בלאט 1 פון 3
די גוטע געפיל ווען...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:40 am
דורך יעדער לאכט
ווען די בעיבי שלאפט איין נאך א האלבע שעה וויינען און ברעטשענען נישט וואוסענדיג וואס פעלט אים/איר.
ווען די פאליס שטעלט אפ די קאר וואס האט גע'רעיסט מיט דיר און זיך דערכאפט, אדער דיך אריינגעשניטן ווי א מטורף.
ווען די באקומסט צוריק א "לול" נאכדעם וואס די שיקסט א וויץ.
ווען די מלמד/מגיד שיעור שרייט דיך אן און מאכט א מיסטעיק אינמיטן וואס ברענגט געלעכטער ביים עולם.
די געשריי פון היום תאמצינו נאך א גאנצן טאג דאווענען.
ווען מ'טרעפט א פארקינג נאך א האלבע שעה זוכן.
ווען מ'פארט אין די שניי מיט 4וויעהל דרייוו און אין די זייט גליטשען זיך קארס (גויאישע פארשטייטזיך..) און דו פארסט ווי א מלך.
דער עולם איז מכובד צו לייגן נאך
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:41 am
דורך רויטע וואנצעס
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:44 am
דורך איך אויך
מר. לאכט ניקך יאה לך ואתה נאה לניקך.
הממ האסט א מגיד שיעור און א מלמד, זאג ביסט א כיתה ט יונגל?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:58 am
דורך ברעט מענינג
ווען איך בין עהרליך!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:18 am
דורך יעדער לאכט
ווען חבירים קומט אן דיר צו געבן א בוסט.
ווען די קומסט אן שפעט צום באס סטאפ און פונקט יענע טאג קומט דער באס אן אביסל שפעטער.
ווען די טרעפסט א פלאץ אויף א פולע באס.
ווען מ'רופט דיך גלייך אריין ביי א דאקטארס אפוינטמענט ווי מענטשן וואס זענען אנגעקןמען פאר דיר ווארטן נאך.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 12:02 pm
דורך יואב
ווען עטליכע שטירן קלעבן ארויף זייערע אויגן אויף דיר, און אונטער א גאר שנעלן איבערזיכט ביזטו פאזאטיוו אז דיין זיפער איז הערמאטיש פארשלאסן.
דו טאנצט ארויס פון דיין הויז אין א פרימארגן א צעטומלטער. אויף דער רעכטער זייט פונעם חלום-אפגעריסנעם פרצוף, שטייט דיך די פאה אזוי משזר׳דיג, כקרן השור; די שיך אנגעטאן ווי פאפאטשן, מיט בלויז די ערשטע דריי קנעפלעך פונעם העמעד פארמאכט, צו פארנארן דעם שטן אונטער דעם שאטן פונעם רעקל. שוואכע שאנסן אז דאס קוויטל נוצט נאך נישט דעם ווייפער צו זיך באשיצן פון די ווינטן. טאקע בלויז פינף און פערציג דאללער, אבער ווייסטאך. אולי יחוס עם עני, צען טיקעטס א חודש איז באלד א קמחא דפסחא. דערווייל אבער כאפסטו זיך ס׳איז לעיבאר דעי -- ווי א נקמה אין דער סיטי, פיינעלי זיך דערלעבט.
צוליב נאטירליכע געברויכן ווערסטו אריינגעצווינגען אין א שטאטישן בית מדרש אין מיטן טאג. די ביסקיסעס זענען צו דיין אנטוישונג אונטן, אבער צו דיין פרייד איז צום סוף יא פארהאן פאר-דשי.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 3:52 pm
דורך יעדער לאכט
ווען דו קויפסט עפעס פאר 20 דולער אין גראסערי און דו געסט א אויסגעדראשענע הונדערטער און באקומסט צוריק 4 גלאטע צוואנציגערס.
ווען מ'כאפט (אויף אלע גוים געזאגט..) א גליטש אין די אייזיגע שניי און די גאס איז ליידיג.
ווען דו ביסט פון די עטליכע יודן אין ביהמ"ד וואס קענען די ניגון פון לכה דודי.
ווען איינער האט דיר נישט וואס צוריקצוענטפערן.
ווען "יעדער לאכט" פון עפעס וואס דו האסט געזאגט.
ווען דו קומסט אן צו א רויט לייט אבער די קאנסטרוקציע ארבעטער ווייזט אז דו קענסט ווייטער גיין.
ווען דו פארסט עטליכע מייל אן געז אבער דו קומסט בשלום אן צום געז סטעישאן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 5:23 pm
דורך פלעין יודיש
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 5:32 pm
דורך איך אויך
א תובע בפה איז שווער אפצוזאגן ,נאדר א לייק.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 7:35 pm
דורך קאפקעיק
ווען דיין לעין נעמט זיך פלוצלינג פליען אינמיטן א געדעכטע טרעפיק.
ווען מ'זעצט זיך אוועק נאך א לאנגע דאווענען אדער נאך שטיין א לאנגע צייט.
ווען א פאליסמאן גליטשט זיך אויס אין די שניי אויף דרייצענטע עוועניו, אויפן וועג אנצוקומען צו דיין קאר אויף צו געבן א טיקעט, און דו לויפסט שנעל קויפן נאך א מיטער טיקעט. (בדידי הווי עובדא.)
ווען דו ביסט אינמיטן א העפטיגע טענה'ריי מיט איינעם, און עפעס א משה גרויס מאכט יענעם אוועק און נעמט איבער דו טענה'ריי אנשטאטס דיר.
ווען דו טענה'סטעך מיט איינעם וועלכע וועג איז שנעלער, און דיין וועג האט גענומען א שעה שנעלער. (נישט ווייל דו ביסט גערעכט, נאר ווייל ביי יענעם איז געווען א מעכטיגע עקסידענט.)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:44 am
דורך יעדער לאכט
ווען די הגבה געלונגט אויף א שווערע ספר און יעדער קוקט.
ווען מ'זאגט פאר איינעם וואס איז יונגער פון דיר "ווען דו וועסט אביסל עלטער ווערן וועסטו פארשטיין".
ווען דער פאליס בעהט דיין לייסענס און רעגיסטרעישאן און ער לייגט צו די ווארט "סיר".
ווען די רעיסט א גאנצע וועג מיט א גוי און ווען מ'קומט אן צו די טאלל-בוט דארף ער שטיין אין א לאנגע ליין צו צאלן קעש און די פארסט מיט די איזי-פעס לעין.
ווען מ'זעט די לייט ביי די ענדע פון א לאנגע טאנעל אדער די בליטשקעדיגע לעקטערלעך נאכן זיצן א שעה אין טרעפיק.
ווען איינער טרעפט דיך אין ביהמ"ד און זאגט דיר "אה, דיך זוך איך, דו וועסט מיר זיכער וויסן צו ענטפערן"
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:14 am
דורך קפנדריא
ווען דו גייסט דורך א געפערליכע פאניק און שרעק, און דו דערוועקסט זיך צו זען אז ס'איז נאר געווען א חלום..
א קאלט גלעזל ביר נאכ'ן טשאלנט..
ווען מ'זעט אויף די טאוול אין גאז סטאנציע אז געז קאסט יעצט בלויז 3.15 א גאלאן..
ווען דו קומסט אן מיט דיין פולע טאנק פון נ.נזש. קיין ניו יארק און דו זעסט אז דא קאסט געז 3.59
ווען די פאליציי בליטשקעט אונטער דיר, אבער צום סוף פעסט ער דיך..
ווען די מקוה טורנסטייל איז אפן...
ווען דו גייסט אריין אין א קאלטן ווינטער טאג אין א ווארעמע מקוה..
ווען דו ועקסט זיך אויף גרייט אויפצושטיין, און דו זעסט אויפ'ן זייגער אז דו קענסט זיך נאך צוריקדרייען אויף צוויי שעה..
ווען דו ביסט מכבד א משולח ביים טיר מיט א קאלט גלעזל משקה און זיין פנים שטראלט אויף..
ווען דו הייסט דיין זון עפעס טון און ער ענטפערט דיר נישט "איך וויל נישט"..
ווען דיין טאכטער ברענגט אהיים א גוטן רעפארט קארד..
ווען דיין חבר האט דיר געקויפט מפטיר יונה..
ווען דו ווערסט געוואר אז דיין ביד איז געווארן אנגענומען..
ווען פונקט היינט ווען דו האסט פארשפעטיגט צום דאווענען האט זיך דער בעל תפילה נאכנישט געשטעלט..
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:19 pm
דורך יעדער לאכט
ווען אינמיטן די אלערדזשי סיזאן איז די 'האפטשו' געלונגען בעסער ווי ערווארטעט (ווער ס'ליידט אויף די 'ראוז' פיבער וועט דאס גוט פארשטיין).
ווען די כפרה שלאגן עריו"כ איז דורכגעגאנגען אן קיין אומאנגענעמליכקייטן.
ווען דאס ווייב איז צופרידן מיט די מתנה וואס דו האסט געקויפט.
ווען מ'זעקלט זיך אויס צו געבן א דאון פעימענט פאר א הויז.
ווען מ'קומט אן אינדערהיים נאך א לאנגע וועג וואקן אין א גאס רעגן.
ווען מ'הערט דעם שמש יו"כ פארן ליינען ביי שחרית שוין פארקויפן די עליות פאר מנחה-מפטיר יונה (ווער ס'דאווענט אין א ביהמ"ד וואס מ'פירט זיך נישט אזוי זאל דאס פארלאנגען, איר וועט מיר נאך דאנקבאר זיין).
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:18 pm
דורך מאטי
ווען מ'דארף עסן מיט די גאפל אין די לינקע, מעסער אין די רעכטע האנט, און אלעס גייט דורך בשלום.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 3:41 pm
דורך מאטי
ווען איך שטיי אין א הארדוועיר סטאר אנע רעקל, און איינער פרעגט מיך "איר ארבייט דא?"
ניין!!!!!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:26 pm
דורך Milk shake
מ'גיט א גוטן גרעבץ פרייטאג נאכמיטאג נאך די טועמיה,
אז די שכן נעבן דיך ביי מנחה האט ענדליך אויפגעהערט צו געבן געז,
אויב דו טאפסט אין טאש די ליידיגע פעקל ציגערעטס און דו טרעפסט נאך איין ציגערעטל,
ווען דו מאכסט א סיום הש"ס,
דער רב פון שול גיט דיר א אמת'דיגע שמייכל,
דו מאכסט חתונה מיט אייגן געלט,
ס'רעגנט נישט שבת אין קאנטרי,
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:47 pm
דורך מאטי
א באקס'ל מאכט זיך באקוועם צווישן דעם גאז טאנק אינעם אונטערשטן אקסעל, און ברומט ארויס הויכע טראנבאונישע באסאווע קראצערייען, אזש דאס הו הא פונעם ארום ווערט האסטיג צושטערט, מאמעס מיט וועגעלעך דרייען זיך אויס מיט שרעק.. עטליכע שארט סטאפס און ווילדע מאנאווערן, אבער זי גראפעלט זיך שטארק אן מיט די לעצטע כוחות אין איר פאזיציע. ענדליך געט דאס באקסל דעם סאמען לעצטן גוסס'דיגע געשריי און טיילט זיך בע"כ אפ פון איר באקוועמען גריפ, און בלייבט איבער א צוקאליטשטע אינמיטן ראוד פארשעמטערהייט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:20 am
דורך יעדער לאכט
ווען דו הערסט איינעם נאכזאגן ביי א קופקע א זאך וואס דו האסט געשריבן אויף קאווע שטיבל.
ווען דיין בעה"ב קען זיך נישט באגיין אן דיר.
ווען ביי א גרויסע שמחה/מסיבה און די טיילסט אויס עפעס און יעדער שטופט זיך צו באקומען און יעדער ווערט דיין חבר.
ווען ס'געלונגט דיר צו פיקסן א טוי פאר דיין קינד (אפילו מיט א פלעינע שאקל אדער א גוטע זעץ דערויף).
ווען די באנק טעלער שמייכלט צו דיר יותר מדי.
ווען די גראמער באגיסט דיך מיט אומגעשטויגענע שבחים און טיטלען.
ווען דו טרעפסט די לעצטע פעקל ברויט אין גראסערי אסרי חג פסח.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:33 am
דורך קאפקעיק
ווען מ'האקט אויף די אויסגעברענטע העדלייט און ס'צינדט זיך צוריק אן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:55 pm
דורך טעפל
ווען יעדער לאכט..
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:42 pm
דורך שמעקעדיג
ווען טעפל טיילט קענדיס באישון ליל....
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:31 am
דורך קאווע טרינקער
ווען מ'כאפט אריין לייקס פאר די הודעה איז געווארן פארמעקט..
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:02 am
דורך רויטע וואנצעס
שמעקעדיג האט געשריבן:ווען טעפל טיילט קענדיס באישון ליל....
טעפל איז דיין צווייטע ניק? האסט דאך די זעלבע מנהג.