בלאט 1 פון 6

נייער שטערן בעולם הנגינה: שמואל אונגאר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:50 am
דורך כוכב
איך ווייס נישט אויב ער איז טאקע ניי, אבער פאר מיר איז ער קלאר ניי.
איך האב מיך באגעגענט מיט א הערליכן קליפ ווי ער לייגט אראפ מייסטערהאפטיג א ניגון מיט אן אייגנארטיגן געשמאק און כאריזמע.
ער האט גאר א גוטע שטימע און טראגט דעם טאן מיט א קונצליכער שטארקייט מיט גאר אסאך אייגענע קוועטשן.
עס איז באגריסנווערד אז עס קומט ארויף אויפ'ן אידישן מארק פרישע טאלאנט, און מיר וואונטשן אים פיל הצלחה.
מער אינפארמאציע איבער דעם זינגער איז וועלקאמד.
אגב, ס'איז דירעקט נישט קיין לייכטע ניגון און א שטיקל קונץ דאס אזוי פאכמאניש אראפלייגן.

דא האט איר דעם שיינעם קליפ:

https://www.youtube.com/watch?v=xRDS9icAQ2E

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:00 am
דורך מצטמק ויפה
ער איז איינגעשטעלט אין שירה, דער זינגט ווי א גאון, ער איז בעל הבית אויפן ניגון און שפילט זיך דערמיט ווי א יאָו יאָו ער איז איינס אין דער וועלט, ווי האט יענער געזאגט? דער קונסט איז נישט אוועק צודרייען די קונסט איז צירוק צוקומען.

איך האב איהם לעצטענס געהערט אויף א חתונה, איך בין משוגא געווארן ווי ער נעמט פשוטע ניגונים און פארוואנדעלט עס אין חידושים נפלאים.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:31 am
דורך אויליגער
ער זינגט נישט אפיציעל און פרדס נאר צוליב סיבות אז דער זינגער האט נישט געקענט קומען האט ער עם גערופן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:40 am
דורך אויליגער
די קליפ וואס [tag]כוכב[/tag] האט ארויפגעלייגט איז מוראדיג שיין די ניגון ריבון קומט דאכצעך פון דעדי עס איז זייער שווער זיך צו האלטען אויפן טאן נאך קיינמאל נישט געהערט זיך אזוי גוט האלטען אויפן טאהן אויף די ניגון
אגב הער איך אז סאיז און פלאן ארויסצוקומען מיט א סידי איינער מיט מער אפדעטס?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 10:46 am
דורך מאטי
יא דעדי אויפן גאנץ ערשטן אלבום, קאמפאזט ביי יוסי גרין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 11:48 am
דורך רויטע וואנצעס
שמואל דוד איז נישט סתם נאך א זינגער, ער איז א אינעוועיטער אין די וועג ווי אזוי מ'זינגט חסידיש מוזיק. באלד אזוי ווי מיכאל שניצלער בשעתו. איך בין נייגעריג צו זעהן צו ער קען אויך גוט, שטייטע קומזיצעשע ניגונים.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:26 pm
דורך קאנצעפט
אה, אל האשכול הזה התכוונתי, שוין אפאר וואכן וואס איך דריי זיך ארום מיט'ן געדאנק צו שרייבן וועגן דעם שמואלי אונגאר'ן, און איך זע דער עולם זאגט ממש וואס איך האב געוואלט זאגן.

דער שמואלי אונגאר איז א נייער פונאמענאן, א דורכברוך, און לפענ"ד קען ער אנקומען צו די שטאפלען פון די גרעסטע שטערנ'ס בעולם הנגינה, אויפ'ן לעוול פון אברהם פריד וכו'.

ער ליגט אין עולם הנגינה, און ווען ער נעמט א חתונה, איז עס זיין לעבן, זיין אחריות, ער גיבט זיין גאנצע חיות פאר דעם דזשאב, און עס דערקענט זיך אויף יעדן חתונה באזונדער, ס'איז נישטא נאך א זינגער אויף די מארקעט וואס הייבט אזוי א חתונה ווי שמואלי! אויף יעדע ניגון עקסטער וועט ער ארויפלייגן א נייעם טוויסט, און בכלל, זיין וועג פון הייבן איז עפעס א חידוש וואס האלט מיר געפלעפט יעדעס מאל עקסטער, א קוועטש דא, א דריידל דארט, און דער עולם שפרינגט, מ'קען ממש נישט בלייבן שטיין און נישט מיטטאנצן, יעדער ווערט פארכאפט מיט התלהבות.

אקעי, קום אראפ בארואיג זיך, שוין געהערט אזאנס, יעיע, כ'קען אים שוין פינף יאר, און איך זע ווי ער וואקסט יעדן חודש מער און מער, עד כדי כך אז איך בין פון זיינע גרעסטע פענ'ס, און מארק מיי ווארדס ער גייט אנקומען צו די העכסטע שטאפלען.

אביסל וועגן דעם אונגאר'ן:
ער זינגט טאקע אין שירה, אבער גאר ווייניג, און ער זינגט נישט אין פרדס פיגא, ווייל זיי זענען א תקנות זאל... ער האט ממש יעדע נאכט א חתונה, פון לעיקוואוד ביז מאנרא, איבעראל רופט מען אים... מיט שירה גייט ער געווענדליך נאר אויף שבתים אדער אויב פאלט אריין א נאכט וואס ער איז ליידיג, וואס דאן כאפן זיי זיך צו צונעם.

ער האט א גאר שטארקע שטימע, מיט א רעינדזש וואס גייט בערך ביזן הויעכן C (עפעס אזוי, כווייס נישט זיכער...)

ער האט א געוואלדיגע חן, מיט א שמייכל און א סענס אוו הומאר וואס מאכט פילן מענטשן באקוועם אין זיין געגנווארט, מענטשן ווערטלען זיך אז ער איז ווערד זיין וואג אין גאלד....

כווייס נישט ווי מוזיקאליש ער איז, ס'איז דא אסאך זינגערס וואס זענען מער מוזיקאליש ווי אים. זיין קונץ ליגט אין זיין ארויסהאבן א ניגון, ער שטודירט יעדן ניגון, ביז ער קען יעדן ווינקל דערפון, און ער זיצט באקוועם דערין ווי א קעניג אין זיין רויטן פאטעל...

ער האט אויפגענומען א פראדוסער - איינע פון די בעסטע היינט צוטאגס - נפתלי משה שניצלער, וואס נישט נאר ער ארבעט מיט אים אויף א קנאקעדיג אלבום, גיבט ער אים גיידענס און דירעקשאנ'ס אויף טריט און שריט, אזוי אז אלעס וואס ער טוט איז פראפעסיאנאל און אויסגעהאלטן, סיי פון א מוזיקאלישער שטאנדפונקט און סיי פון א מארקעטינג שטאנדפונקט.

און יא, ער ארבעט אויף אן אלבום, פינקי, יאסי גרין, און די אלע חברה... אבער ער ארבעט גרונטליך און רואיג, ער כאפט נישט קיין לאקשן, און מאכט זיכער אז ס'זאל זיין כולו ממתקים וכולו משמנים, מלא וגדוש מיט חידושים וואס וועט זיכער מאכן אז ס'איז א פראדוקט שהכל גומרין עליו את ההלל.

יוי, איך רעד שוין צו סאך. איין זאך קען איך זאגן
ימים ידברו...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:36 pm
דורך יידל
אקעי, נישטא וואס צו רעדן. ער לייגט אראפ דעם ריבון ווי א מייסטער.
נאכן ענדיגן ריבון בין ך' געגאנגען זוכן נאך סחורה פון אים אויף יוטוב. כ'בין נישט נתפעל געווארן עפעס עקסטער פון זיין קנא לשמך רענדיציע:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=iru0U_XYO9E[/youtube]

ווידעראום זיין שלום עליכם איז סחורה ווי גאלד. עלמער ווארטן אויפן דיסק...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=OjM_6z0bczg[/youtube]

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 4:41 pm
דורך בשבילי!
ער לעבט נאך? ס'קוקט עפעס נישט אויס גוט דא.

אין אז זייטן נאטיץ איז א שאד אז ק''ש מאנט נישט איין עפעס טאשן געלט פון די שיינע אדוועטאריעל'ס וואס גיסן זיך לעצטענס אסאך אין מוזיק פארום. ס'א שאד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 5:51 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז א גאנץ שיינע פראדאקעשען , קיקט אויס צו א חבר'ס חתונה

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=lSHFFm1mQZU[/youtube]

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
כמו שאמרתי, ער איז א שטערן אין שנעלע ניגונים. יידל'ס ערשטע קליפ איז א שטייטע. מיט שטייטע ניגונים איז ער נאך אויפן וועג ארויף. כ'בין געווען אמאל מיט אים אויף שבת אין א האטעל. און איך האב אבזעווירט ווי זיין שטארקייט איז מער ביי שנעלע ניגונים.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2014 6:40 pm
דורך קאנצעפט
יאפ, קנא לשמך איז היבש שוואך, לויט ווי איך פארשטיי איז עס פון אפאר יאר צוריק, און אזוי ווי איך זאג אט דארט קען מען זען זיינע ריזיגע דזשייענט סטעפס... (כגלייב אז ער וועט עס למעשה אראפ נעמען.)

די וועלט מוז צו קומען צו אזעלכע גוטע מענטשן ווי בשבילי, אבער פארוואס זאל א מענטש באשלוסן פאר זיך צו זיין אט דער מענטש?... (סארי בשבילי)

אדווערטאריעל ארויף אדווערטאריעל אראפ, אויף מיר און דיר שרייבט מען נישט אזאנע שטארקע ריוויו, אלזא יש דברים בגו...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:58 pm
דורך ודי למבין
איך האב זייער ליב געהאט רבון און עס איז נישט א טיפיקל שנעלע ניגון.
מ'דארף האבן אין זיך "עפעס" צו קענען דעליווערן אזא ניגון.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:45 pm
דורך קאנצעפט
קוקט אויס ווי שמואלי האט געוואלט ווייזן פאר די וואס האבן געטראכט אז שמואלי איז נאר גוט פאר שנעלע ניגונים...
אוי האט ער עס דעליווערט!
Watch shmueli Ungar and yedidim new hit song CHAZI
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ldDNNjrdS6A[/youtube]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:17 pm
דורך יידל
כ'האב הנאה פונעם קנייטש ביי די הויעכע פאל "חזו"... ער האט די זאך פיין אין די הענט. כ'בין נתפעל פון זיין פארשריט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:21 pm
דורך לך לך
ער זאגט פיין!!!!!!!!!!
פון ווי איז די ניגון?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:27 pm
דורך אפטעמיסט
אוי באשעפער! ער זינגט דאך אזוי שיין ס'לוינט פשוט נאכאמאל חתונה האבן אים צו קענען האבן ביים חתונה!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:27 pm
דורך יידל
פון דא קומט עס. לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט ס'שטייט אויף אים בעסער ווי אויף חיים ישראל
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cQXqAQBu6Uc[/youtube]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:37 pm
דורך מאטי
יא דער אונגאר איז עולה על שלחן מלכים. עימיצער האט באמערקט דעם עפטער-קוויטש/קרעכץ ביים הויכן "בני".
===
מערקווערדיגע טריוויע; דער ניגון, וואס רעדט זיך פון תורה, ענדיגט זיך פונקט ביי 6:13.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 2:07 pm
דורך כוכב
דאס איז איז דאך מעגא!
יעדעס ווארט צום קישן און צום לעקן. זיין קאמיטמענט צום דעטאל פונעם ניגון איז פרעצעדענטלאז, הפלא ופלא.
אפגערעדט אז זיין שטימע קומט אריין קריסטאל קלאר און לויטער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:07 pm
דורך יידל
מאטי האט געשריבן:עימיצער האט באמערקט דעם עפטער-קוויטש/קרעכץ ביים הויכן "בני".

דאס איז בכוונה אדער ווייל ער לויפט אויס פון אטעם? :) דזשאסט קידינג, הארץ, געפיל, טאלאנט, און הערליכע שטימע שמשתמשין בערבוביא. איי עם אימפרעסד.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 5:32 pm
דורך ודי למבין
יידל, פליז!!! בעסער פון חיים ישראל? אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
שיין? יא!
חיים ישראל? פלייייייז!!!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 01, 2014 6:01 pm
דורך קאנצעפט
ודי למבין האט געשריבן:יידל, פליז!!! בעסער פון חיים ישראל? אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
שיין? יא!
חיים ישראל? פלייייייז!!!


קיינער אין די וועלט קען נישט בעסער פון חיים ישראל!

אבער... די ניגון איז א חסיד'ישע ניגון, חיים ישראל האט קענטיג געצילט חסידים מיט דעם ניגון, מילא פארשטיי איך וואס יידל זאגט אז "ס'שטייט אויף אים בעסער"... נאכדערצו ווען ער לייגט צו געוויסע אייגענע קוועטשעס דא דארט