בלאט 1 פון 1

ברוך המקדש שמו ברבים!! (ווילי הייזער)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 7:38 pm
דורך [NAMELESS]
שוין א לאנגע צייט וואס מ'הערט די המון עם זיך אפרעדן אז מען איז שוין זאט פון די מעכטיגע בתי מדרשים מיט די פענסי בתי כיסאות, שוין דא איבער גענוג קע''ה ס'איז שוין די צייט אז די כבוד פרעסערס זאלן עפעס צוריק צאלען פארן ציבור מיט די מתנה וואס ג-ט האט זיי באשאנקען דהיינו די מיליונען צובויען פאר יודישע קינדער דירות פאר ביליג,

איז ווערט צו באגריסען די גאלדענע טאט פון עטליכע נגידים פון די ווילימסבורג אומגעגנט ה''ה

הרב פישל דייטש (פאפא) הרב מנחם גרשון לעבאוויטש (סגן ראה''ק מהר''א) הרב אברהם בראך (מהר''א)

וואס זיי האבן אפגעקויפט די קעסקעיט בילדונג וואס שטייט ביי מארסי צווישען מירטל-פארק פאר די פילע גוישע מארקעט פרייז וואס איז נישט מעגליך צו פארדינען אויב מ'בויעט פאר יודען, צו בויען דירות פאר יודען, וואס מיט דעם ווערט געבויט א פרישע געגנט אין ווילימסבורג

זיי האבן עס אפגעקויפט פון א היימישע פרומע חסידישע נגיד (מהרז''ל) א טאטע פון רבנים וואס האט עס אפגעקויפט פאר 27 מיליון צו פארקויפען פאר גוים האבן זיי עס אפגעקויפט פאר 70 מיליון!!!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:02 pm
דורך [NAMELESS]
זייער שיין פון אים. טאקע דעם שבת אין אין ברוקלין געוועהן פאשקעווילן קעגן איינעם פעלדמאן אז ער פלאנט צו פארקויפן די בילדיג פון קדם פאר ארטיסטען.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:07 pm
דורך פליקער
דער פעלדמאן הער איך האט שוין פארקויפט פאר הינדערט פיפציג מיליאן, איך הער אז דושינסקי גייט אויך בקרוב מקדש זיין שמו ברבים דורך קופן עפעס א מאסן פראפערטי פאר אידן,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:19 pm
דורך דריידל
שפרינג נאכנישט אזוי ווייל בסך הכל האלט מען נאך אינמיטן פארהאנדלן איבער די מקח. אבער די עצם געדאנק אז ס'זענען דא אידן וואס זענען גרייט צו טון פאר'ן כלל, איז באגריסענד.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:20 pm
דורך ישראל קאפקע
עמעזאן האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס מ'הערט די המון עם זיך אפרעדן אז מען איז שוין זאט פון די מעכטיגע בתי מדרשים מיט די פענסי בתי כיסאות, שוין דא איבער גענוג קע''ה ס'איז שוין די צייט אז די כבוד פרעסערס זאלן עפעס צוריק צאלען פארן ציבור מיט די מתנה וואס ג-ט האט זיי באשאנקען דהיינו די מיליונען צובויען פאר יודישע קינדער דירות פאר ביליג,

איז ווערט צו באגריסען די גאלדענע טאט פון עטליכע נגידים פון די ווילימסבורג אומגעגנט ה''ה

הרב פישל דייטש (פאפא) הרב מנחם גרשון לעבאוויטש (סגן ראה''ק מהר''א) הרב אברהם בראך (מהר''א)

וואס זיי האבן אפגעקויפט די קעסקעיט בילדונג וואס שטייט ביי מארסי צווישען מירטל-פארק פאר די פילע גוישע מארקעט פרייז וואס איז נישט מעגליך צו פארדינען אויב מ'בויעט פאר יודען, צו בויען דירות פאר יודען, וואס מיט דעם ווערט געבויט א פרישע געגנט אין ווילימסבורג

זיי האבן עס אפגעקויפט פון א היימישע פרומע חסידישע נגיד (מהרז''ל) א טאטע פון רבנים וואס האט עס אפגעקויפט פאר 27 מיליון צו פארקויפען פאר גוים האבן זיי עס אפגעקויפט פאר 70 מיליון!!!


זייער חשוב, און באמת גוטע נייעס,
אבער פארוואס דארפסטו דא אריינברענגען די ר' אהרן/ר' זלמן לייב פייט, מילא אויב דו ווילסט ארויסברענגען לשבח אז די בויערס זענען אנהענגערס פון ר' אהרן, פיין, העט מען נאך אננעמען, אבער פארוואס די דראנג צו קלאפן די זלמונים??? :shock:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:22 pm
דורך [NAMELESS]
@פליקער דושינסקי גייט אויך קויפען פאר די גוישע מארקעט פרייז און האפן ער זאל כאטש נישט שאדען האבן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:29 pm
דורך berlbalaguleh
עמעזאן האט געשריבן:@פליקער דושינסקי גייט אויך קויפען פאר די גוישע מארקעט פרייז און האפן ער זאל כאטש נישט שאדען האבן?

אויף דעים זאגט דער פסוק: "רבות מחשבות ב-לייב-יש, ועצת ה' היא תקום"... :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:49 pm
דורך דולה ומשקה
עמעזאן האט געשריבן:זיי האבן עס אפגעקויפט פון א היימישע פרומע חסידישע נגיד (מהרז''ל) א טאטע פון רבנים וואס האט עס אפגעקויפט פאר 27 מיליון צו פארקויפען פאר גוים האבן זיי עס אפגעקויפט פאר 70 מיליון!!!


אוי גייט דער רענט זיין געשוואלען, אפשר נישט שנה ראשונה, אבער ערגעץ ווי אין דעם נאהנטע עתיד.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:40 pm
דורך שמעקעדיג
מקדש שמו?
א בראך אויפן קאפ!
דער קריטיש-וויכטיגע מאסן אויסוואנדערונג פון ווילי ווערט יעצט אפגעשטיפט אויף א נייעם אומבאקאנטן טערמין.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 4:35 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:מקדש שמו?
א בראך אויפן קאפ!
דער קריטיש-וויכטיגע מאסן אויסוואנדערונג פון ווילי ווערט יעצט אפגעשטיפט אויף א נייעם אומבאקאנטן טערמין.

די זעלבע סיבה פארוואס ס'איז ביזט יעצט נישט געווען קיין אויסוואנדערונג וועט ווייטער נישט זיין, עס איז בכלל נישט דא קיין מאנגל אין דירות אין שטאט מען האלט יעצט אינמיטן בויען א חשבון פון עטליכע 1000 דירות, דושינסקי x3 שווייד יודל ליטענשטיין א. ב. יאקאבאוויטש ועוד ועוד
און אזוי אויך גייט עס נישט זיין ביליגער ווי ביז יעצט נער די רעגילער פרייס,

נאר וואס דען אזוי ווי עס האט זיך ענטוויקלט א שטיקל יודישע געגענט דארט איז א הערליכע זאך צו מונע זיין אז א גרויסע קאמפלעקס זאל גיין פאר גוים,

חוץ מזה מצד די נגידים איז עס א מסירת נפש אריינצוגיין אין אזא קאפוויי שלא ע''מ לקבל פרס און נאכדערצו צו דערלייגן, און קיין גרויסע כבוד וועלן זיי נישט האבן דערפון און אפשר פארקערט... ימים ידברו

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 5:00 pm
דורך חסיד
שמעקעדיג האט געשריבן:מקדש שמו?
א בראך אויפן קאפ!
דער קריטיש-וויכטיגע מאסן אויסוואנדערונג פון ווילי ווערט יעצט אפגעשטיפט אויף א נייעם אומבאקאנטן טערמין.


ר' שמעקעדיג, ביסט אפשר גערעכט אז דער עולם וואלט געוועהן געהאט שכל וואלט מען געהויבן די פיס אויף די פלייצע און געלאפן, אבער למעשה איז דא א רובא דמינכרא ווייבלעך וואס וועלן וואוינען אין א מייזן לאך נישט צו דארפן ארויסגיין פון אונטער די מאמע'ס פארטוך, איז כאטש זאלן זיי קענען איינשפארן אפאר טולער צו קענען קויפן שיכלעך פאר די קינדער