בלאט 1 פון 1

מיינע מלמדים זענען זיי גערעכט???

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:14 pm
דורך עמעזאן
אין כמעט יעדע קלאס אין חדר מאכטס זיך נרדפים און רודפים אן קיין ספעציעלע סיבה עפי''ר זענען די רודפים אליין אנגעגעסן, מאכטס זיך אמאל סגייט ארויס פון די גדרים און נאך ריסעס ווען די רעבי קומט אריין געט ער א געשריי שטיל זאל זיין!! א שוידער גייט אדורך און די יונגע אומשילדיגע הערצער, ס'ווערט א טויט שטילקייט, יעדער מאכט צוריק צו די גמרות! קומט נאכאמאל ארויס א געשריי פון די קאפי מויל,

דא הייבט ער אן מיט א גאנצע דרשה פון טשעפענען ואכמ''ל למעשה הייבט ער זיין טאן פארציילענדיג ערשט האנטיגע סיפורים וואס די קינדער רודפים האבן גאר מיס אפגעשניטן אויף די עלטער משא''כ די נרדפים זענען מוצלחים וכו' מיט לעבעדיגע שרעקעדיגע סצענעס וואס סגייט אלס זיין,

מיין שאלה איז חוץ וואס מ'זעהט די מציאות איז נישט אזוי, וויל איך וויסען צו קלפי שמים איז דא עפעס א תבי' וואס א מענטש האט געטוהן בקטנותו, צו ער דארף אפי' איבערבעטן אויב ער האלט עטליכע יאהר נאך די חתונה ועדיין לא נושענו צו ס'האט אפי' פשט תולה צוזיין זיינע צרות אין דעם,
לכאורה נישט, די גמרה זאגט דאך קלאר קטנים פגיעתן רעה....

[center]סוי וויל איך וויסען איז יש דברים בגו וואס מיינע מלמדים האבן מיר צושראקן צו נישט.[/center]

אגב דעס זעהט מען יא אז גלונגענע קינדער בעלי כשרונות וואס האבן זיך אויפגעפירט שטאלץ האבן שפעטער געכאפט א שטיקל ריק, דאס האט יא מקורות וועגן עין הרע וכדו' [איך געדענק נישט א מקור אויף די מינוט]