בלאט 1 פון 1

גדולים צדיקים במיתתן

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 1:04 pm
דורך כוכב
כ'האב אמאל געהערט פון א גדול, אז עס קען נישט זיין קיין שום קביעות'דיגע הנהגה וואס זאל זיין באזירט אויף ניסים, ווייל דעמאלט וואלט עס געווען א סתירה מיט בחירה. ענליך שטייט אין עבודת ישראל אויף א פלאץ אז וועגן דעם ווערן נישט תפלות אלעמאל נתקבל, עכ"פ בגילוי, ווייל ס'וואלט געווען ביטול הבחירה.

דער גדול האט זיך געשטעלט אויפן מאמר חז"ל פון 'שפתותיו דובבות בקבר', אז לא ימלט אז דאס זאל זיין כפשוטו, ווייל דעמאלט קען מען אריינלייגן א ווידעא קאמערע פון הונטער דער ערד און אויפווייזן אין איין רגע אז יש דין ויש דיין און סאיז מער נישט פארהאן קיין בחירה.

אויסער צוויי פרשיות טרעפט מען אין דער תורה וואס זאל זיין געבינדן מיט ניסים דאס איז פ' סוטה און פ' מצורע און טאקע לכאורה נאר ווען כלל ישראל איז ממילא געווען אויף א הויכער מדריגה, ווי די גמ' זאגט אז משרבו המקולקלין האט פ' סוטה מער נישט געארבעט.

והנוגע לענינינו, ביי חסידים איז אנגענומען אז צדיקים בלייבן גאנץ לאחר פטירתם. באמת טרעפט מען נאך אין חז"ל אויף א תנא וואס איז געווען באהאלטן 22 יאר אין א צימער און זיין גוף איז געבליבן גאנץ.

אין זוהר שטייט אז סאיז א טובה פאר דער נשמה ווי שנעלער דער גוף צעגייט אין דער ערד, אבער למעשה טרעפט מען שוין אין דער גמ' אז דוד המלך האט געבעטן אז זיין גוף זאל בלייבן גאנץ, און ווי די גמ' זאגט האט מען אים עס נישט נאכגעגעבן.
פון איינעם פון די צדיקים איז דא א ווארט אז היעלה על הדעת אז דוד המלך זאל ח'ו פארפוילט ווערן אין קבר, נאר פשט איז אז אנדערע זאכן האט ער געקריגן אן תפלה אבער אויף דער מתנה האט ער געדארפט מתפלל זיין (סשטימט זייער אין די לשון הגמרא, אבער כקען נישט יעצט נאכקוקן).

בזמנינו אלה האט מען מפנה געווען צוויי צדיקים, הרה'ק בעל אמרי יוסף זי'ע, דארט ווייסט מען קלאר אז ער איז נישט געווען גאנץ, און הרה'ק בעל אהבת ישראל זי'ע. עס האט דאן געהייסן אז מהאט אים געטראפן גאנץ און דער חזו'א האט געבעטן דעם אמרי חיים, מ'זאל ווייזן דעם גוף כדי צו מחזק זיין די אמונה. דער אמרי חיים האט אבער נישט מסכים געווען, וואס ברענגט באלד צו דער מסכנה אז דער מצב איז נישט געווען אזוי פשוט.

ווען איך בין געווען א קינד כאב איך געליינט אין א ביכל איבער עטליכע אידן וואס האבן געזען רבי אלימלך אין קבר ביי דער צווייטער וועלט מלחמה און ער האט אויסגעזען פריש ווי ער וואלט היינט באערדיגט געווארן עס איז אפילו געשטאנען אויסגערעכנט די נעמען פון די אידן. איז דאס קראנט? האט איינער מער אינפארמאציע דערוועגן?

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 1:37 pm
דורך שפתים ישק
הא לך לישנא דגמרא במסכת שבת דף קנב, ב:

אמר רב מרי: "עתידים צדיקים דהוו עפרא [אפילו צדיקים נרקבים ונעשים אפר] דכתיב (קהלת יב, ז) 'וישוב העפר על הארץ'".

כשהיה הנהו קפולאי
[חופרים] דהוו קפלי בארעא דרב נחמן, נחר בהו רב אחאי בר יאשיה [שהיה נקבר שם], אתו ואמרו ליה לרב נחמן: "נחר בן גברא".

אתא, ואמר ליה: "מאן ניהו מר?"

אמר ליה: "אנא אחאי בר יאשיה".

א"ל: "ולאו אמר רב מרי עתידי צדיקי דהוו עפרא?"

א"ל: "ומני מרי דלא ידענא ליה
[ואיני חש לדבריו]?"

א"ל: "והא קרא כתיב 'וישוב העפר על הארץ כשהיה'".

אמר ליה: "דאקרייך קהלת לא אקרייך משלי, דכתיב (משלי יד, ל) 'ורקב עצמות קנאה' כל מי שיש לו קנאה
[ותחרות על חברו] בלבו עצמותיו מרקיבים [ועליו נאמר וישוב אל העפר] כל שאין לו קנאה בלבו אין עצמותיו מרקיבים".

גששיה, חזייה דאית ביה מששא, אמר ליה: "ליקום מר לגוויה דביתא!"

אמר ליה: "גלית אדעתך דאפילו נביאי לא קרית, דכתיב (יחזקאל לז, יג) 'וידעתם כי אני ה' בפתחי את קברותיכם'".

א"ל: "והכתיב (בראשית ג, יט) 'כי עפר אתה ואל עפר תשוב'?"

א"ל: "ההוא שעה אחת קודם תחיית המתים".

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 1:54 pm
דורך ונבנתה העיר
אין חב"ד דערציילט מען אז ווען מען האט מפנה געווען דעם רבי'ן רש"ב אין תרצ"ט - 19 יאהר נאך זיין הסתלקות - איז ער געווען גאנץ.

בנוגע ר"ר אלימלך האב איך געהערט פון א איד אז אמאהל כ"א אדר איז איינער פון די גראבער געווען ביים סאטמאר'ן רב אין בהמ"ד, איז דער רבי אראפגעקומען הערן פון איהם די מעשה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 2:02 pm
דורך איך אויך
א חידוש פאר מיר אז מען האט עם מפנה געווען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 2:08 pm
דורך מאטי
אויסער צוויי פרשיות טרעפט מען אין דער תורה וואס זאל זיין געבינדן מיט ניסים דאס איז פ' סוטה און פ' מצורא

וארא/בא י' מכות. שמיני ותצא אש מלפני ה' וכו'/ קרח, הבלעת קרח ועדתו, פריחת שקדים במטה. חקת, מים מסלע. ועוד.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 2:16 pm
דורך כוכב
איך רעד פון מצות וואס מאיז מחויב לדורות און זאל זיין געבינדן מיט ניסים.
קענסט צולייגן קריעת ים סוף צו דיין ליסטע...

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 2:58 pm
דורך מנחם
הא גופא אז עס נישט אבסלוט כפי מה שהוכח אצל האמרי יוסף, איז לכאורה גענוג שטארק צו זאגן אז עס נישט קיין קבועת'דיגער הנהגה, ממילא איז עס לכאורה נישט קיין סתירה צו די דברי הגדול.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
ידוע אז די הר הזיתים האט די סגולה אז די ערד דארט מאכט שנעל די זשאב אז ביז געציילטע שעות דערקענט מען שוין נישט אז עס איז דא דארט א גוף,

סוואלט מיר געווען אינטערעסאנט א מקור אויף וואס @כוכב ברענגט בשם די חזו''א און פארוואס פונקטליך איז עס מחזק די אמונה,
דוכט זיך מיר אז עס איז שוין געווען א שמועס דא און וואס עטליכע האבן אנגעוויסען אז ביי גוים געפונט מען אויך אמאל אז די גוף בלייבט גאנץ,

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:46 pm
דורך כוכב
כמדומה שכ'כ במעשה איש.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:23 pm
דורך רויטע וואנצעס

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
דער שטעפינשטער רבי איז געווען גאנץ
דער חיד״א איז נישט געווען גאנץ
אזוי אויך ר׳ חיים ויטאל וואס מהאט געברענגט קיין א״י מיט 30 יאר צוריק איז געווען ביינער (א גאנצע מעשה פאר זיך, ער ליגט אין קרית מלאכי)
דער רש״ש וואס ליגט אויף הר הזיתים איז געווען א מעשה אז מהאט עם געזען גאנץ(כ״ק אדמו״ר משומרי אמונים זי״ע האט דערציילט אז בשעת מהאט צוריק באקומען הר הזיתים תשכ״ז נאך די ששת ימי האורה האט ער באזיכט הר הזיתים אין געטראפען דעם רש״ש׳ס ציון מחולל אין זיין קערפער גאנץ! אין ער האט צוריק געשטעלט דעם מציבה)
ר׳ מאיר שפירא פון לובלין איז געבליבען גאנץ
אזוי אויך האב איך געהרט פון א אייניקל פון ביאלער רבי בעל חלקת יהושע זי״ע אויף א אינטרעסאנטע מעשה וואס ער האט אליין געהרט פון איינער פון די חברא קדישא מענטשען וואס מהאט געזען דעם ביאלער רבי זי״ע גאנץ בערך 6 יאר נאכן הסתלקות (א מעשה באריכות)
אזוי אויך איז ר׳ יוחנן מקארלין זי״ע געבליבען גאנץ ווען מהאט עם אוועקגפירט קיין א״י בערך צוויי יאר נאכען הסתלקות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:00 pm
דורך הרב_שלום
די פאטער פון רעביצען אלטע פיגא האט מען מפנה געווען און די חברה קדישא האבן איינגערעדט אז מען האט געזעהן די בארד נאך נאס פון די מקוה
און יעדע האט עס געגלייבט נאך איר פטירה האט עס ארויס געליקט אז די גאנצע מעשה איז גיווען בי עס