בלאט 1 פון 1

משה לאופר - Chabad 3

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 8:47 pm
דורך לאליפאפ
משה לאופר, וואס דארף מען מער זאגן!?

דער אידישער ערעינדזשער וועלכע ווערט נישט ארונטערגעלאזט פון כמעט קיין שום אידישע מוזיק ווערק, דער משה ארבעט יעצט אויף זיין דריטע אלבום נאך א שטארקע הצלחה מיט זיינע ערשטע צוויי פראיעקטן..

אין זיין ערשטן אלבום האבן טייל גרויסע זינגערס אנטייל גענומען, א שטייגער ווי מענדי ג'רופי, שלמה שמחה און אנדערע, ווי אויך איז צווישן די ניגונים דארט דער היט פון זיין צייט ויתן בפי וועלכער איז נאך ביז היינט א פאפולערער ניגון ביי היימישע איווענטס, און זיין צווייטע אלבום איז מער געלייגט געווארן דגוש אויף די מוזיק, און איז טאקע א מייסטערישע פילארמאנישע ארבעט.

יעצט ארבעט משה אויף א נייעם דיסק, א שילוב פון שיינע מוזיק און שיינע ניגונים, אויך מיט אמווייניגסטנס זיבן פון די גרויסע זינגערס, וביניהם שלמה כהן, ווי אויך א רעגיולער און א קינדער קווייער.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0m6ArkkvVxs[/youtube]

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:35 pm
דורך ישראל קאפקע
כ'וואלט געגעבן טויזנט לייקס ווען מ'קען ווען!! :like :like :like :like :like :like
איך בין משוגע געווארן פאר לאופערס ערשטע חב"ד סידי,
כ'האב נישט געוואוסט אפילו אז ער האט ארויסגעגעבן א צווייטע חב"ד סידי, זאגסט סאיז געווען אנדערש ווי זיין ערשטע? מיט וואס? איז דעיס אזויווי זיין ערשטע? אויב יא קומט פיינע נייעס!! :like :) :P :) :like

(אגב, איך האב עקטשועלי ליב געהאט שלמה שמחה -כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז אים- אך!! :( :? :lol: :P :lol:)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 11:44 pm
דורך ישראל קאפקע
וואו קען מען הערן #2?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 5:33 am
דורך לאליפאפ
ישראל קאפקע האט געשריבן:וואו קען מען הערן #2?

אט איז די הורא סעט פון חב"ד 2

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qnmegd9nzWY[/youtube]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 7:46 pm
דורך איך אויך
ווי קומט דער מודזיצער שמחה לארצך אריין קיין חב''ד?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 8:34 pm
דורך ישראל קאפקע
איך אויך האט געשריבן:ווי קומט דער מודזיצער שמחה לארצך אריין קיין חב''ד?

חב''ד לקחנט ניגונים עד היום, שענקער'ס אשת חיל איז אויך א 'חב''ד ניגון',