איז עס נישט שרעקעוודיג?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

איז עס נישט שרעקעוודיג?

שליחה דורך קפנדריא »

ס'טומלט זיך אויף טישן און בענק אין די מעכטיגע "ביג וואורלד פירמע", אייגנטליך איז עס גארנישט קיין פירמע, עס איז א גאנצער קאמפלעקס, נישט בלויז א קאמפלעקס פון פעקטארי בנינים, טראקס באנען און שיפן, אפיסעס און אלע צוגעהערן, מיט מאסן מענשטן וועלכע ארבעטן פאר די פירמע, נאר דער גאנצער שטאט און אומגעגנד געהערט צו דעם מעכטיגן בעל הבית פון די פירמע, און ער איז ממש דער מלך ומושל, ווען איינער וויל צוקומען צו א געהאלט העכערונג, אדער צו דערהויבן ווערן אין ראנג, ווער רעדט נאך צו דערגרייכן א פאזיציע ווי אן עקזעקיוטיוו ווי מ'קען מאכן געלט אין די הויכע ציפערן און פשוט נתעשר ווערן, אדער איינער וויל א נייערע שענערע אדער גרעסערע דירה, א נייע קאר, א וואקעישאן היים, א גוטן העלט פלען, בעסערע עדיוקעישאן פאר די קינדער, און וואס נאר ס'איז שייך, דארף מען געפעלן דעם בעל הבית, ס'איז נארמאל אזוי, מ'דארף צו אים צוקומען, און מ'דארף אים געפעלן..

געווענליך ווערט די ביזנעס געפירט דורך די מענעדזשערס, אויפזעער און הויכע אנגעשטעלטע, דער בעל הבית זיצט אין זיין פריוואטן פארמאכטן אפיס און האלט אלעס מיט דורך אויגעלעך - קעמארעס וואס זענען אויסגעלייגט איבעראל, ער באקומט אויך כסדר'דיגע באריכטן פון די ממונים אויף אלע דעפארטמענטס, אבער מ'זעט אים נישט פאר די אויגן, יעדע שטיק צייט הערט מען בלויז די רעזולטאטן פן די ריפארטס, דער איז נעבעך געפלויגן, דער האט פארלוירן זיין הויז אדער אנדערע פריווילעגיעס, דער האט אנגעוואוירן זיין העלט פלען און ער דארף זיך ספראווען מיט א ביטערע מחלה, אדער פלוצלינג ווערט איינער דערהויבן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן, אבער דאס זענען ארדערס וואס קומען געפעקעדזשט פארטיג און גרייט, די מיט שכל ווייסן זיך כסדר אכטונג צו געבן, און ארבעטן געטריי און מיט איבעגעגעבנקייט, ווייל זיי וויסן און זעען כסדר אז ס'ווערט געפירט א געהעריגע קאנטראל, און געוויסע וועלן טון אלעס אבי געזונט, דערונטער אויך אזעלכע וואס וועלן אינגאנצן ארויס פון די ראמען, און זיי כאפן נישט און ווילן נישט טראכטן אז זיי ריזיקירן מיט דעם זייער גאנצער עתיד..

יעצט אז ס'איז געקומען א מעלדונג אז דער בעל הבית גייט מאכן א ריזיגן אודיט, ער גייט איבערקוקן אלע ביכער אן אויסנאם, נאכגיין די ארבייטער איינס ביי איינס, און באשליסן וואס די גורל און שיקזאל פון יעדן באזונדער גייט זיין, נו געוויס טומלט זיך און ס'הערשט אן אנגעצויגענע שטימונג, יעדער מיט א ברעקל שכל מאכט זיכער צורעכט צו שטעלן זיינע ביכער, אויסגראדן אלע טעותים, און וויפיל ס'איז שייך זיין גרייט צו די גרויסע אונטערזוכונג, אפילו אויב וועט ער עפעס פארזען אדער נישט אינגאנצן צוריקשטעלן, וועט האפנטליך דער מעכטיגער און קלוגער בעל הבית זען אז איך האב אמת'דיג פרובירט, די לייכטזיניגע וואס ארבעטן נישט מיט שכל, נאר לאזן זיך דיקטירן פון נארישע מחשבות און פון פוילע געפילן אז פונקט זיי וועט מען אפשר נישט נאכקוקן אדער ענליכע זינלאזע געדאנקן, די שטרענגען זיך גארנישט אן, פירן זיך מיט זייער אלטע פוילע סדר היום, אבער דאס מערהייט פון נארמאלע מענטשן מיט א קעפל אויף די פלייצעס און אויגעלעך אין קאפ טוען די מאקסימאלסטע אנשטרענגונגען זיך גאר שיין אהער צו שטעלן...

ס'קומט נענטער דער טאג וואס יעדער ציטערט אזוי, אפילו פיל פון די וואס זענען געווען גלייכגילטיג ביז אהער נעמען זיך שוין אויך אין די הענט, ס'איז דאך גארנישט קיין קינדער שפיל, אט אט קומט דער גרויסער פארכטיגער טאג, בלויז געציילטע שוטים קלאצן ווייטער אוועק כאילו מ'מיינט נישט זיי..

אריה שאג מי לא יירא! ומלאכים יחפזון ויאמרו "הנה יום הדין"!
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

אוי קפנדריא דו האסט מיר גענומען אויף א רייד! איך האב נישט געוויסט פון אנהויב ווי אהין דו צילסט, אוי איז עס טאקע שרעקעדיג! יעדע ווארט גין גאלד גערעדט צום נשמה, א גרויסן דאנק, נאדיר א ברוינע :like
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

קפנדי, דו מאסכט מיין מאגען טאנצען :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' קפנדריא: א גרויסן יישר כח פאר ברענגען דעם ריכטיגן רעפארט. די ערשטע מינוט האב איך (אזוי ווי בשבילי) נישט געכאפט פונקטליך וועלכע גרויסע קארפארעישן דו מיינסט. נאר ביי די דריטע שורה האביך שוין געכאפט ווי אהין דער מאמר צילט. איך בין טאקע נתעורר געווארן. איך האב נאר איין קליינע שאלה. אויב איינער, אן עקזעקיוטיב אין א געוויסע ארגאניזאציע וועלכע איז א חלק פון די גרויסע קארפארעישן, האט מכח כמה היימישע דריידלעך זיך דערקייקלט צו א מצב וואו ער (אדער זיין מוסד. אנטשולדיגט. ברענטש פון די גרויסע קארפארעישן) איז געבליבן שולדיג פאר א פשוט'ן ארבעטער, לאמיר זאגן א בעל עגלה, א סכום פון העכער פינעף טויזנט רובל (אדער אן אנדערע מטבע וועלכע גייט אן אין יענע מדינה). און דער ארבעטער האט שוין געטון פארשידענע מיטלען פון השתדלות ארויס צו באקימען זיין געלט. למשל ווי צו שטעלן די ריכטיגע פאפירן וועלכע פעילן אויס לויט די תקנות פונ'ם שטייער אמט פון יענע מדינה. אבער דער עקזעקיוטיוו דרייטציך ארויס מיט פארשידענע תירוצים. און ער שטעלט אן א פנים ווי א תם. יעצט איז די שאלה, אויב דער פשוט'ער ארבעטער קען זיך ווענדן צו איינס פון די געריכטן, וועלכע געבן זיך אן אז זיי משפט'ן לויט אן אלטע (אבער זייער גוטע) קאנסטיטוציע וואס איז שוין איבער דריי טויזנט יאר אלט. נאר די ריכטער (וועלכע האבן זיך אליינס ארויפגעזעצט אויפ'ן בענקל) זענען אזאלכע פאני מענטשן וועלכע גייען (געוויינליך) מיט שווארצע (אדער בלויע) קאפטנס מיט בלימען, וועלכע זעען אויס שטארק ענליך צו פרויען קליידער, (רח"ל. פי' גאט זאלל אפהיטן.) געמאכט אין אונגארן. נאר זיי ווערן אריינגעברענגט אין יענע מדינה דורך א גרויסע פירמע וועלכע האט אמאל באלאנגט פאר צוויי ברידער'ס. נאר צווישן די רויכטערס איז פארהאן א גרויסער פראצענט וועלכע זענען קארופטירטע ברואים און עמי הארצים. איז די שאלה וואס דער פשוט'ער ארבעטער וויל פרעיגן ביי די קליגע אוידיענץ, דא, אויף די אינטערשטע חלק פון די נעץ. צו זאלל ער , דער ארבעטער זיך ווענדן צו איינס פון די נידעריגע (תרתי משמע) געריכטן. אדער זאלל ער זיך ווענדן גלייך צום בעל הבית. ווייל ער ווייסט אז דער בעל הבית וועט זיכער משפט'ן יושר'דיג. אבער ביי די נידעריגע געריכטן (ספעציעל, איינס וועלכע געפינט זיך אויף א געסל. דארט ווי דער הויפט ריכטער איז באוויסט אלץ זייער א קארופטיר'טער יונג.). די קלוגע אוידיענץ פונ'ם אינטערשטן חלק פון די נעץ וועלן זיכער קענען ענטפערן אויף אט די פראגע. ס'וואלט זייער אינטרעסאנט געוועין צו הערן א מיינונג פון קלוגע מענטשן... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ייש"כ קפנדריא,

לאמיר נאר פרעגן, דער בעה"ב פון די פירמע טוט אויך כסדר אלע מיני סארטן שטיקלעך און שפיצלעך צו שטרויכלען זיינע ארבייטער?
אויב נישט, דאן קען מען נישט פארגלייכן דעם משל צום נמשל, בשעת מיר זענען באלאדענט מיט כל מיני ביטערע נסיונות חדשים לבקרים מדי יום ביומו, אז מ'זעהט קוים דעם וועג ארויס?

נאך א שאלה, דער בעה"ב שטעלט צו פאר זיינע ארבייטער אפיסעס? ווערהאוזעס? די געפאדערטע כלים און די מאשינען מיט וואס זיך צו באנוצן?
אויב יא, דאן איז דאך ווידער אוממעגליך צו פארגלייכן, ווייל אלמלי מיר וואלטן באקומען כל טוב וטוב, און געקענט זיצן אין ביהמ"ד אים דינען, לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, און נישדט געדארפט ארויסגיין זיין פארנומען על המחיה ועל הכלכלה און לויפן מיט די קינדער (אדער זיך אליינס) צו דאקטוירים, דענטיסט, שפיטאל, און פארשידענע אנדערע טירדות הזמן, וואלט מען זיכער זיך אויפגעפירט פיל בעסער און נישט פארגעסן אונזער ריכטיגן תכלית אויף דער וועלט!

והא ראי', גיב א קוק יוכ"פ. נישטא קיין נסיונות, נישטא קיין פרנסה, מען זיצט אין ביהמ"ד און מען ווערט הייליג ווי מלאכים!

כל זה כתבתי למליצה ישרה למען בני ישראל שרצונם לעשות רצונו ית' ומי מעכב שאור שבעיסה ושעבוד גליות.
וירח ה' את ריח הניחוח
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 534 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך אליצפן »

אוי זאגסטו גוט! מיט אזעלכע נסיונות און שטרויכלונגען איז נישט דא קיין איין ארבעטער, אין סיי וועלכע פירמע וואס וואלט געבליבן אויף זיין שטעלע מער ווי עטליכע וואכן. פארדעם באדערן מיך אלעמאל די אלע משלים למיניהם וואס פרובירן צו פארגלייכן די ימים נוראים צו דאס און יענץ, ווען אין אמת'ן אריין איז עס נישט קיין פארגלייך צו גארנישט! נישט דא אזא מציאות אין די וועלט ווי מ'ווארפט אריין א מענטש אין א מצב וואס יעדע טריט און שריט איז אזוי שווער מיט אזויפיל נסיונות, און וואו מ'זעט נישט מיט די פליישיגע אויגן קיין שום באלוין אויף גוטע, ביטערע שווערע ארבעט.
דער בעה"ב פון דער משל באצאלט כאטש זיינע ארבייטער שיין און אין צייט..
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

איך גלויב אז דער בארעמהארציגער בעלעבאס ווייסט און זעיט אלע שטרויכלונגען און ניסיונות וואס אונז גייען דורך, ער זעהט אונזער סטראגגעל, ער ווייסט וויפיל מאהל אונז האבן שוין געטראסקעט ער וויל זעהן ווי שנעל אונז הייבן זיך אויף צוריק נאכ'ן אראפ פאלן, ער וויל זעהן ווי אונז טרייען כאטשיג צו זיך צו שטעלן אין חודש אלול, מ'איז אונז זעכער נישט דן לויט ווי אמאליגע שטארקע דורות, מ'רעכנט זיך מיט אונזערע שוואכע כוחות, אבער ער איז א בוחן לבות, ער ווייסט צו מ'טרייט כאטשיג אדער נישט.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אונז זעמער צוגעגליכן צו סעילסלייט, מיר ארבייטן מער ווייניגער פאר זיך, מיר דארפן זיך אליינס ספראווענען מיטן לעבן, מיר האבן אלע איין ציל, אריינצוברענגן סעילס (ליין: מצות ומעשים טובים) פאר אונזער בעלעבוס.

יא, נישט אייביג ווייסט דער בעלעבוס וואס דער סעילסמאן גייט אדורך, דא גראדע ווייסט ער יא, און דאך לאזט ער אים זיך אביסעלע ארומשלעפן, און אבער דאס איז אלעס ווי א בעלעבוס וואס זעהט ווי שווער דער סעילסמאן גייט עס, וויפיל שטרויכלינגן ס'זענען אינטער די פיס, אין וויפיל שטיינער ער האנקעט זיך אן, אבער ווען ער זעהט ווי ער מאכט דאס סוף כל סוף אדורך, איז די פילינג ביי ביידע זייער גוט און געשמאק, און מ'וועט אים נאך צוווארפן א ביינדל/באונוס.

נאך מער, אונז די סעילסלייט ווייסן מיר גראדע נישט וויפיל הילף אונזער בעלעבוס געט אונז אזוי נישט-מיר-נישט-דיר-נישט ווען אונז כאפן מיר נישטאמאל פון ווי די ישועה קומט, אונזער האר ספראוועט זיך היפש מיט אונז.

בכל אופן[tag]קפנדריא[/tag], ס'איז א גוטע טשילי ארטיקל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מילקשעיק ביסט גערעכט מיט דיינע ווערטער, אבער דער משל איז נאך אלץ נישט דומה לנמשל, וכדברי אליצפן הנ"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

טייערער אליצפן, אז דער בעל הבית גיט לופט צו אטעמען, א שטוב, קינדער, ברויט צו עסן און וואסער צו טרינקן האט ער שוין געגעבן מער ווי די ארבעט וואס מיר גיבן אים, אויף די וועלט איז לעולם נישט דא קיין שכר, חוץ אויף די מצוות וואס די תורה זאגט אז מ'באלוינט שוין אויף די וועלט אויך, היום לעשותם ולמחר לקבל שכר, שכר מצוה בהאי עלמא ליכא..

ווי עס טייטשן תלמידי בעש"ט, ולך ה' חסד כי אתה תשלם לאיש כמעשהו, לעולם דארף השי"ת בכלל נישט באצאלן קיין שכר לעוה"ב, ווייל וויפיל א מענטש וועט טון איז עס נישט קיין אפס קצהו באצאלט פאר כל נשימה ונשימה, די גאנצע לעבן אפילו אין א שוואכער מצב איז אנגעפולט מיט חסדים, אבער דער רב חסד, צאלט יא, נעפ"י רוב נישט אויף די וועלט, נאר לעתיד לבא..

ואפילו בהסתרה תוך הסתרה, ווייזט דער אויבערשטער יא אסאך מאל פארשידענע שיינע זאכן, ווי מ'זעט קלאר אז ס'איז יא א באלוינונג און שעצונג פאר די מצוות ומעש"ט..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ס'טוט זיך א גרויסע רעש.. סירענעס פייפן, בליצערס בליצן... א ריזן שורה פון אויטא'ס שלענגלט זיך עטליכע מיילן לאנג.

"וואס גייט פאהר?" פרעגן די דורכגייער איינער דעם צווייטן.

"דו ווייסט נישט?" רופט זיך אן עפעס אן אלץ ווייסער.
"דא קומט פאהר א מעכטיגע "טשעק פאונט" "כבקרת רועה עדרו' גייען די איינגעשטעלטע דורך אויטא נאך אויטא און קוקן אריין מיט שטארקע לעקטערס צו זען עפעס פארדעכטיגט.

"נו ווי אזוי געט מען זיך אן עצה?" פרעגט א באזארגטע דרייווער.

"נישט געזארגט" - רופט זיך אן דער מבין - "זיי זוכן אויפן פנים צו מ'איז נערוועז, צו ס'איז דא א פחד. "צו ארויף א שמייכל אויפן פנים, זיי בשמחה, עקט נארמאל... מאך זיכער אז דיינע פאפירן זענען בסדר, און זיי וועלן דיר דורך לאזן אנע פראבלעמן".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

דאס איז גוט פאר א טשעקפוינט פון בשר ודם, אבער פארן טשעקפוינט פון אויבן העלפט נישט קיין טריקס..
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

ס'איז געווען אמאל א מענטש וואס האט געהאט גאר אן ערנסטער משפט, אין דעם משפט האט דער אנגעקלאגטער געקענט אנווערן זיין פרייהייט אדער גאר זיין לעבן, ער האט ווי פארשטענדליך געטון שטארקע פעולות און אנגעוואנדן אלע מינים מעשים זיך צוגרייטן צום משפט, און נישט חלילה פאר'משפט ווערן אויף ווער ווייסט וואסערע עונש..

ס'איז אנגעקומען דער יום המשפט, זיינס א חבר באגלייט אים צום בית המשפט, אנקומענדיג צום געריכט, זאגט אים דער חבר, איך וויל דיך פרעגן א שווערע שאלה, דו ווייסט אז היינט איז א גורל'דיגער טאג פאר דיר, אין דעם משפט ווענדט זיך צו דו גייסט באפרייט ווערן אדער ח"ו.. איך אין דיין פלאץ וואלט זיך אנגעטון אין א זאק, און זיך געווארפן פאר שרעק די גאנצע וועג, וויאזוי איז דאס אז דו גייסט די גאנצע וועג פולקאם רואיג, און דו טוסט דיר נאך אן אזא שיינע יום טוב'דיגע אנצוג, דאס איז אינגאנצן נישט אין איינקלאנג מיט דיין פארשטייענדן משפט..

"הער מיך אויס ידידי "- רוימט ער אריין דעם חבר אין אויער - "ס'איז טאקע גאר א ערנסטער און פארכטיגער משפט, אבער דער שופט איז מיין טאטע!"..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

מאטי האט געשריבן:"נישט געזארגט" - רופט זיך אן דער מבין - "זיי זוכן אויפן פנים צו מ'איז נערוועז, צו ס'איז דא א פחד. "צו ארויף א שמייכל אויפן פנים, זיי בשמחה, עקט נארמאל... מאך זיכער אז דיינע פאפירן זענען בסדר, און זיי וועלן דיר דורך לאזן אנע פראבלעמן".


וְהִתְבָּרֵךְ בִּלְבָבוֹ לֵאמֹר שָׁלוֹם יִהְיֶה לִּי כִּי בִּשְׁרִרוּת לִבִּי אֵלֵךְ לְמַעַן סְפוֹת הָרָוָה אֶת הַצְּמֵאָה:
לֹא יֹאבֶה ה' סְלֹחַ לוֹ וגו'
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

כ'האב ארויסגעברענגט א פאינט אז משלים קען מען מאכן אויף ביידע זייטן. דער אמת איז; דאס גאנצע עניין פון יום הדין, וכל באי עולם יעברון.... איז א משל. הקב"ה דארף נישט מאכן קיין טרייעל מיט עווידענס, ער ווייסט א יעדע רגע וואס דער מענטש טוט, ער דארף נישט קיין ביכער מיט לויערס מקטריגים וממליצים. דאס איז געזאגט געווארן פארן מענטש, אז איין מאהל א יאר זאל ער זיך מאכן א חשבון וואו ער שטייט כדי נישט צו זינקען טיפער און טיפער אין די בלאטע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
אדמו״ר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 12:31 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך אדמו״ר »

אין ערבי נחל אויף ראש השנה איז דא זייער ווארימע משלים ס׳איז כדי צי כאפן א בליק.
פארשפארט