינגעהאנדלט גוטע פילטערס.
כ'ווייס אויך פון עטליכע ביזנעסער וואס האבן ביז איצט אויך געהאט פילטערס, און אצינד האבן זיי דאס ארויפגערוקט צו מער פארזיכערטע שטאפלען וכדומה.

מי כעמך ישראל!

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:44 pm
דורך דבילה
צו דער עולם האט אויפגעגעבן די אינטערנעט איז זייער א גרינגע זאך צו דערגיין. אויב וואסאיזנייעס, ישיבהוועלט, אייוועלט, מצב, וכדו' פארנעמען א פארלוסט אין וויזיטארס, דאן איז אמת אז ס'איז בכלל דא אן עולם וואס האט "עפעס" אויפגעגעבן. אויב די אלע וועבזייטלעך פארנעמען נישט קיין שום פארלוסט, איז די גאנצע מעשה להד"ם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 8:15 pm
דורך ידען
קארל האט געשריבן:
אלבערט האט געשריבן:קארל, אין די ערשטע טעג נאך די אסיפה האסטו נישט געשיינט צו זיין אזוי אנציקט.

איך בין נאך אלץ נישט אנציקט. פילטערס איז א געוואלדיגע זאך און א וויכטיגע זאך, אבער ווייט נישט דער גרעסטער חלק פון דעם פראבלעם. איך האלט נישט אז די די אויפטו פון דעם כינוס, נעמליך פילטערס, איז גענוג צו בארעכטיגן די אסטראנאמישע סכומים געלט און ענערגיע וואס אריין דערין. מען קען זיך אבער נישט פארהוילן פון דעם מציאות. ווי יאנקל האט אזוי אקוראט פאראויסגעזאגט, האבן די עסקנים מצליח געווען צו נוצן דעם כינוס מעורר צו זיין איבער פילטערס, און די דאזיגע פאזיטיווע ערשיינונג האב איך דא באשריבן.  

וואס איז נישט די גרעסטע חלק פונעם פראבלעם? די פילטערס?

עפעס איז נישט קלאר דא.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:28 pm
דורך איינער
אמת א טייל פונעם עולם, האבן פון גוטן ווילן אינסטאלירט פילטער'ס, אבער אסאך א גרעסער טייל איז עס בחינה פון "כפה עליו הר כגיגת" די טעראר וואס א גרויסער חלק רבנים/עסקנים פראקטעצירן אדער פלאנען פאר צוקופנט, איז נישט צו אויסצוהאלטן.

זיי ניצען די כינוס צו פארבאטן די אינטערנעט און צו אינפארסירן דעם פארבאט מיט פארשידענע טעראר מיטלן, וואס איז נישט צוגלייבן אז עס קען פאסירן און 2012 אין אמעריקע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:56 pm
דורך ידען
קענסט גארנישט טוהן און איך מיין אז זיי גייען געווינען ווייל זיי זענען באלעבאס אויף אונזרע קינדער און קענען זיי נוצן צו אונז סטראשענען.

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 12:06 am
דורך smart
איינער האט געשריבן:אמת א טייל פונעם עולם, האבן פון גוטן ווילן אינסטאלירט פילטער'ס, אבער אסאך א גרעסער טייל איז עס בחינה פון "כפה עליו הר כגיגת" די טעראר וואס א גרויסער חלק רבנים/עסקנים פראקטעצירן אדער פלאנען פאר צוקופנט, איז נישט צו אויסצוהאלטן.

זיי ניצען די כינוס צו פארבאטן די אינטערנעט און צו אינפארסירן דעם פארבאט מיט פארשידענע טעראר מיטלן, וואס איז נישט צוגלייבן אז עס קען פאסירן און 2012 אין אמעריקע.

אנטשולדיג במחילת כבודך צווינגען אריינצולייגען א פילטער איז נישט קיין טעראר בפרט אז עס קומט פון רבנים נישט ווי ביי אנדערע טעראר וואס שטייט אונטער א פאר טעראריסטעם וכו'

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 12:16 am
דורך דבילה
סטראשען ארויסצוווארפען קינדער פון די מוסדות (רב וואזנער) איז טעראר וויאזוי נאר דו ווילסט דאס דרייען, וה"ה די נושא פון שידוכים (הרה"ק מסקולען).

אז דו נעמסט א שטעלונג אז טעראר איז אויסגעהאלטן אויב ס'קומט פון רבנים איז שייך מיט דיר זיך צו טענה'ן. אבער אויב דיין שטעלונג איז אז טעראר קומט בכלל נישט פאר דא ביזטו פשוט נישט מן היישוב.

און אגב, א'מרעדט שוין, האבעך געהערט פון היבש א קראנטע מקור אז רב וואזנער איז נישט סתם געקומען צו אזא החלטה פון זיך אליין און פון איין מינוט אויפן צווייטן, נאר ער האט דאס אדורך געטוהן מיט עסקנים און דן געווען אין דעם פאר איבער 15 שעה. א"כ שטעלט זיך די פראגע, בלייבט דאס א הלכה'דיגע שאלה, צו האבן די עסקנים מצליח געווען אראפצוריקן אפילו אזא רב ווי רב וואזנער אליין צו די דרגא פון אלע אנדערע "עסקנים-מדברים-מתוך-גרונם" רבנים.

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 12:39 am
דורך געפילטע פיש
די רבנים האבן זיך שוין צאמגעזעצט פאר די נעקסטע אסיפה, די חורבן פון ערקאנדישאן'ס. עס קילט אפ אידישקייט אפילו מיט א פילטער.

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 9:35 am
דורך בן תמליון
דבילה האט געשריבן:צו דער עולם האט אויפגעגעבן די אינטערנעט איז זייער א גרינגע זאך צו דערגיין. אויב וואסאיזנייעס, ישיבהוועלט, אייוועלט, מצב, וכדו' פארנעמען א פארלוסט אין וויזיטארס, דאן איז אמת אז ס'איז בכלל דא אן עולם וואס האט "עפעס" אויפגעגעבן. אויב די אלע וועבזייטלעך פארנעמען נישט קיין שום פארלוסט, איז די גאנצע מעשה להד"ם.


וואס טוט זיך טאקע מיט אונזער קאווע שטיבל? האט זי פארלוירן באזיכער זייטן כינוס, די זעלבע, אדער גאר מער?

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 7:30 am
דורך אשכולות אויפוועקער
בן תמליון האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:צו דער עולם האט אויפגעגעבן די אינטערנעט איז זייער א גרינגע זאך צו דערגיין. אויב וואסאיזנייעס, ישיבהוועלט, אייוועלט, מצב, וכדו' פארנעמען א פארלוסט אין וויזיטארס, דאן איז אמת אז ס'איז בכלל דא אן עולם וואס האט "עפעס" אויפגעגעבן. אויב די אלע וועבזייטלעך פארנעמען נישט קיין שום פארלוסט, איז די גאנצע מעשה להד"ם.


וואס טוט זיך טאקע מיט אונזער קאווע שטיבל? האט זי פארלוירן באזיכער זייטן כינוס, די זעלבע, אדער גאר מער?

שוין פארענטפערט?

נשלח: דינסטאג מאי 27, 2014 3:35 pm
דורך כוכב
פון די אלע אויפגעוועקטע אשכולות איז דאס די נארמאלסטע.
עס איז נישטא איין רעכטדענקיגער איד וואס וועט נישט מודה זיין אז א פילטער איז א וויכטיגע זאך, אפילו אין די גוישע וועלט איז דא פערנטל קאנטראל, און א נארמאלע גוי האלט א קאנטראל אז זיינע קינדער זאלן נישט זיין אפן צו אלעס וואס דער אינטערנעט פארקויפט. און אשריכם איחוד הקהלות פאר'ן אויפוואכן דעם ציבור.