וויפיל איז דער זייגער אינדרויסן?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:54 am
געווען אמאל פיהר חברים, אברהם, משה, דוד און יוסף. זיי זענען אלע געווען זייער אינטעלגענטע און געלערנטע לייט, געלערנט פיזיקס און מאטעמאטיקס אין די באקאנטסטע אוניווערסיטעיטן, און זיי פלעגן אסאך שמועסן צוזאמען. יעדער איינער פון זיי האט זיך געהאט זיינע פעהיגקייטן, יעדער איינער האט זיך ספעציעלירט אין זיין פעלד.
איינער פון די אלע דריי, איז געווען אביסל אנדערש פון יעדעם, דאס איז געווען "דוד", ער איז געווען אביסל אן אנדער טייפ פון די אנדערע דריי, אביסל א שוואכערער פילאסאף. אבער דאך האט ער געפונען דאס ארט צווישן די אנדערע וויבאלד ער האט געהאט א ספעציעלע געשמאקע כאראקטער.
איין נאכט האבן זיך די פיהר חברים צוזאמגענומען אין א טיפע בעיסמענט ערגעצוואו, כדי צו פראווען צוזאמען א פארטי, זיי האבן געקויפט אלע גוטע מעדנים און מטעמים, און פארשטייט זיך אויך אביסל וואדקא, אזוי האבן זיי פארברענגט געשמאק אינאיינעם, און געשמועסט איבער אלע אינטרעסאנטע נושאים וואס זיי האבן אייביג געוואלט דיסקאסירן און קיינמאל נישט געטראפן די צייט דערצו.
אזוי אינמיטן, האבן זיי אריינגערוקט איין גלעזל לחיים נאכן צווייטן (אריבערגעגאנגען די הגבלות), ביז יעדער איז געווארן גוט אנגעיאשקעט, און זיי זענען געפאלן אין א טיפן שלאף, ווען ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיי אויפוועקן.
געשלאפן און געשלאפן... ביז איינער האט זיך פלוצלינג געגעבן א וועק-אויף, און שנעל אויפגעוועקט זיינע אלע חברים, יעדער האט געפרעגט גלייך: וואס גייט דא פאר?? וואו זענען מיר? וואו אזוי קומען מיר אן דא?
נאכן צוביסלעך זענען זיי געקומען צו זיך, ווען זיי האבן זיך געכאפט און דערמאנט וואס מיט זיי איז פארגעגאנגען, און ווי אזוי זיי זענען אנגעקומען צו אזא מצב. פרעגט אברהם: וויפיל איז דער זייגער אינדרויסן??
קיינער האט נישט געוואוסט צו ענטפערן, וויבאלד זיי זענען זייער טיף געשלאפן, און זיי זענען יעצט געווען אין א טיפע קעלער, ווי די ליכטיגקייט פון די זוהן איז נישט מעגליך צו אנקומען, אזוי אז מ'האט בכלל נישט געקענט וויסן צו עס איז באטאג אדער ביינאכט. אויסער דוד וואס ער האט אויסגערופן מיט א זיכערקייט: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט!
פון וואנעט ווייסטו? ווער האט דיר דאס פארציילט? פרעגן זיי פאר דוד. אבער דוד ענטפערט ווידער מיט די זעלבע מאס זיכערקייט: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט! אן ער זאל פיהלן אז ער דארף באשטעטיגן זיינע ווערטער.
אבער אברהם האט זיך נישט פארלאזט אויף דוד מיט בלינדע אויגן, נאר ער איז צוגעגאנגען צום טיהר און געקוקט דורך די שפאלטענעס, און ער האט געמאכט כל מיני סארטן קאמפליצירטע רעכענונגען, וואס האבן איהם געברענגט צו די מסקנא אז עס איז יעצט אינדרויסן דריי אזייגער נאכמיטאג.
ער קומט צוריק צו זיינע פריינט, און ער דערציילט זיי זיינע רעכענונגען און זיין מסקנא. זיינע פריינט האבן איהם אויסגעהערט מיט אינטערעסע, און אנגענומען זיינע דברים של טעם, אויסער דוד וואס ער האט זיך ווייטער געהאלטן ביי זיינס: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט! ער האט נישט געפיהלט פאר וויכטיג צו אפפרעגן די רעכענונגען פון אברהם.
נאך צוויי מינוט פון טענה'רייען, ווען אלע טענות פאלן אויף דוד'ס טויבע אויערן, גייט צו יוסף צום טיהר, און ער האט איבערגעמאכט די זעלבע רעכענונגען ווי אברהם, אבער ער האט צוגעלייגט נופך משלו, און מיט מער א פונקטליכקייט. און דערנאך קומט ער צוריק צו זיינע פריינט, און ער זאגט זיי אז: ניין! עס איז נישט דריי אזייגער, נאר האלב נאך דריי.
ער האט מסביר געווען פאר אברהם און פאר משה זיינע סיבות פארוואס ער איז צוגעקומען צו אט די מסקנא, און נאכן הערן זיינע דברים של טעם, האבן זיי אלע מסכים געווען צו יוסף, אז עס איז האלב נאך דריי, אויסער דוד וואס ער איז ווייטער געשטאנען ביי זיינס, און געשריגן מיט א פעסקייט: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט!
נאך אביסל טענה'רייען גייט משה צו צום טיהר, און ער טוהט איבער די אלע רעכענונגען, און ער נוצט די זעלבע טאקטיקן וואס אברהם און יוסף האבן גענוצט, און ער לייגט נאך צו אביסל אייגנס. אברהם און משה קוקן מיט שטוינונג וואס גייט זיין זיין מסקנא?
נאך עטליכע מינוט פון רעכענען, קומט משה צוריק און ער זאגט זיי אז לויט זיינע רעכענונגען קומט אויס אז עס איז גראדע א קוואדער צו דריי נאכמיטאג. נאכן קלאר אראפלייגן זיינע טענות און הוכחות דערויף, האבן זיי אלע דריי מסכים געווען פה אחד אז משה איז גערעכט. און דער זייגער איז טאקע א פערטל צו דריי.
אבער דוד שטייט ווייטער ביי זיינס, און ער שרייט ווייטער מיט א פעסקייט: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט!
און ער זאגט: איך פארשטיי נישט, יעדע מינוט טוישן אייך אייער ווערסיע, און עס שטעלט זיך ארויס אז אייערע רעכענונגען איז פאלש, איינמאל נאכן צווייטן, אינדערצייט וואס איך האב פון די ערשטע מינוט געשריגן און איך האב נישט קיין איין מינוט צוריק געצויגן: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט!
והנמשל מובן מאליו...
קרעדיט ([tag]הציץ ונפגע[/tag])