בלאט 1 פון 1

קול דממה דקה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:04 pm
דורך יואב
מחשבות, זיי פליען
די זעל, וויל רוען
חלומות, זיי בליען –
דער גוף אבער,
ער וויל נישט מיען.

טיפע קווענקלענישן, 
עמאצינאלע בענקענישן.
קיין ענדע צו דעריאגן
צו קיין פלאץ טראגן.

די זעבארע ליפן,
לחיים זיפן.
ברוך ה׳ זיי זאגן
זאל אייביג טאגן.

שמייכל, א מאסקע פאר פיין;
פאר יענעם, השערות צו זיין דן.
יענעמס צוקונפט, מיין עבר;
מיין עתיד, מיין קבר.

מיין נשמה, איך זוך איר;
זאג, ביי וועלכער טיר
דער מח, ער איז שטום;
ער געפינט זיך אומעטום.

אויערן, וועלכע הערן א הארץ;
אויגן, וואס זעען נישט ווייס אדער שווארץ
א נאז, צו דערשמעקן א מח
די ווייטאמינען וואס גיבן כח.