בלאט 1 פון 1

בשבילי!

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:59 pm
דורך בשבילי!
בשבילי וועגן מיר
נישט צוליב דיר
נברא
איז אלעס דא

העולם
דו גולם

בשבילי פאר מיר
נברא העולם
איז דא א וועלט
אלע געלט
היץ און קעלט
ברכה און שעלט
נישט פאר דיר
חולם

צוליב מיר בשבילי
איז דא הימל
און ערד
שלאף און דרימל
מנוחה און טומל
אויף דיר קיינער קערט
ריעלי

בשבילי פאר
מיר בלויז
איז מיין שכנ'ס נייע הויז
און חבר'ס שיינע קאר

בשבילי וועגן מיר
איז מיין שונא
א גביר
כ'בין אלעס קונה

בשבילי נברא העולם

בשבילי פאר מיר
איז אלעס
קיינע שאלות
טוטס אויסהערן
איך טו נישט שערן
בשבילי פאר מיר
מיין קרוב'ס גוטע דזשאב
און נעפיו'ס נייע ווייב
פאר מיר באלאנגטעס
באנק אקאונטעס
דאס איז מיין פעיט
דערפער און שטעט
ליב אדער העיט
שרייטס אלע הויעך
בשבילי פאר מיר
נישט פאר דיר
א ישר כח

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:11 pm
דורך מנחם
@בשבילי!
דו ביזט דער וואס איז שולדיג אין אלע מיינע מיטמאכענישן?
נא, וואו איז דער טראק מיט אייער פארקירט? האום דיפאט האט העק וואס קען איינעם צוברעכן די ביינער, מען קיינער זאל נישט אהינגיין...

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:33 pm
דורך פליקער
בשבילי, איך וועל דיר א נייעס ברעכן, דיין גאנצע פארע און איינרעדעניש, איז אז עס איז ציליב דיר, דיין טעות איז אז עס איז ציליב מיר, ווער נישט דיפרעסט איצט, נאר לערן דיך צו לעיבן דערמיט, סארי איך שפיר דיין ווייטאג, הגם איך קען עס דיר נישט באגראמען איז עס דאך א פאקט,

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:38 pm
דורך כוכב
הערליך שיין!
ווער ווייסט וויפיל נאך באהאלטענע טאלאנט וואלגערט זיך דא אונטער די בענק.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:56 pm
דורך שמעקעדיג
בשבילי! האט געשריבן:איז מיין שונא
א גביר
כ'בין אלעס קונה


מיין קרוב'ס גוטע דזשאב
און נעפיו'ס נייע ווייב
פאר מיר באלאנגטעס
באנק אקאונטעס


ביסט קונה נאר זיין געלט אדער דעם שונא האלטסטו אויכעט פאר דיר?
די נעפיו'ס ווייב, פיין, אבער וואס איז מיט דעם נעפיו אליינס?
אויסער זיין דזשאב, וואס האסטו מיטן קרוב?

עניוועי, הערליכע ארבעט, א דיפערענט וועי אף טינקינג, לייק :like
:lol: :lol: