מכתב א': עצה צו מאכן געשמאקער די ימים נוראים דאווענען
- משיב לשואל
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
מכתב א': עצה צו מאכן געשמאקער די ימים נוראים דאווענען
א גוטן. ס'איז מיר ממש מרגש די שיינע אויפנאמע דא אין קאווע שטיבל. ס'איז מיר אויך אינטערסאנט וויאזוי מ'זעהט "לייקס".
פאלגענד איז א (גאנץ א פשוט'ע) בריוו געשריבן פאר א ידיד אלול תשע"ג. (געטוישט די נאמען צו קלמן)
-----------
בספרן של צדיקים ועשירים גמורים יכתב לטובה ולברכה, ידידי היקר, מחמד עיני, בן נאמן לאבינו שבשמים, האברך החשוב, קלמן הי"ו
אחדשה"ט באהבה.
לרגל השמחה בבית הורי שיחיו האב איך נישט געהאט קיין פרייע נעכט דיך צו ענטפערן בכתב ביז יעצט, זיי מיר מוחל – אויב האסטו געמיינט חלילה אז אויף אזא שאלה וועט נישט קומען קיין תשובה.
דו שרייבסט אינעם ערשטען פאראגראף: "די גאנצע חודש תשרי איז מיר א פרעשור...". – אויפן רגע איז מיר געווען שווער דאס צוגלייבן אויף דיר, קלמן. דו ביסט דאך בטבע א פרייליך מענטש, דו לעבסט, האסט ליב action וכדומה. אזא איינע ווי דיר וואלט חודש טבת – פון נאך זאת חנוכה ביז ט"ו בשבט, פשוט'ע טעג, געדארפט זיין "פרעשור". אבער "תשרי"?! ס'איז דאך איין שטיק געטואכטץ! מ'קומט מ'גייט, מ'קויפט מ'לויפט וכו' וכו'...
אבער ווי ס'שטעלט זיך ארויס בהמשך דיין בריוו איז דאס נישט די קוויטלן ביים רבי'ן; באזוכען זיידעס און באבע'ס; כפרה-שלאגן; אתרוג קויפן; און סעודות ביים שווער – וואס באדערט דיך. וואס ס'שטערט דיר באמת איז די לאנגע געדאווענעכץ ימים נוראים! און ווען דו טראכסט נאר פון די לעבעדיגע חודש תשרי הבעל"ט, קומט דיר ארויף אין זכרון דאס לאנגווייליקייט אין בית המדרש... יוצרות... לחץ פון ענדיגען עטליכע מאל ספר תהילים... וכדומה.
אני עמך, קלמן.
לויט די מצב וואס דו לייגסט אראפ איז מיר זייער פארשטענדליך פארוואס דו האסט אזא שווארצע בליק, איך וועל דיר מסביר זיין אויך פארוואס איך שפיר נישט קיין לחץ פון די תפילות אין ימים נוראים. און אז דו ווילסט, טוה וואס איך טוה, וטוב לך.
אונז האבן שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט, זה כלל גדול בתורה: ווען די תוצאות פון עבודת השם איז עצבות, שלעכטע גוסטע, נערוועזקייטן, איז דאס א סימן מובהק אז ס'טויגט נישט, ס'מעג נישט אזוי זיין. אדער איז דאס נישט רצון ה' בכלל, אדער ווערט דאס נישט געטוהן ריכטיג. געדענקסט אוודאי אונזער שמועס פון "תחת אשר לא עבדת וגו' בשמחה", אז השי"ת ברעגנט די אלע קללות אלץ אן עונש אויף וואס מ'באשולדיגט אים, כביכול, אויף די מענטש-געמאכטע פראבלעמען!! עבודת ה' הייבט זיך אן דורך – און ברענגט מיט זיך דערנאך - "שמחה".
איז צום ערשט, נאכן דורכגיין דעטאלן פון דיין בריוו, מיין איך, אז ס'בעיקר די פראקטישע/גשמיות'דיגע חלק וואס דארף א תיקון. הער מיך צו: די בית המדרש ווי דו דאווענסט ר"ה און יוה"ק טויגט נישט. קוק אהער: איך דאווען אין א בית המדרש ווי ס'דא געלונגענע בעלי-תפילות וואס שטעלן אהער א שיינע דאווענען. ס'דא בערך 300 מתפללים. אזוי, אז ווען איך בין אין די גוסטע קען איך מיך מיטכאפען, און ווען נישט איז נישט. איך בין נישט אזוי "וויכטיג" דארט אז כ'זאל מוזן מיט זאגן יעדע שטיקל, מיט זינגען יעדע תנועה'לע, אדער אפילו בכלל זיין דארט, כדי די תפילות זאל ווייטער פארן... קיינער קוקט נישט אויף מיין זייט צו איך קוק אריין א מחזור אדער אין א ספר. עס אינטערסירט נישט קיינעם צו מיין עטרה איז אויפן קאפ אדער סמוך ונראה כאילו רוקען עטרה.
משא"כ די בית המדרש ווי דו דאווענסט, ס'טאקע גוט צו פארברענגן דארט, ס'אלץ דא מיט וועם מיט צו רייכערען, אבער מיט קוים 30- 40 מתפללים, – און מיט א רבי'לע וואס ציעט - איז לכאורה נישטא די כלים וואס זענען מסוגל צו מאכן פילען א געשמאק (אדער לכל הפחות נישט פילען נעגאטיוו) אינעם דאווענען. מ'הערט נישט קיין זינגען, און אפילו די ניגונים וואס מ'זינגט יא זענען אלטע ניגונים וואס געהערט צו יענעם הויף וואס דו קענסט קוים.
קלמן, דו "געהערסט" נישט צו קיין "פלאץ", האסט נישט קיין ענין וואו דו מוזט דאווענען, ממילא האסטו א ליסטע מיט בתי מדרשים, פון אלע סארטן, אלע סייזעס, קלויבט דיר אויס איינס, קויף א זיץ, ברענג דיר מיט א ספר'ל, - פראביר עס אויס. (וואס איז מיט קראלי אויף 11th Ave ? אייזיק האניג דאווענט דארט, ס'איז א נוטראלע מקום. פרעג דיך נאך אויך אויף נייטרא, אויף 50 און 15). ביסט אוודאי welcome אין מיין שוהל, און אויב you don’t mind זיצען אויבן-אן, קען איך דיר שאפן א פלאץ next to me!
זיי מיר געזונט, טוה וויאזוי דו פארשטייסט. לאז מיך וויסן וואס דו האסט מחליט געווען.
הצלחה רבה, מאך א לעבן.
אגב, א גריס פון דיין ראש הכלל, כ'האב אים נעכטען געטראפן ביי יענקי'ס וואך-נאכט. פארשטייסט אליין אז ער האט געגעבן גוטע גריסן... ער זאגט דאך נאר דעם אמת...!!
ביי.
- מקום החתימה

משיב לשואל - געוועזענע ישיבה-משגיח, וואס פלעגט ענטפערן שאלות בכתב.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
למעשה, וואס איז אין קורצן דער ענטפער פאר אזא איינער וואס זעהט נישט קיין צורך צו ארומ ציהען אזוי לאנג, און ער איז עס נאר געצוואונגען צו טאן צוליב דער ארום.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
ער זאל זיך טרעפען זאכען צו טוהן ביים דאווענען, ברענג מיט אינטרעסאנטע ליין מאטריאל, אויסער דעם איז קיין סאך נישטא וואס צו טוהן. איינער וואס האט ליב גליונות, קען ברענגען גליונות, איינער וואס האט ליב ספרים אין הלכה, קען דורכטוהן גאנצע ספרים אין הלכה, צ.ב.ש. מזוזה שלוח הקן, פדיון פטר חמור, און ווער ווייסט וואס נאך. א תשובת באר משה קען זיין זייער העלפפאל, כמעט אלע חלקים האבען זאפטיגע תשובות. פארשטייט זיך אז ווען מען זאגט פיוטים דארף מען אפאר מינוט מפסיק זיין און עכ"פ אנדרעפשען אפאר פיוטים כדי מען זאל דיך נישט האלטען פאר א קאמפליט באם.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איחוד פעלד האט געשריבן:ער זאל זיך טרעפען זאכען צו טוהן ביים דאווענען, ברענג מיט אינטרעסאנטע ליין מאטריאל, אויסער דעם איז קיין סאך נישטא וואס צו טוהן. איינער וואס האט ליב גליונות, קען ברענגען גליונות, איינער וואס האט ליב ספרים אין הלכה, קען דורכטוהן גאנצע ספרים אין הלכה, צ.ב.ש. מזוזה שלוח הקן, פדיון פטר חמור, און ווער ווייסט וואס נאך. א תשובת באר משה קען זיין זייער העלפפאל, כמעט אלע חלקים האבען זאפטיגע תשובות. פארשטייט זיך אז ווען מען זאגט פיוטים דארף מען אפאר מינוט מפסיק זיין און עכ"פ אנדרעפשען אפאר פיוטים כדי מען זאל דיך נישט האלטען פאר א קאמפליט באם.
איחוד פעלד: ייש"כ. איך טוה טאקע אזוי. איך טרעף אייביג עפעס אן אינטרעסאנט ספר אין מיין ביהמ"ד. צו ס'איז א משנה ברורה, אדער א שו"ת ספר. איך זאג נאר די "פאבליק שטיקלעך" ווי איך רוף עס. די שטיקלעך וואס דער גאנצער עולם זאגט צוזאמען. איך קוק אפילו נישט אויפ'ן זייגער.און ביידע טעיג ראש השנה און יום כיפור פליען אדורך כהף עין...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
פאראיאר האב איך ארויסגעפרינט גאנץ מטפחות ספרים פון היברו בוקס און דורכגעליינט במשך דעם יום כיפור.
הרב אליעזר בראדי שיקט ארויס יעדן יאר פאר ראש השנה און יום כיפור שיינע מאמרים אויף פארשידענע ענינא דיומא און סתם אינטערעסאנטע זאכן וואס איך פרינט אייביג ארויס.
עס איז גוט צו האבן א מחזור מיט פירושים, מ'זאל כאטש קענען אביסל זען שיינע פיוטים, אסאך מאל איז סתם פאן צו זען ווי די מטה לוי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט'ן שווערן קליר.

האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:איר זאלט מיר אלע מוחל זיין א ביהמ" ד איז געמאכט צי דאוונען ווען יעדער דאוונעט. אקעי מאכט זיך אמאל איינער פארקוק זוך אינמיטען דאוונען, אבער לכתחלה גיין מיט א פלאן פון לערנען?
אז די האסט נישט קיין געדולד צי דאוונען שפאציר ארויס פון דארט.
אין דיין בית מדרש דאוונט מען ראש השנה? ביי אונז איז עס א געמיש פון זינגערייען, פאלשע קרעכצן, און נאז געבלאזעכץ.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
יאיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:איר זאלט מיר אלע מוחל זיין א ביהמ" ד איז געמאכט צי דאוונען ווען יעדער דאוונעט. אקעי מאכט זיך אמאל איינער פארקוק זוך אינמיטען דאוונען, אבער לכתחלה גיין מיט א פלאן פון לערנען?
אז די האסט נישט קיין געדולד צי דאוונען שפאציר ארויס פון דארט.
אין דיין בית מדרש דאוונט מען ראש השנה? ביי אונז איז עס א געמיש פון זינגערייען, פאלשע קרעכצן, און נאז געבלאזעכץ.
און קלאצען צוהערען ווי א בעל תפלה ציט די ווערטער.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
געמיינט דער מגיד שיעור וועט אים ענטפערן צו לערנען אבודרהם מיט יסוד ושורש העבודה און חזר'ן די טייטש.
אנשטאט זאגט ער אים דעם אמת, אהובי ידידי פאר קיין געפייניגאכטס האב איך אויך נישט קיין געדולד, טרעף דיך א שולעכל וואו משלעפט נישט, מיט גוטע בעלי תפלות, קויף דיר א ספר צו דער זייט אדער א מעלות, און ווען דו ווערסט לאנגווייליג קענסטו אלעמאל גיין הכנות אדער כאפן א ציגערעטל.
#פראקטיש

זייער שיין געשריבן ר' משיב. איר כאפט אהן די פראבלעם ביי די הערנער. די עולם האט פיינט ראש השנה נישט ווייל מ'איז שלעכט אדער מ'האט נישט קיין טעם אין אידישקייט נאר ווייל די דאווענען ווערט צו'הרגעט דורך די רבי'לעך וכו' און סתם בעיביס וואס מיינען אז ס'איז א גדולה צו ענדיגען שפעט.
איך פלעג אמאהל דאווענען אין א היימישע ביהמ''ד ווי מ'האט געענדיגט ראש השנה 2 אזייגער. אבער צוביסלעך האבן "גרויסע טאטעס" אנגעפאנגען זיך צו שעמען פון זייערע חברים אז מ'ענדיגט אזוי פרי , ס'איז עפעס נישט געניג "היימיש" צו ענדיגן אזוי פרי, און מ'האט זיך גענימען שלעפן ווייל "ס'פאסט" צו ענדיגן שפעט.....

- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
איך דאווען אין א שוהל ווי מ'דאווענט נישט שנעל אבער מ'ציהט נישט די קישקעס, מענטשליכע שיינע בעלי תפילות, נישט מורא'דיג אבער גענוג געשמאק און בא'טעמ'ט, פארשטייט זיך אז איך לייג ייר אין די זייט אפאר ספרים מענינא דיומא ווען ס'מאכט זיך אפאר ליידיגע מינוט, אבער די עיקר אז איך האב הנאה פונעם עצם דאווענען אויכעט, איך דאווען אליינץ שטאטער ווי אגאנץ יאר, ס'דאך ראש השנה אויף די וועלט, און מ'קען זיך יעצט אויסבעטען אויף די גאנצע יאר, ס'כדאי די אינוועסטמענט פון דאווענען שטאט און מיט כוונה די פאר טעג צו האבען א זיס געבענטשטע יאר
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
Kool man האט געשריבן:איך דאווען אין א שוהל ווי מ'דאווענט נישט שנעל אבער מ'ציהט נישט די קישקעס, מענטשליכע שיינע בעלי תפילות, נישט מורא'דיג אבער גענוג געשמאק און בא'טעמ'ט, פארשטייט זיך אז איך לייג ייר אין די זייט אפאר ספרים מענינא דיומא ווען ס'מאכט זיך אפאר ליידיגע מינוט, אבער די עיקר אז איך האב הנאה פונעם עצם דאווענען אויכעט, איך דאווען אליינץ שטאטער ווי אגאנץ יאר, ס'דאך ראש השנה אויף די וועלט, און מ'קען זיך יעצט אויסבעטען אויף די גאנצע יאר, ס'כדאי די אינוועסטמענט פון דאווענען שטאט און מיט כוונה די פאר טעג צו האבען א זיס געבענטשטע יאר
ביסט הונדרעט פראצענט גערעכט.
פין אנהייב דאווענען ביז נאך די שטילע שמונה עשרה איז זייער געשמאק, דאס ביסעל דרעפשען ביי יוצר אור קען מען נאך דערליידען, אבער איינמאל עס הייבט זיך אהן די הויכע שמונה עשרה, קען נעמען צוויי שעה, און מען טוט כמעט גארנישט, טאקע לאל עורך דין, נעמט אפאר מינוט, אבער די רעשט איז אביסעל זאגט מען און דערנאך הערט מען די בעל תפלה איבער זאגען די זעלבע זאך, און מען דאווענט נישט אפילו, מען זיצט סתם און מען הערט אויס, און עס קען גיין פאר פארשידענע אויף די נערווען.
אין הכי נמי, פאר די וואס האבען דאס ליב, געבענטשט זאלען זיי זיין, און זיי זענען זייער לאקי, אבער פאר אונז המון עם, איז עס אסאך מאל לאנגווייליג.
בפרט ווען מען זינגט ניגונים, ממה נפשך זינגט מען דער ניגון וואס איך זינג אויף כל מקדש, איז דאך פשוט אז די געדולט מעסטער איז געשפרונגען ביז הונדרעט, ווידער זינגט מען עפעס א ניגון וואס איך קען נישט, איז דאך סתם נישט אינטרעסאנט, און בכלל פארוואס דארף מען אזויפיל זינגען אוי אוי ליי ליי רומפ רומפ, דעמאלס דאווענט מען אויך?
שוין גענוג געשריבען, אבער מען קען דאך נישט אהיים גיין אויך נישט, און זיצען און קלאצען און פלאצען האט דאך אויך א שיעור, מוז מען אביסעל מאכען א פשרה, און לערנען אדער פארברענגען די צייט, אביסעל גיין אין בית הכבוד, שמעקען טאבאק בלאזען די נאז וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
לעולם ווען מוואלט געזעהן דאס חשיבות אין די ווערטער פון הרב kool man אין מוואלט אזוי געטהון איז אשרי חלקו פון ווער עס גייט אין די וועג וי ער האט געשריבען סאיז ממש דברים של טעם!
פאר ווער עס קען נישט אין האט אויך נישט קיין נערווען צו חסידישע ספרים האב איך א עצה טובה אז שוין פון יעצט זאל מען זיך אויסקלובען אפאר זאפטיגע מאמרים אין דיבאטעס פון קאווע שטיבל אין דאס פרינטן אין נאך אמאל אדורכגיין די תגובות בניחותא אין זעהן ווער סאיז גערעכט אין ווער סאיז ראנג אין זיך אזוי אויסבעטען הארציג אויף יישוב הדעת אין פארשטאנד אין אז וי ווייט מיר האבן פארקראכען פון אמת זאל מען כאטש האבן א שייכות מיט אמת
אין לעולם איז דער גאנצער שמועס אביסל ראנג ווייל אלץ איז פיין אין זיס אבער ראש השנה איז נישט קיין ויץ סאיז איין איינציגען טאג אין יאר וואס איז א יום הדין! אין יום כיפור איז שוין גאר א אנדערע זאך איך בענק זיך נאך דעם טאג א גאנץ יאר!
ביי אונז אין ביהמ״ד איז מען נישט צופיל מאריך אין ציט נישט אויס די נשמה מיט זיין גארגעל אין אפילו מענדיגט 2:30 פילט מען נישט וי די צייט איז געפארען סאיז היימיש אין געשמאק מבעט זיך אויס אין מזינגט הארציג וואס איז דא בעסער פון דעם? אין איך דאווען מיט אסאך מער הארץ אין מח וי אגאנץ יאר, אין איך גרייט זיך אן פון פראויס אויב סוועט זיך מאכען צייט א שפת אמת אויף ראש השנה צו א מאמר פון נתיבות שלום אויף ר״ה אדער א גוטען שטיקעל אין מכתב מאליהו פון הרב דסלער זי״ע אדער א מאמר פון ר׳ יצחק הוטנער צו א שמועס פון ר׳ ירוחם, יענע יאר האב איך עוסק געוועהן אין פירוש המלבי״ם (זיין יארצייט איז טאקע די צווייטע טאג ר״ה)אויף פרשת בראשית וואס איז גיוואלדיג

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
הרב משיב לשואל האט געענטפערט זייער גוט און פראקטיש, יישר כח.
נאך אן עצה וואס מען קען טוהן בין המצרים צווישן איין שטיקל און צווייטן ווען דער חזן ציהט מיט געזינגעראציעס, איז צו רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, און זיך אויסבעטן אלעס וואס מען דארף האבן במשך דעם יאר אן קיין לבושים.
ווער ס'געדענקט נאך די געוויין פון [tag]יאיר[/tag] ווען ער האט זיך אפגערעדט אז ער האט נישט געטראפן דעם שטיקל אין די ר"ה'דיגע דאווענען וואס זאל אים מאכן וויינען. די עצה אויף דעם איז אז מען זאל זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אלע שוועריקייטן וואס מען האט געהאט דוראויס די פארגאנגענע יאר, און בעטן אז די קומענדיגע זאל שוין זיין א בעסערע יאר.
פאר די וואס פארן אויף אומאן איז דא צוויי געשמאקע היימישע מנינים איינס איז ביי מוהרא"ש אין בנין המעגעמעטער, דארט ענדיגט מען בערך 2-2:30, זייער א היימישע געשמאקע פליסיגער דאווענען, אן קיין נערווען געציאכטס. די צווייטע איז די מנין פון שיינער וואו ר' יואל לעבאוויטש דאווענט, איך האב נישט געדאווענט דארט אבער לויט ווי איך האב געהערט איז עס זייער א שיינער דאווענען.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' ראובן: ייש"כ. דו האסט גוט מעורר געוועהן אז אויב מ'נעמט א בוך מיט לאטיינישע אותיות צו ליינען קען דאס ציען אומגעוואונטשענע אויפמערקזאמקייט פון די (פארטעמפטע) שכנים אין ביהמ"ד. אשר על כן ביסטו מייעץ אז ער זאל ענדערש נעמען א בוך אויף עברית. אבער די מציאות איז, אז א איד וואס וואוינט אין אמעריקע, און קען נישט רעדן די עברית וואס מ'רעדט היינט, וועט גארנישט קיין הנאה האבן פון דעם בוך ווייל ער פארשטייט נישט 90% פון די ווערטער און דעם קאנטעקסט פונ'ם בוך. ווייל די לשה"ק וואס מ'לערנט אין ישיבה איז אינגאנצן אנדערש. דעריבער איז בעסער אז מ'זאל יא נעמען אן אינטרעסאנטן בוך אויף ענגליש. כדוגמת א ביאגראפיע און לעבנ'ס היסטאריע פון איינעם פון די גדולי ישראל פון די לעצטע דורות. איי די שכנים וועלן קוקן מיט קעלבערנע אויגן. איז דאס זייער פראבלעים. אין מיין ביהמ"ד איז ב"ה (כמעט) נישט דא פון די פינצטערע שווארץ-מאה'ניקעס. און איך וואלט נישט געדאוונט אין אזא ביהמ"ד. אפילו דער רב געט א גוטן קידוש נאכ'ן דאווענען. אדער פאר תקיעת שופר...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
יאיר האט געשריבן:פאראיאר האב איך ארויסגעפרינט גאנץ מטפחות ספרים פון היברו בוקס און דורכגעליינט במשך דעם יום כיפור.
הרב אליעזר בראדי שיקט ארויס יעדן יאר פאר ראש השנה און יום כיפור שיינע מאמרים אויף פארשידענע ענינא דיומא און סתם אינטערעסאנטע זאכן וואס איך פרינט אייביג ארויס.
עס איז גוט צו האבן א מחזור מיט פירושים, מ'זאל כאטש קענען אביסל זען שיינע פיוטים, אסאך מאל איז סתם פאן צו זען ווי די מטה לוי קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט'ן שווערן קליר.
ענגלישע בוקס זענען אויך ערלויבט?
____
ראובן האט שוין קלאר געמאכט.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
אוי אוי אוי אוי עס קומען שוין דער הייליגער טעג אין וואס זעה איך דא
אנשטאט צו ציטערן פין דער יום הדין יום הגדול והנורא טראכט מען ווי אזוי אדורך צו שטיפען דער צייט
שעמט ענק נישט??.... עס שטייט פארן בי''ד של מעלה מען איז דן כל באי עולם אין מען האט נאך צייט צו טראכטן וואס מען זאל טוהן
אוי אנה אני בא..... אזא נידעריגע דור .... אזוי פיל דאגות...
איך שטיי ראש השנה יום הקדוש מיט א פחד וואס וועט זיין מיט מיר איך פראביר צוזאם נעמען אלע מיינע מחשבות אין מאכן א חשבון הנפש אין אריין טראכטן וויפיל איך קען אין דער פירוש המילות פין דער מורא'דיגע הייליגער תפילות ווי מען קען זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן רבש''ע אה א זכרינו לחיים ... אין אזוי ווייטער, איך פראביר זיך ציהערן צו דער בעלי תפילות אין די נוסחאות וואס גיסן זיך אויס דאס הארץ... א.א.וו.
טייערע יודן איך בין גאר א פשוטער מענטש אבער אביסל טוה איך דער פליכט פין א יידוש קינד דארף זיך אויפירן אין עס קומען אזעלכע טעג דארף מען אנדערש טראכטן אין בעסער זיך מתבונן זיין וואס אין ווי מיר שטייען אין נאר אזוי וועט מען אויסבעטן א גוט אין לעכטיגע יאר
אלה דברי זעירא מן החבריא

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ר' התם לעבן, דו האלטסט באמת אז דער אייבערשטער פארשטייט דעם "אבינו מלכנו" בלויז אויב מ'זאגט דאס פסוק בפסוק, און דער בעל תפילה איז מקפיד אנצוהייבן דאס קומענדיגע שטיקל בלויז ווען ס'איז שוין גענצליך שטיל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
א קליינע, כבדרך אגב'דיגע שאלה'לע צום זעירא דמן חבריא קדישא הדין, המכונה "התם ומתמם עם תמימים" שליט"א. א וואס האט איר אנגעשטעלט דעם גאנצן פארגאנגענעם יאר, תשע"ד? ספעציעל אין די זומער חדשים? וויפיל פלעשער ביר האט איר אויסגעטרינקען, בדיבוק חברים ארויסקומענדיג פון פול, נאכ'ן נייט סווימינג. ביז 4:30 פארטאגס. און נאכדעים אויפגעשטאנען שפעיט און עובר געוועין זמן קריאת שמע. אפילו לשיטת הגר"א. און נאכדעים געגאנגען גראד צו דעם בארבעקיו'עד סטעיק' מיט נאך פלעשער ביער. וחוזר חלילה. און ווען מ'האט גע'שיפל'ט מיט נאך א פאר שכנים און שכנ'טעס צוזאמען אין די שטורמישע וואסערן? און זיך אריינגעכאפט אזוי, אין טעאטער אויף מעין סטריט, בזמן שהיא לא יום ולא לילה. וואס מ'האט א גאנצע וואך אנגעשטעלט אין שטאט, פון דעים רעד איך דאך אפילו נישט. וויפיל מאל פארשלאפן זמן תפילה ווייל מ'איז אויפגעוועין די פאריגע נאכט ביי א קומזיץ מיט ביר און פרענקס לרחצה וואס דער ברייטהארציגער שכן האט צוגעשטעלט אין זיין חצר? ליתר פרטים עיין בבלאג של האי צדיקא ו---- הידוע נחום...נאר ווען ס'קומט סליחות און ראש השנה הייבט מען אן קרעכצן בלב נשבר ונדכה. אבער דעם קומענדיגן יאר חזר'ט זיך איבער דער זעלבער שפיל...