בלאט 1 פון 3

יוסי גרין - אידיש נחת

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 8:55 pm
דורך לאליפאפ
בשעת מיר זיצן און בייסן די עקן פון די קאצקע צוקער איבער א הייסן שאל קאווע, זיצט יוסי גרין ביים פיאנא אין סיגעיט און ארבעט אויפן נייעם אלבום זיינער אידיש נחת.

אידיש נחת איז אויסגעוועלט געווארן צו דינען אלץ די נאמען פאר דעם נייעם קינדער פראיעקט, דאס הייסט א טאטע סידי ווי קינדער זינגען, פארשטייט זיך אז די קינדער קווייער ווערט דירעקטירט דורך די אלעמען באקאנטער קווייער דיירעקטאר מושי קרויס פון MK Studios, און איז ערווארטעט צו זיין א גאר רייכער פראיעקט אזוי ווי עס פאסט פאר אזעלכע ריזן.

די מוזיק ווערט ארעינדזשד דורך נפתלי משה שניצלער וועלכער איז באקאנט מיט זיינע הערליכע עיבודים, און ווי עס שיינט וועט נישט זיין אינעם אלבום קיין עלעקטראנישע מוזיק בכלל. לייק.

ווער האט צוצולייגן ידיעות?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 9:36 pm
דורך שמעקעדיג
וואס מיינט עס וועט נישט זיין עלעקטראנישע מוזיק?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:04 pm
דורך יואב
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינט עס וועט נישט זיין עלעקטראנישע מוזיק?

לכאורה אז ס׳וועט זיין מוזיק אך ורק אויף דעם אלטן שטייגער, לאפוקי DJ, אדער אזא געמיש, אזוי ווי רוב לעצטערע סידיס.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:07 pm
דורך [NAMELESS]
לכאורה מיינט ער אז עס וועט זיין א פול בענד, אנדערש ווי רוב אלבומ'ס לעצטענס וואס איז עלעקטראניש אהער געשטעלט כאילו א בענד

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:28 pm
דורך לאליפאפ
יא יא גוט אריינגעלערנט פשט עטץ אלע.

יעצט באמערקט אז [tag]MK Studio[/tag] דרייט זיך דא!

ר' משה געב אונז א ריפארט פליז.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:02 pm
דורך MK Studio
א גוטן אייך אלע שותי קאווע.
שקויעך פאר די איינליידענונג אריינצוקומען איבערגעבן ס'ווארט.

איך האב נישט קיין סאך וואס מוסיף צו זיין לדברי לאליפאפ.

דער אלבום האט 10 ניגונים ממיטב נגוני יוסי גרין, 9 פרישע ניגונים און איין באקאנטע ניגון וואס דער חידוש דערפון איז אז ס'איז דאסמאל געזינגען געווארן דורך קינדער.
די עיבודים מאכט נפתלי משה שניצלער, וואס האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטיגער ארבייט, די מוזיק איז עכטע מוזיק, (עס זענען גראדע דא עטליכע ניגונים וואס האבן געהאט מער אן עלעקטראנישע פיהל, דעריבער זענען די דראם'ס דארט עלעקטראניש)

די קינדער קווייער ב'"ה איז אויסגעקומען איינס אין דער וועלט, וואו דער עולם וועט אליינס מעיד זיין גלייב איך, ווי אויך האב איך ארייינגעלייגט עטליכע פרישע ילדי פלא וואס מ'האט נאכנישט געהערט פון זיי ביז היינט.

בעת די שורות ווערן געשריבן האט יוסי נארוואס פארענדיגט זיינע לעצטע וואקאלס פאר דעם אלבום, נעקסט סטאפ איז מיקס….

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:36 pm
דורך לאליפאפ
אה מיי גאש.. עקסייטינג!

שכוח ערעב עם קעי.. (באווייז דיר פון צייט צו צייט פליז)

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:44 pm
דורך מנחם
א דאנק פאר אייער באריכט.
עס איז ריפרעשינג צו הערן אז עס קומט נאך אמאל ארויס אן אלבוים מיט א רייכע קוואליטעט.
איך האף דער עולם וועט האבן שכל און קויפן, נישט קאפיען און דראפשאכטלן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:05 pm
דורך סאשי פיש
היינט אינעם סטאדיא יוסי גרין מיט מושה קרויס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:01 am
דורך טעפל
ווער גייט זינגען? יוסי גרין מיט די קינדער? אדער גאר מוישי קרויס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:04 pm
דורך שעפטל
הער איך אז ס'דא נאר קינדער, און שטייצעך אליינס די "קווייער..." פון ר' יוסל'ן....

כ'קען עס זעהן די טעיפ אויף וואס מ'ווארט...

נאך דערציילט מיר איינער, אז די אלבום גייט הייסן "מתנה טובה" (מסתמה ע"ש איינע פון די ניגונים דארטן אויפן אלבום) און די סעריע (אהההה, ס'קומט ארויס נאך???) הייסט "אידיש נחת"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:16 pm
דורך לאליפאפ
שעפטל האט געשריבן:הער איך אז ס'דא נאר קינדער, און שטייצעך אליינס די "קווייער..." פון ר' יוסל'ן....

כ'קען עס זעהן די טעיפ אויף וואס מ'ווארט...

נאך דערציילט מיר איינער, אז די אלבום גייט הייסן "מתנה טובה" (מסתמה ע"ש איינע פון די ניגונים דארטן אויפן אלבום) און די סעריע (אהההה, ס'קומט ארויס נאך???) הייסט "אידיש נחת"

דאס לעצטע מיינעך איז נישט ריכטיג, זעה דא.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:25 pm
דורך MK Studio
דער נייער אידיש נחת אלבום "מתנה טובה" וועט אי"ה זיין אין די געשעפטן דעם מיטווואך.

דיסטריביוטעד ביי ניגון דיסטריביוטערס, און דא האט איר דעם קאווער.

א דעטאלירטער באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:55 pm
דורך לאליפאפ
Wow! מתנה טובה בא לעולם!

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:14 pm
דורך MK Studio
אין די סעריע פון אידיש נחת ברענגען מיר אייך די ערשטע אלבום "מתנה טובה" וואס באשטייט פון 10 ניגונים קאמפאזירט דורך אונזער אלעמען באקאנטער קאמפאזער יוסי גרין וואס ברויך נישט קיין ספעציעלער אינטראדאקשאן יעדער ווייסט ווער דאס איז, און אסאך פון דא זענען אויפגעוואקסן מיט גאר אסאך פון זיינע ניגונים.

די 10 ניגונים באשטייען פון 9 נייע ניגונים און איין אלטע ניגון.
די ניגונים זענען געווארן אראפגעזינגען דורך מיינע קינדערלעך קווייער און קינדערלעך סאלא'ס, און כ'האב אריינגעלייגט א שווערע און שיינע ארבייט, סיי אין די הערליכע סאלא'ס און סיי אין די קוייער און אין די הארמאני'ס, אויף וואס איך ארבייט שוין באלד צוויי יאר אז דאס זאל זיין א דבר השלם.

אויך האב איך אויף דעם אלבום א שיינע סורפרייז, א נייער ילד הפלא וואס איז שוין לאנג נישט געווען אזוינס. א אינגעלע מיטן נאמען "ישראלי לויפער" וואס לייגט אראפ זיינע שטיקלעך אז מ'קען אויסגיין פאר מתיקות.

אלע ניגונים ווערן אויך באגלייט דורך יוסי אליין, וואס ווארפט אריין זיינע געפילן דא דארט, וואס דאס גיבט צו א געוואלדיגע רייכקייט צו יעדן ניגון באזונדער.

דער אלבום איז פראדוסט געווארן דורך אני הקטן. די מוזיק איז מייסטערהאפטיג אראפגעשפילט געווארן דורך אונזער אלעמען באקאנטן נפתלי משה שניצלער, וואס האט דאסמאל איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען, און אהערגעשטעלט די מוזיק כדבעי.

געמיקסט געווארן דורך לערי געיטס און נפתלי משה.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:19 pm
דורך יידל
יש פריוויו?

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:47 pm
דורך סאשי פיש
די נייע איבערגעמאכטע פריוויא דא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:11 am
דורך קינד_אן_קייט
די ערשטע פריוויו איז בעסער לדעתי, ס׳הערט זיך מער ווי א קינדער כאור (דוגמת מב״ק און יב״ק, אבער היימיש), די צווייטע הערט זיך אביסל צו ערנסט (מער ווי א מחנה שלוה אלבוים).

א שיינער חידוש אין עולם פון היימישע נגינה! כ׳וועל עס קויפן בלי״נ.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:49 am
דורך רויטע וואנצעס
הערליך, ארגינעל זייער נאן טיפיקעל סחורה. די שבת ניגון געפלאכטן מיט די קינדער כאר און יוסי איז סאמטינג ספעשיל!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:44 pm
דורך ודי למבין
אין א שמועס מיט יוסי גרין האט ער מעך געזאגט אז די אלבוים איז ארויס געקומען סאך בעסער ווי ער אליין האט ערווארטעט. ער גיבט פיל קרעדיט פאר עם קעי און פאר די קינדער וועלכע זינגען זייער ווארים און הארציג.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:34 pm
דורך לך לך
בערגער זרילי זינגט דארט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:51 pm
דורך יאיר
טאקע הערליך און ווארעם.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:47 pm
דורך לאליפאפ
לך לך האט געשריבן:בערגער זרילי זינגט דארט?

טעג [tag]MK Studio[/tag], וועט ער אויסזאגן.