מוט און געפיל
נישטא פיהל
געדאנקן צופלויגן
סברות נישט געשטויגן
לאמיר פרובירן
אנשטאט דער עולם זאל פארפירן
די צייט געטראפן
שטיין און האפן
די קליינע קנעפלעך געטוען דריקן
פון א אלף א ריש געטוען פארריקן
זעכציג מינוט געטוען פארברענגען
שיק געדריקט נאך זעקס מאהל אנשטרענגען
אחכה לו עס זאל אנקומען
דאס אויך נישט מיר פארגינען
און ווען יא, בלייבט עס ביי דעם
נישטא צו רעדן צו וועם
וועגען א נאמען צו נעמען, שמעקט איהם בעסער
א אומרעכט צו זאגן אינמיטן שבעה נישטא גרעסער
דארט ווי מ'קען האקן קומט ער אן
חוץ פון דעם נישטא וואס צו טאָן
דערנאך ווי ביסטו? הייבט מען בליקן
בלעטער און פעטיציעס מיט איכה טוט מען דריקן
אבער דו קענסט טוישן די וועג
חברה עס קומט גוטע טעג
[tag]רויטע וואנצעס[/tag] עס קען אריין גיין אין גדר פון פאזיע?
מיין תגובה
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל