בלאט 1 פון 1

פארוואס מיר זענען פרומע יודען???

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:18 pm
דורך ואימא איפכא
לכבוד די חשובע ציבור. איך וויל אויפברענגען א נושא וואס איז שוין געווארן אויסגעדראשען אין ארץ ישראל, במשך די לעצטע פאר יאר, די נושא פון ידען, און זיינע געמיינלאזע קונטרסים. לאמיר זאגן אז מקען אויפווייזען אז אידישקייט איז ח"ו אויפגעמאכט, לי יהאי מ'קען עס אויפווייזען טויזענט פראצענט, ממש בלי ספק, וואס וואלטן מיר געטון?? וואס? יעצט אויב דער ענפער איז "סטאטוס קווא", עולם כמנהגו נוהג,דאן איז עס א געוואלדיגע מעלה און א ריזען פלאס, וויל דאס מיינט אז מיר האבן באמת הנאה פון די היימישע קאלטאר! סאיז אינס אזוי גוט, נו וואס קען זיין בעסער וואו אמת'ע עולם הזה?! און אויב די ענפער איז געענדיגט, רבנים גייען אויפגעבען זייער זשאב וכו', [זיי גייען ווערן גוי'עשע סעלעבס..], געענדיגט מוט די תורה ה"י ח"ו, [וואס לדעתי איז לגמרי נישט אמת, ווער פונקטליך גייט פארמאכן זיין שטובל?] דאן האבן די כופרים א טענה, ניין? אבער די אמת איז אז ווער איז גרייט צו זאגן "איך בין א לאזער" מהאט געהרגעט 6 מיליון, אלע יארן געווען קנעכט, וכו' וכו', אין גארנישט? איך קען נישט א נארמאלע מענטש וואס איז גרייט צו זיין א גרויסע גראבע לאזער! ממילא איז לכאורה נישטא וואס זיך צו מווכח זיין איבער יהדות. ווער באמת גייט אן וואס איז דו אמת? מיר זענען יודען פארטיג. געענדיגט. כ'מיין וואס? וואו קומט אריין צו סאיז אמת?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:29 pm
דורך [NAMELESS]
כ'כאפ נישט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:49 pm
דורך ואימא איפכא
איך וויל וויסען ליציור מוויזט אינס אויף אז אידישקייט איז פאלטש 100% בלי ספק וואס וואלטן מיר געטון [רוב הציבור]. 1# לדעתי גארנישט. 2# אויב אזוי וואס וויל "ידען" מוט זיינע ראיות. 3# לדעתי איז עס ריכטיג, בדווקא נישט צו וועלן ווערן אויפגעוויזען. 4# לדעתי אויב אידישקייט איז פאלטש איז עס אזא ריזען טראגעדיע וואס מיר זוכען להדיא נישט! 4# איז דא א מקום צו באמת זיכען דער אמת? לדעתי ניין. מסקנא: 5# די סיבה פארוואס מיר זענען פרומע יודען : "א בארעכטיגטע סטטאטוס קווא".

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:52 pm
דורך מבקר
לו יצויר אז אידישקייט איז פאלש, ווער וואלט נאך מקפיד געווען אויף הבדלה צווישן מילכיג און פליישיג? וכדו', אפשר ביסטו גערעכט אז בכללות קען מען ווייטער לעבן מיטן אידישע קולטור, אבער קיינער וועט נישט מקפיד זיין אויף די אלע דקדוקי הלכות.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:29 pm
דורך שמעקעדיג
למאי נפק"מ? דו ווייסט דאך אז דאס איז דער אמת!
אריין אין חקירה אשכול.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 6:34 pm
דורך ואימא איפכא
איר זאגט אז איך בון גערעכט, אידישקייט איז איין שטוק "סטאטוס קווא", ווייל דו קליינע זאכן וואו מיליכיג פליישיג גייט דען אן איינעם? [אפילו אויף א 10% אז סאיז יא אמת, טוט מען עס, ביג-דיל וואס פארלירט מען שוין].

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:06 pm
דורך berlbalaguleh
לפענ"ד טענה'ט דער פותח האשכול, ר' ואימא איפכא (בעסער געזאגט. איפכא מסתברא.) אז אפילו ס'זאלל קומען איינער און אויפווייזן (דאס וועט געשעהן נאכדעים וואס די זון וועט אויפגיין אויף מערב און אונטערגיין אויף מזרח. אפשר אין א 30 ביליאן יאר ארום) אז די אידישע רעליגיע און די תורה, ח"ו זענען אויפגעמאכט, וועט ער אויך נישט טוישן. ווייל ס'איז עהם גרינגער ווייטער צו פארן מיט אלע צערעמאניעס, פון אידישקייט, וואס ער טוט במילא אן כונה. ער עסט מצה, ווייל ס'גוט פאר א דייעט. (פאר די ציין, אדער פאר'ן דענטיסט איז עס זיכער גוט.). ער עסט טשיעז קרעפלעך אין שבועות ווייל ס'איז דעלישעס. ער גייט תשעה באב מיט סניקערס ווייל ער וויל געיבן פרנסה פאר נייקי. אויכעט פאסט ער תשעה באב, ווייל אין זיין ביהמ"ד איז דא זייער גוטע אויספאסטן קעיק מיט אראנדזש דזשוס אום מוצאי תשעה באב. די אלד גרענד דעד בראנפן וואס מ'טרינקט מוצאי ט"ב האט אויכעט א ספעציעלן טעם. ער שטייט אויף צו סליחות ווייל מ'מוז ערגעץ ארויסגעיבן די גילטי פיעלינגס אויף דעים וואס מ'האט אנגעשטעלט א גאנצן זומער. ער הערט תקיעת שופר ווייל ער האט ליעב צו זעהן ווי דער בעל תוקע מוטשעט זיך ארויסצוברענגען עפעס א נארמאלע תקיעה און ס'גייט נישט. ער טוישט שופרות, און ס'גייט נאכאלץ נישט. ער גייט צו כפרות שלאגן ווייל ער האט א גרויס'ן תענוג צו זעהן וויאזוי זיין ווייב און זיינע טעכטער האבן אזוי שטארק מורא פון די כפרות און מאכן נאך שטערקערע קולות פון די טשיקנס אליין. ער קויפט אן אתרוג און א לולב ווייל דאס געט עיהם א טשענס צו שטיין אויף די דרייצנטע עוועניו, לעיבן שומר שבת און קוקן מיט א מעגניפייאינג גלעס אויפ'ן אתרוג. ער ווייסט אליינס נישט וואס ער קוקט אדער דארף צו זעהן. אבער ער זעהט יענער קוקט וויל ער אויך קוקן. אויך דעם ערשטן טאג סוכות קען ער נעמען די זילבערנע אתרוג פושקע וואס ר'האט באקומען א מתנה אלס חתן מיט זיין נאמען אויסגעקריצט, און זיך בארימען אז זיין אתרוג איז די שענסטע און ריינסטע. (ער דערציילט נישט אז ער האט ערב יו"ט ביינאכט גענימען א ביסל ווינדעקס ספרעי מיט א שמאטע'לע און "אפ געקליענט" דעם אתרוג.) . אויך וויל ער באווייזן די שיינע מחזורים מיט זיין נאמען איינגעקריצט וואס ער האט באקומען א מתנה פון די (געוועזענע) כלה. חנוכה איז א יו"ט וואס ער האט זייער שטארק ליעב (פון כ"א כסלו רעדט מען נישט, ווייל דאמאלס איז דאך דא די דאפלטע שמחה פון די דינער'ס אין די ארמארי'ס) ווייל מ'קען באווייזן די הערליכע שיינע מנורה וואס ר'האט באקומען פון זיין (געוועזענעם?) שווער. און די דאונאטס און לאטקעס וואס מ'עסט חנוכה (פארוואס, ווייסט ער נישט.) האבן אויכעט זייער א גוטן טעם. א גוי ווייסט נישט פון אזעלכע תענוגים. נאכדעים קומט דאך פורים. האט ער א גוטן תירוץ פארוואס אנצוהענגען אלע לעלאס און לעמפעלעך אויף זיין קאר, אן דעים וואס מ'זאלל זאגן אז ער איז א גרויסע בעיבי. און שיכור'ן עד דלא ידע איז אויך א גוטע זאך א גוי קען נישט זאגן אז ווען ער שיכור'ט איז ער מקיים א מצוה. און נאכדעים קומט דאך נאכאמאל פסח,.וחוזר חלילה... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 10:48 pm
דורך ידען
כאב געלייקט אימא איפכא ווייל האסט דערמאנט מיין נושא..

און בערעל האט שיין מברר געוועהן די ענין :)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:34 pm
דורך איחוד פעלד
די תירוץ איז פשוט.

עס איז דא פלענטי אידען וואס האלטען אז די זאך איז אויפגעמאכט, און זיי היטען דאך אלע מצות.

ווידער אנדערע איז דא וואס גייען אוועק.

אסאך טענה'ן אז זעלטען זענען דא אזעלכע וואס גייען אוועק צוליב אמונה, עס איז צוליב אנדערע סיבות עפ"י רוב.

תוסף הסברה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 9:45 am
דורך ואימא איפכא
איך וויל מיך אנטשולדיגן פאר נישט קלאר ארויסברענגען וואס איך וויל. : אין א"י איז דא א באקאנטע כופר מוטן נאמען ידען וואס טענהט אז ער קען אפ פרעגן אידישקייט ברור כשמש , עפרא לפימיה ביג-טיים , די רבנים מוטשענען זיך שטארק אפצופרעגן זיינע זונלאזע שטותים.. וואס איך פארשטיי נישט [ מוט מיין נארישע איפכא'דיגע מהלך המחשבה] : איך כאפ נישט די נושא, באמת, איז בכלל געווען ביי אינס א מו"מ צו אידישקייט איז אמת? סאיז נישטא בכלל אין דעם קיין שמוס, נישט וואו ענק מיינען [נאאיווע מענטשען וואס קוקען נישט אויפן געמיינלאזע מציאות], אז די סיבה איז - אמונה פשוטה, אדער אמונה טהורה וכו', נאר די אמת אמת איז אז "סאיז נישט קיין אקטיווע נושא" , "סאיז נישמ נוגע אויף למעשה" , "סאיז א טעארעטישע שמועס" . ממילא זאג איך פאר ידען מוט זיינע מענטשען חבר'ע עזוב לאז אפ, מיר יודען זענען בכלל נישט אינטראסירט אין אייערע שמוס , מיר גייט נישט אן : יא אמת נישט אמת , סאיז נישט "נוגע" , א נארישע וויכוח , פארוואס זענען די רבנים פארנימען מוט אלטע שטותים ? מיר לעבן נישט אין די 1800 וואס סאיז אפשר געווען א נושא ! רבנים! סאיז דאך 2014 ! געניג געווען מוט דער נארישע וויכוחים ! אידישקייט איז א פאקט. נקודה.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:10 am
דורך diff
איחוד פעלד האט געשריבן:די תירוץ איז פשוט.

עס איז דא פלענטי אידען וואס האלטען אז די זאך איז אויפגעמאכט, און זיי היטען דאך אלע מצות.

Meaning, we need a world war to see who is who

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 9:10 pm
דורך מבקר
דא קען מען זעהן און הערן די שיעורים פון "הרב שחזר בשאלה" ירון ידען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:32 pm
דורך יוסף מ
איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט. אויב וואלט געלאפן אין דער בלאט און אין דער איד ארטיקלען פון ירון יעדן פאר א פאר יאר, וואלטן נישט די בתי מדרשים געווען היפש ליידיגער?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:33 pm
דורך פארוואס?
ירון אליינס האט דאך עפעס געטוהן, משמע אז עס איז יא נוגע.
[tag]ואימא איפכא[/tag], עס הערט זיך פון דיינע דיבורים, אז דו קוקסט אן ווי כאילו גאנץ כלל ישראל איז געקנאטן פון איין טייג, רבנים מיט שטיבלעך, וואס עסן פשערווארסקער לאקשן קוגל מיט זעקס-סלייסעסד שווארצע קאפלעך, סא, דו זעהסט ווי כאילו ירון ידען רעדט צו זלמן לייב פילאפ, און ער פאדערט פון איהם, ער זאל אויסרופן: רבותי! טעות גדול טעיתי!!! נישטא מער קיין רעביזכעסעגעליינע, נישטא מער קיין טריפה׳נע אינטערנעט, נישטא מער קיין ציונות, אלעס איז איין גרויסע טעות.
למעשה, אבער נישט דאס איז דער נושא, דער נושא איז פאר יעדער אינדיווידואלער מענטש, זאל זיך מאכן א חשבון אויף וואס זיין אמונות זענען געבויעט. (די צווייטע וועלט מלחמה קומט דא בכלל נישט אריין, ווייל קיינער רעדט נישט וועגן דאס אידישע פאלק, מ׳רעדט דא וועגן די אידישע רעליגיע, און מער ספעציפיש די ארטאדאקסישע אפטייטש דערין, און נאך מער די חרדישע מהלך, כמובן).

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:39 pm
דורך מבקר
יוסף מ האט געשריבן:מבקר, עס איז נישט אויסגעהאלטן אחריות'דיג צי לינקען צי כפירה סייטס.

דא איז א באזינדערע אשכול פאר אזעלכע תגובות, ביטע זיך האלטן צום ענין!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 7:25 pm
דורך הקטן
ואס טיט א חוזר בתשובה וואס זיין אידישקייט באשטייט נישט פין סטאטאס קווא - אין ער האט באצאלט א פרייז, און באצאלט נאך אלץ א פרייז פאר זיין אן ערליכע איד?

וואס טיט דער עטיעסעט ווען ער כאפט אז תורת אוועליצאיע מאכט נישט קיין סענס. און ער איז איבערצייגט אז תורה איז מסיני?
1) ער קויפט א לאנגע וואלענע ציצות
2) ער פאנגט אן צי זיכען וועב-סייטס וואס לייגען אים ציריק אריין ספיקות
3) ער בלייבט ביים סטאטוס קווא