העלפט לעא ברעטהאלץ פייטן קעגן נאצי קאלאבארירער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:34 am
אין ניינצן צוויי און פערציג, תש"ב, איז לעא ברעטהאלץ געווען אייינס פון טויזענט אידן וועלכער איז געפירט געווארן אויף א באן, קעגן זיין ווילן, אויפן דירעקציע פון אוישוויץ. דער באן האט געהערט פאר די פראנצויזישע קאמפאני SNCF, די קאמפאני וועלכע איז געדונגען געווארן דורך די נאציס צו פירן אידן קיין אוישוויץ. די קאמפאני האט געפירט 76,000 אידן אויף זייער לעצטן וועג, אריינגערעכענט 11,000 קינדער.
לעא איז געווען א בראווער איד און נאך יארן זיך באהאלטן און אנטלויפן פון די לאנגע האנט פון די נאציס האט מען אים דערווישט און אצינד איז ער געזעצן צאמגעקוועטשט אין דעם באן און זיין מח האט געפיבערט און געווירבלט מיט געדאנקען וויאזוי ער קען זיך ארויסראטעווען פון דעם טויט קאסטן. מיט סייעתא דשמיא איז אים געלונגען ארויסצושפרינגען פון דעם פארנדיגן באן און איז געווען נאר איינער פון פינף - פון צווישן טויזענט פון דעם טראנספארט - איבערצולעבן דעם מלחמה.
לעא זאגט אז ער פלעגט כסדר טראכטן צו זיך, אז היות אז די קאמפאני איז באצאלט געווארן דורך די עס עס, פאר יעדן מענטש, פער מייל וואס מען האט אים געפירט, האט די קאמפאני באקומען א טייל פון די געלט פאר די האלבע וועג וואס זיי האבן אים געפירט? וואלטן זיי געמאכט מער געלט ווען ער קומט ווען יא אן קיין אוישוויץ?
אבער בשעת רוב קאמפאניס וואס האבן געטוהן די סארט ארבעט פאר די נאציס האבן במשך די יארן באצאלט פארגיטיגונג פאר די געליטענע, האט SNCF קאטעגאריש אפגעזאגט יעדן פארלאנג און בקשה פאר פארגיטיגונג. עד היום האבן זיי נישט באצאלט קיין ראסטיגן פעני פאר די געליטענע.
לעא וואוינט היינט אין מערילענד און ער איז געווארן שאקירט ווען ער איז געוואויר געווארן לעצטענס אז די קאמפאני וועלכע האט אים געפירט האלב ביז אוישוויץ, און פון וועמענס הענט ער האט זיך מיט ניסים ארויסגעראטעוועט, פרובירן גאר צו באקומען א רעגירונגס קאנטראקט פאר א נייעם רעיל סיסטעם אין מערילענד. דער קאנטראקט איז ווערט ארום זעקס ביליאן טאללער, יא, ביליאן מיט א ב' דגושה. דער פראיעקט ווערט טיילווייז פינאנצירט דורך די רעגירונג. דאס מיינט אז לעא, אויף דעם עלטער פון אריבער ניינציג יאר, דארף פינאנצירן מיט זיינע שטייערן א זעקס ביליאן טאללער קאנטראקט פאר די קאמפאני וועלכע האט געמאכט געלט פון אים פירן קיין אוישוויץ!!!
לעא זאגט אז ער איז אויס מענטש, אז דערפאר וואס די קאמפאני האט נישט מצליח געווען אים אפצופירן ביז אוישוויץ צו ענדיגן זיין יונגן לעבן אין בליענדן עלטער פון 21, דארף ער היינט ביי די צוויי און ניינציג פינאנצירן א זעקס ביליאן דאללער קאנטראקט וועלכע קען אנקומען צו אט די זעלבע קאמפאני.
לעא איז נישט פון די מענטשן וועלכע געבן אויף אן א פייט. דערפאר האט ער אנגעהויבן א פעטישאן דאס צו פייטן, און צו צווינגען די קאמפאני צו באצאלן פארגיטיגונג פאר די געליטענע. לעא זאגט אז כאטש ער איז איין מענטש, קען ער אבער ברענגען זיין מעסידש פאר אסאך מענטשן, און אסאך מענטשן קענען מאכן א גרויסען רעש. דערפאר, אויסער וואס ער גייט ארום טאג און נאכט רעדן וועגן דעם, האט ער אויך אנגעהויבן דעם פעטישאן, און ער בעט אז ווער עס קען זאל אזוי גוט זיין און דאס חתמ'ענען.
איך מיין אז מיר, וועלכע שטאמען ע"פ רוב פון מלחמה איבערלעבער, דארפן העלפן לעא אין זיין קאמפף אקעגן אט די פראנצויזישע בעלי גאה און נישט נאר אליינס סיינען דעם פעטישאן נאר אויך עס ווייטער שיקן פאר וועמען נאר מען קען.
זייט מוחל און דריקט אויף דעם דאזיגן לינק:
http://www.change.org/p/sncf-pay-repara ... e_petition
און סיינט דעם פעטישאן.
מיט כבוד און עהרע,
הדד בן בדד אין נאמען פון לעא ברעטהאלץ ע"ה
נ.ב. איך האב באקומען אן אימעיל פון לעא דעם פארגאנגענעם פעברואר אז איך זאל אונטערשרייבן זיין פעטישאן, אבער אזוי ווי דער אימעיל האט מיר נישט אויסגעקוקט וויכטיג האב איך אים נישט גלייך אויפגעעפענט, און יעצט, מיט בערך א האלב יאר שפעטער בין איך אנגעקומען אים אויפצמאכן.
אבער מיט ווייטאג האב איך געזעהן אז בערך איין חודש נאכן מיר שיקן דעם אימעיל איז לעא נפטר געווארן, נישט דערלעבנדיג א געווינס אין דעם ענין. זיינע פריינט האלטן אבער ווייטער אן דעם קאמפף, און איך האלט איז יעדער איד דארף דעם פעטישאן אונטערשרייבן.