בלאט 1 פון 2
לייען מאטעריאל פאר יום טוב
נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 12:39 pm
דורך לעמיל
וואס לוינט זיך צו קויפן צום ליינען פאר יום טוב??? איד/בלאט?? שטערן/שפאקטיוו/בליץ??? די וואך/א בליק???
נייע בוקס וואס איז ארויסגעקומען, ווייסט איינער וואס איז אינטערסאנט?
לאזט ענק הערן!
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 10:33 am
דורך דולה ומשקה
לעמיל האט געשריבן:וואס לוינט זיך צו קויפען צום ליינען פאר יום טוב??? איד/בלאט??? שטערין/שפאקטיוו/בליץ??? די וואך/א בליק??? נייע בוקס וואס איז ארויס געקימען ווייסט איינער וואס איז אינטערסאנט?
לאזט עינק הערען
אנטשולדיקט, כ'ווייס יעצט בין איך ווי א אתרוג נאך סוכות, און טאקע וועגן דעם וועל איך דיר נאר זאגן "דערמאן מיר נעקסטע יאר א וואך פריער, נישט עטליכע שעה פאר'ן זמן".
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 11:25 am
דורך לעמיל
קענסט נאך זאגען! לאז אינז הערען וואס איז אינטערסאנט
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 7:32 pm
דורך יידל
געהאט צום ליינען דעם יום טוב יתד נאמן אין ענגליש, משפחה אין לשה"ק און אין ענגליש, בקהילה אין לשה"ק, בינה אין ענגליש, עמי אין ענגליש, שטערן און שפאקטיוו אין אידיש. אה... שיעור פארגעסן "די וואך"'ס ספעציעלן אויסגאבע "די כינוס" וועלכע כ'האב געבארגט פון א שכן.
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 8:14 pm
דורך זר זהב
האסט מסתם געהאט אסאך צייט צו לערנען א אידיש ווארט אויך...
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 9:04 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:האסט מסתם געהאט אסאך צייט צו לערנען א אידיש ווארט אויך...
גאנץ תיקון-ליל-שבועות ביינאכט. פון 11:30 ביז 4:45.
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 9:08 pm
דורך ידען
סע דא מענטשן וואס לייענען שנעל.
די אלע זאכן וואס יידל האט אויסגערעכענט דארף נישט נעמען זייער לאנג צו לייענען.
נישט יעדע ארטיקעל איז אינטערעסאנט פאר יעדען.
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 9:17 pm
דורך זר זהב
יידל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:האסט מסתם געהאט אסאך צייט צו לערנען א אידיש ווארט אויך...
גאנץ תיקון-ליל-שבועות ביינאכט. פון 11:30 ביז 4:45.
נו! זאג עס כאטש נישט... סא הייליגע נאכט
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 9:25 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:יידל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:האסט מסתם געהאט אסאך צייט צו לערנען א אידיש ווארט אויך...
גאנץ תיקון-ליל-שבועות ביינאכט. פון 11:30 ביז 4:45.
נו! זאג עס כאטש נישט... סא הייליגע נאכט
דעמאלטס האב איך געלערנט.
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 9:28 pm
דורך זר זהב
איך האב געקויפט נאר דעם איד און ביי מיין שוויגער איז געווען אויך די מעלות, איך בין נאך נישט פארטיג מיט'ן איד און איך בין נישט א שטאטער לייענער. אפשר יא ?
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 9:29 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:איך האב געקויפט נאר דעם איד און ביי מיין שוויגער איז געווען אויך די מעלות, איך בין נאך נישט פארטיג מיט'ן איד און איך בין נישט א שטאטער לייענער. אפשר יא ?
איך מיין אז יא. די מעלות האב איך אויסגעליינט אין געשעפט.
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 9:33 pm
דורך זר זהב
דו ביסט עס דארט געשטאנען ביים גראסערי אריינגאנג 4 שעה אין א צי ?...
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 10:42 pm
דורך אךשמח
איך ליין כמעט אלעס וואס איז דא אין אידיש, און אויך היימישע אויסגאבעס אין ענגליש.
פון די אידישע צייטונגען גלייך איך דעם 'נייעס באריכט' דאס מערסטע, און פארשטייט זיך דער שטערן און שפאקטיוו. די אנדערע ליין איך זייער שנעל, און נאר וואס איז גאר אינטערעסאנט, אויב ס'פאראן אזא זאך.
דער 'עמי' געפעלט מיר, און אויך 'משפחה' אבער דער 'בינה' איז אפשר גוט פאר געוויסע פרויען, נישט אריינגערעכנט מיין ווייב...
המודיע איז נישט שלעכט.
וואס נאך?
זאל איך אויך שרייבן איבער די גוי'אישע מאגאזינען?
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 10:53 pm
דורך זר זהב
אינטערעסאנט, איך האב נאר וואס גע'קוויט לייענען דעם נייעס באריכט. ס'האט ביי מיר פארלוירן דאס חן. -- איך לייען נישט קיין גויעשע מאטריעאל אבער אויב שוין יא וואלט איך ענדערש געקויפט דעם יתד נאמן, יא איך ווייס ער איז נישט אזוי שיין גראפירט ווי דער המודיע, ס'איז אבער ריעל תוכנ'דיג. דער המודיע איז א אויג פארבלענדעניש/הייפ.
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 10:59 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:דו ביסט עס דארט געשטאנען ביים גראסערי אריינגאנג 4 שעה אין א צי ?...
אשפג. שששש.... גילוי.
(ניין, כ'האב עס אויסגעליינט אין ספרים געשעפט אין 15 מינוט.)
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 11:13 am
דורך אלבערט
יידל האט געשריבן:געהאט צום ליינען דעם יום טוב יתד נאמן אין ענגליש, משפחה אין לשה"ק און אין ענגליש, בקהילה אין לשה"ק, בינה אין ענגליש, עמי אין ענגליש, שטערן און שפאקטיוו אין אידיש. אה... שיעור פארגעסן "די וואך"'ס ספעציעלן אויסגאבע "די כינוס" וועלכע כ'האב געבארגט פון א שכן.
די בקהלה און משפחה אויף לשון קודש זענען אום יו"ט שבועות אויך אזוי אינהאלטפול ווי אינעם פסח און סוכות אויסגאבע?
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 2:27 pm
דורך יידל
אלבערט האט געשריבן:יידל האט געשריבן:געהאט צום ליינען דעם יום טוב יתד נאמן אין ענגליש, משפחה אין לשה"ק און אין ענגליש, בקהילה אין לשה"ק, בינה אין ענגליש, עמי אין ענגליש, שטערן און שפאקטיוו אין אידיש. אה... שיעור פארגעסן "די וואך"'ס ספעציעלן אויסגאבע "די כינוס" וועלכע כ'האב געבארגט פון א שכן.
די בקהלה און משפחה אויף לשון קודש זענען אום יו"ט שבועות אויך אזוי אינהאלטפול ווי אינעם פסח און סוכות אויסגאבע?
משפחה איז געווען גאנץ גוט, בפרט די קולמוס סעקשאן. די בקהילה האט אביסל אונטערגעפאנפעט, אבער ס'נישט געווען שלעכט.
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 5:29 pm
דורך אבי גערעדט
האסט אפשר די דעקל פון לשה"ק משפחה? אין אויב נישט, וואס זענען די מעין טאפיקס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:52 pm
דורך לעמיל
איז דא איינער וואס ליינט מעשה בוקס? אידיש ענגליש? וועלכע איז גיט? ועלכע נישט?
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:54 pm
דורך זר זהב
פארכאפט אין נעץ איז געווען גוט
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:56 pm
דורך לעמיל
דעיס איז פין יארען צוריק איך רעד נייע זאכען
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:57 pm
דורך זר זהב
כאנישט געוויסט אז דעי זאכן גייען נאך היינט
נשלח: פרייטאג יוני 01, 2012 1:50 am
דורך הדד בן בדד
מיר האבן געהאט דעם שטערן, שפאקטיוו, מעלות און באלייכטונגען אויף אידיש, זמן און משפחה אויף ענגליש. יא דער קולמוס פון דעם משפחה איז זייער גוט.