בלאט 1 פון 1

שוידער: רוב שמות קומען אן אין לענדפיל

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 2:06 pm
דורך hopefully
נאך א לענגערע אינוועסטיגעישאן איבער שמות לגניזה דורכגעפירט דורכ'ן אפיס פון אסעמבלימאן הייקינד צוזאמן מיט עמי מאגאזין האבן זיי אנדעקט אז רוב רובו פון די שמות וואס מען טוט צוזאמנעמען פון אלע חרדישע געגענטער און פון די שענסטע קהילות קומען רח"ל אן אין עפעס א גרויליגער לענדפיל אין פענסילוועניע. צוזאמען מיט אלע אנדערע גארבעדש. און דאס חילול שם השם מיט די פרעכער רויבעריי גייט שוין אזוי סיסטעמאטיש אן פאר צוואנציג יאר. עמי האט אינטערוויוס מיט הייקינד און מיט די פירער פון בית גניזה עולם די ארגעניזאציע וואס פרובירט שוין עטליכע יאר אויפצוקלערן דעם עולם וואס סגייט פאר, און פרובירן צו שתדלן ביי די גאווערנמענט צו גרינדן א סעמעטערי נאר פאר שמות אליינס און אז סזאל מער נישט קאסטן קיין ערענסטע געלטער צו ברענגען א שמות זעקל לקבורה. אויך באשרייבן זיי אביסל שווערע היסטאריע פון שמות לגניזה באגלייט מיט בילדער.

דא וועל איך פרובירן צאמצונעמן און ארויפלייגן אלעס ארום דעם סקאנדאל די הייקינד פרעס ריליעס, די שאקינג אנדערקאווער ווידיאו, די עמי ארטיקעל אויב מעגליך, די בריוו וואס בית גניזה האט מיט א שטיק צייט צוריק ארומגעשיקט צו די רבנים איבערן מצב פון שמות און ווי זיי מאכן פארשריט. אויב איינער ווייסט פרטים איז ער מכובד צו שרייבן. זונטאג וועל איך מיך צוריקערן אי"ה.