בלאט 1 פון 3
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:54 am
דורך לעיקוואד
עס איז אלץ א חלק פון עפל'ס מארקעטינג סטראטעגיע צו מאכען כאילו אז זיי געבן ארויס א נייע טעלעפאן מיט אן אינטש גרעסער און מיט א נייע סארט גרעפיקס קערט זיך די וועלט און דאס איז אזא סוד וואס ווער ווייסט וואס און מען דארף זיין אזוי נייגעריק צו וויסען. די איינציגסטע מטרה פון דעם איז אז די עפל קאמפעני זאל רייך ווערן. ממילא ווייס איך נישט פארוואס מיר דארפן זיי צוהעלפען.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 12:03 pm
דורך שמעקעדיג
עקזעקטלי. וויפיל חידושים קען עס דען שוין ענטהאלטן. סך הכל מאכן זיי נאך אפאר זאכן פונעם קאמפעטישאן, און דאס דארף זיין עפעס א באמבע...
נאך איין זאך ווארט איך, זיי זאלן צולייגן א BACK קנעפל, דאן וואלט איך ערנסט געטראכט צו קענען סוויטשן צו עפל.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 1:47 pm
דורך ונבנתה העיר
ווי לעיקוואד, הגם עפל האט שוין ארויסגערוקט פון מיר א שיינע פאר דאלער, איז אבער ממש א לצנות ווי זיי ציעהן אהן די חסידים אויף נארישקייטן וואס דער קאמפאטישען האט שוין יאהרן, און סעמסאנג נוצט עס טאקע גוט אויס אין זייערע רעקלאמעס.
מארגן דארף ארויסקומען די נאוט 4 פון סעמסאנג, כ'האף איבערצוגעבן א קורצע באריכט אויב וועט מען מיר נישט אויסכאפן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 9:53 pm
דורך petergrifin
א גאנצע חידוש פאר עפל די סעפײער גלאז. להוי ידיעה זענען זײ נישט די ערשטע ארויס צו קומען דערמיט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:04 pm
דורך הויזן טראגער
לכאורה ווי סקיקט יעצט אויס גייען רוב אייפאונס נישט האבן די סעפייער סקרין, אויב עפעס נאר א חלק פרימיום אייפאונס פון 64 gb.
העמער ווארטן אויף נעקסטע וואך דינסטאג ווען עפל וועט ברוב טובם ארויסגעבן זייערע סודות.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:08 pm
דורך [NAMELESS]
petergrifin האט געשריבן:א גאנצע חידוש פאר עפל די סעפײער גלאז. להוי ידיעה זענען זײ נישט די ערשטע ארויס צו קומען דערמיט.
ווער נאך האט עס?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:20 pm
דורך געפילטע פיש
א promo ווידיאו פאר די נייע...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MOXQo7nURs0[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:48 pm
דורך פליקער
אוי איז דעיס א פיינע עד, איך האלט אז די פובליק טעלעפאן קאמפעני'ס זאלן אויך כאפן דעים וואגן, נישטא קיין ווייער אלע מאל טשארדשד איבעראל דא אויף יעדע קארנער, נישטא קיין קאנטראקט, אפשר וואלטן זיי וועין געברויכט זיין א ביסל אפדעיטעד ווי נעמען קרעדיט קארטלעך אדער א פלאץ ווי מען קען אריין לייגן א קארטל און אנהייבן דיילן רייטע וועי, אפשר אויך א שטיקל מאניטער פאר אינטערנעט, עס וואלטן זיכער געוועין געברויכער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 11:43 pm
דורך petergrifin
ראשעקאל האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:א גאנצע חידוש פאר עפל די סעפײער גלאז. להוי ידיעה זענען זײ נישט די ערשטע ארויס צו קומען דערמיט.
ווער נאך האט עס?
@ראשעקאל
http://www.kyoceramobile.com/brigadier/http://www.phonearena.com/reviews/Kyoce ... iew_id3776
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:33 am
דורך אויסגערוט
איז נאך דא מענטשן (נישט לעידיס) וואס פייגערן פאר א אייפאון. איך מיין אז זיי זענען היינט גאר די צוריקגעשטאנענער.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 8:54 am
דורך שמעקעדיג
איינער מאכט חוזק פונעם אייפאון? בכלל נישט. עפל פראדוצירט געלונגענע פראדוקטן, איינס בעסער פונעם צווייטן.
מען מאכט נאר חוזק פון זייער אויפגעבלאזענע פי.אר. וואס גייט ארויס פון יעדע פראפארציע.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 11:38 am
דורך יידל
העי, המלוכה. דיין טשארט שטעלט צוזאם דעם אייפאון 5S מיטן 5C. פון נעמט מען די חוצפה? דאס איז ווי סעמסונג זאל צאמשטעלן די געלקעסי עס 4 מיני מיטן געלעקסי עס 4. דער אייפאן 5S מיטן אייפאון 5C זענען צוויי אנדערע פאונס, און נעמענדיג אין באטראכט אז דער 5C איז געווען א דורכפאל, פארלירט דער טשארט פון זיין גלאנץ, ווייל דאס מיינט אז נאכן אייפאון 5 זענען די נאמבערס געפאלן, אדער לכה"פ נישט געשטיגן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:26 pm
דורך [NAMELESS]
כ'מיין אז דאס איז די ערשטע מאהל וואס עפעל וועט האבן לייוו ווידיא פון די מעמד
http://www.apple.com/live/
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:36 pm
דורך ונבנתה העיר
די גאנצע שטייגעריי איז נישט אינטערעסאנט, דאס זענען מענטשן וואס טוישן פון 'דאמב פאונס'.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:51 pm
דורך קינד_אן_קייט
יידל האט געשריבן:העי, המלוכה. דיין טשארט שטעלט צוזאם דעם אייפאון 5S מיטן 5C. פון נעמט מען די חוצפה?
דאס קעפל פונעם טשארט רעדט פון Launch Weekend Sales, זיי זענען ארויסגעקומען די זעלבע צייט.
יידל האט געשריבן:נעמענדיג אין באטראכט אז דער 5C איז געווען א דורכפאל, פארלירט דער טשארט פון זיין גלאנץ, ווייל דאס מיינט אז נאכן אייפאון 5 זענען די נאמבערס געפאלן, אדער לכה"פ נישט געשטיגן.
פאר מיר געזאגט
אזא דורכפאל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 1:04 pm
דורך גדעון
http://www.cultofmac.com/285876/apples- ... h-sale-uk/Apple’s ‘flop’ iPhone 5c outsold Galaxy S5 in its first month on sale in UK
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:18 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
מארגן קומט ארויס לכאורה די נייע טעלעפאון, רוב עפל געשעפטן האבן משוגאים איבער נעכטיגן אינדרויסען כדי צו האבן די טעלעפאון די ערשטע
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:31 pm
דורך לאליפאפ
א
קאונטדאון טיימער ווען די ריליעס ווערט בראודקעסטעד
(בערך א האלבע שעה)
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:20 pm
דורך חד גדיא
איך האב שוין די אייפאון 6 פאר איבער א יאר...
viewtopic.php?f=35&t=3105
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:45 pm
דורך ישראל קאפקע
באלד א יאר, אקטאבער 30 2013, היינט איז סעפטעמבער 9.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:56 pm
דורך סימפל
די אייפאון גיקס, וואס זענען געשטאנען אויס געשורהעט זייט נעכטן, דארפן וואטשן אז זיי זאלן נישט שטיין דארט אזוי לאנג, ביז זיי גייען אויס פאר הונגער. ווייל די אייפאון קומט ערשט ארויס
http://store.apple.com/us/iphoneסעפטעמבער 19 בכלל בין איך זייער עקסייטעד פאר די נייע, דינערע, לייכטערע, שנעלערע, אייפאון... איר זענט נישט? דאן הערט דעס; עס האט א עי 8 פראסעסער!... (וואטעווער דע העק ס׳מיינט...) אזוי ווי די פריערדיגע אייפאונס וואס האבן געהאט א עי 7, עי 6 פראסעסער וכו׳, האט די נייע אן עי אומגלויבליכע עי 8!...
אויך האבן זיי אזוי ווי יעדעס מאל ענאונסט, אז די נייע ios ווערסיע,
https://www.apple.com/iphone-6/ios-8/איז די ביגעסט ios ריליס עווער! ווייל איך בין שוין געווען אנגעצויגען, צוליב עפל׳ס גרויסע סיקרעטס, אז דאס מאל גייען זיי ריליסען די נייע אייפאון 3/12... האבן זיי אונז אלע בארואיגט. אז ניין, אזוי ווי יעדעס מאל גייען זיי ריליסען א ״נייע״ אייפאון!...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:42 pm
דורך געפילטע פיש
Yeah, and by the way, it's also going to be the best iPhone ever, and here I was worried they're going to release a phone that's a step down from the 5s.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 10:57 am
דורך [NAMELESS]
היינט האט מען אנגעפאנגען פארקויפען אייפאון 6. א פארפאלק פון קאליפארניע איז געפארן צו אסטראליע צו זיין די ערשטע וואס האט דעם פאון
#משוגעים