בלאט 1 פון 1
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:20 pm
דורך shem-tov
הי"ד.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:30 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט קימט ארויס זייער אינטערסאנטע ריפארטס ווי אזוי די משפחה פון סאטלאף האט סעקסעספול באזייטיגט פון די גאנצע אינטערנעט (!!) איבעראל ווי ס'איז געשטאנען אז סאטלאף איז א איד און א איזרעילי. זיי האבן גע'קאנטאקטעד אלע זיינע באקאנטע, מער פון 150 מענטשן, און צוזאמען האט מען קאנטאקטעד אלע מידיע פלעצער וואס האבן געשריבן וועגן אים, פעיסבאק, וכו', און יעדער האט קאאפערעיטעד אויסצומעקן די אינפארמעישן.
ווי ס'קיקט אויס האבן זיינע מערדערערס טאקע נישט געוויסט ביזן לעצטע מינוט אז ער איז א איד. דאס איז א געוואלדיגע חידוש אין די היינטיגע וועלט אז ס'איז געלונגען אזא זאך.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 1:35 pm
דורך וויליאמסבורגער
wow, ראשעקאל.
נאך אן אינטערעסאנטע פאקט האב איך געזען, אז יום כיפור האט ער נישט נאר געפאסט, נאר ער האט אויך געקוקט צו וועלכע זייט די אראבער דאווענען, און האט אויך געדאווענט צו יענע זייט. (זיי דאווענען אויך צו ירושלים).
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:02 pm
דורך אפטעמיסט
די אראבער דאווענען צו
מעקא
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 4:15 pm
דורך עמוס
באראק בארפי, א
ווארט זאגער פאר די סאטלאף פאמיליע איז גרייט צו מאכן א דיבעיט מיט דעם פירער פון אייסיס, אבו בכר אל בגדדי. ער קען א גוטע אראביש און ער איז מוכן ומזומן זיך צו מפלפל זיין אין דעם הייליגן קוראן אויב פאר זיין א אמעריקאנע זושרנאליסט קומט זיך סייף אדער ארבעים חסר אחת.
בארפי האט שוין גענוצט גאנץ א שטרענגע שפראך צו דעם הרב בגדדי, פארלאנגענדיג אן ערנסטע מהיכן דנתנו, אבער ווען סאטלאף האט נאך געלעבט האט זיין מאמע ארויסגעשטעלט א ווידעא וואו זי בעט אויף א איידעלע אופן פון די אייסיס פירער אז זיי זאלן נאכפאלגן די
עקזעמפל פון מוחמד ווי אזוי צו באשוצן די עם הספר, ווי ער האט זיי גערופן. ווי עס זעט אויס האט אל בגדדי מקיים געווען איר פארלאנג.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 5:02 pm
דורך בארא פארקער
ווי ווייסט מען דאס אלץ? געפאסט יו''כ, געדאוונט צו ירושלים, וגו', ער איז נפטר געווארען אין זייערע הענט.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 5:06 pm
דורך היימישער ליטוואק
עמוס האט געשריבן:באראק בארפי, א
ווארט זאגער פאר די סאטלאף פאמיליע איז גרייט צו מאכן א דיבעיט מיט דעם פירער פון אייסיס, אבו בכר אל בגדדי. ער קען א גוטע אראביש און ער איז מוכן ומזומן זיך צו מפלפל זיין אין דעם הייליגן קוראן אויב פאר זיין א אמעריקאנע זושרנאליסט קומט זיך סייף אדער ארבעים חסר אחת.
בארפי האט שוין גענוצט גאנץ א שטרענגע שפראך צו דעם הרב בגדדי, פארלאנגענדיג אן ערנסטע מהיכן דנתנו, אבער ווען סאטלאף האט נאך געלעבט האט זיין מאמע ארויסגעשטעלט א ווידעא וואו זי בעט אויף א איידעלע אופן פון די אייסיס פירער אז זיי זאלן נאכפאלגן די
עקזעמפל פון מוחמד ווי אזוי צו באשוצן די עם הספר, ווי ער האט זיי גערופן. ווי עס זעט אויס האט אל בגדדי מקיים געווען איר פארלאנג.
איך האב מורא, אז דער באראק ברפי קען אזוי גוט דער קורן, ווי די מומחים אוף - להבדיל - די תורה וועלכע ווילן "אויפווייזן" אז מיר מוזן ווערן וועג'יטעריענס... אדער אז מיר מוזן אננעמן פארשידנע גלויבנגען וכדומה. בקיצור, אזוי ווי ווען דו הערסט ווי א קריסט לערנט אפ די תורה, און וויל זיך מתווכח זיין מיט דיר, אזוי קוקט דער הרב הגאון אל בגדדי שליט"א ראש ישיבת איסיס אויף די פארנארטע מתוכחים מיט אים.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 5:08 pm
דורך פארוואס?
אפטעמיסט האט געשריבן:די אראבער דאווענען צו
מעקא
ידוע כי המוסלמים הראשונים, בעודם במכה, פנו בתפילתם לירושלים וכך עשו גם בראשית שהותם באל-מדינה, לאחר ה''היג'רה'' של מוחמד ממכה לאל-מדינה. מסיבה זו, אחד משמותיה של ירושלים באסלאם הוא עד היום ''אולא אל-קיבלתיין'', דהיינו הראשון שבשני כיווני התפילה. הכיוון השני לתפילה, התופס באסלאם עד היום הזה, הוא כיוון התפילה למכה ובכל המסגדים שבעולם יש גומחה בקיר (לרוב, בקיר הדרומי) המציינת את כיוון התפילה למתפללים.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:12 am
דורך מילכיג
אינטערסאנט פון ווי ער'ט געוואוסט אז ס'איז יום כיפור.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 12:24 pm
דורך [NAMELESS]
קידוש ה'
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:11 pm
דורך יצמחפרקני
זיי האבן ארויפגעלייגט א שיינע באשרייבונג!
www.tzeitung.com/