א אידישע פעיסבוק
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:36 am
הרב יוסף מזרחי
איז אזא קירוב רב מיט פארשידענע קוריאזע דעות וואס האלט ער ווייסט פונקטליך אלעס וואס טוהט זיך אויף דער הימל און אויף דער ערד און פארוואס מיט אויסגעשפראכענע ווידיאוס איבער פארשידענע נושאים. על כל פנים. לעצטנס האט פעיסבוק פארמאכט זיין פעידזש, וויבאלד ער האט געשריבען קעגן אראבער, און כדרכו האלט ער דאס איז נישט ווייניגער ווי דער שטן אליינס און דער אנטי סעמיטישער צוקערבערג וואס איז לוחם מיט די כוחות הקדושה, ווי ער איז מסביר אויף דער ווידיאו [youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4ZiSbFnY_VU[/youtube]
ממילא אי ער מכריז אז ער וועט אליינס עפענען אן אייגענע אידישע פעיסבוק סייט ווי אלעס וועט זיין גענצליך על טהרת הקודש הביגאטרי והקליינקעפיגקייט. דער סייט געפינט זיך דא http://zlaz.net/ און זעהט אויס ווי אן אמעטארוישער קאפי פון אביסעל פעיסבוק גראפיקס מיט פארשידענע צובראכענע זאכען.
דער עולם ווערט געבעטן זיך ווארים אנצורופען און ווייזען ווי אפאר אידען קענען אונטערברענגען די מעכטיגע מאלטי מיליאן דאלארדירע פעיסבוק.