בלאט 1 פון 1

יוריקא הילכט אפ איבער וויליאמסבורגע גאסן!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 10:29 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
[justify]די "יוריקא!" געשריי איז מיוחס צו דעם אלטען גריכישער געלערנטער ארכימעדעס. דער לעגענדע פארציילט אז ער האט פראקלאמירט "יוריקא!" ווען ער איז אריין אין א וואנע און באמערקט אז די וואסער לעוועל האט זיך געהעכערט און ער האט פלוצלינג פארשטאנען אז די מאס וואסער וואס איז ארויף מוז זיין גלייך צו די מאס פון די טייל פון זיין גוף וואס איז אריין אין וואנע. ער האט דעמאלט איינגעזען אז דער מאס פון א נישט-געווענטליכן אבדזשעקט קען מען מעסטן מיט א פינטלעכקייט, ביז דאן אן אומלייזבארן פּראָבלעם. ער איז געווען אזוי להוט צו טיילן זיין אנטדעקונג אַז ער איז גלייך ארויס פון וואנע און נאקעטערהייט געלאפן דורך די גאסן פון סיראקוסע שרייענדיג דערביי יוריקא! יוריקא! וואס אין גריכיש באדייט "איך האב דאס געטראפן".

זינט דאן איז שוין אריבער צוויי טויזענט יאר אבער דאס געשריי יוריקא איז נאך אלץ חי וקים. צוויי טויזענט יאר גלות האט נישט פארמינערט כן כי הוא זה פונעם סקרוך און עקסטאז וואס דער געשריי ברענגט מיט זיך א יעדעס מאל ווען עס ווערט אויסגעשריגן ערגעץ ווי אין דער וועלט. עס איז געבליבן א סימבאל פון א דורכברוך אויף לאנג אומגעלייזטע פראבלעמען. א יעדע שטיק צייט הערט זיך א געשריי יוריקא ערגעץ אנדערש וואו אויף דער וועלט וואס קלינגט אפ מסוף העולם ועד סופו, אמאל איז עס ווען איינער טרעפט א רפואה פאר א פארשאלטענע מחלה און אמאל ווען איינער לייזט אן ערנסטן לאנג-פארצויגענע מאטעמאטישן פראבלעם.

כלפי מה דברים אמורים? נישט לאנג צוריק האט אפגעהילכט א יוריקא איבער די ווילימסבורגע גאסן אזאנס וואס האט אויפגעשוידערט אלע קעץ פון גאנץ העוועמייער און דעוויזישן. ומעשה שהיה כך היה, זיצט זיך דער ר' מנשה פילאפ איבערגעבויגן איבער א בארג ספרים וואס ווערט גרעסער און גרעסער מיט יעדן פארבייגייענדן שעה, ער זוכט א תשובה אויף א שאלה וואס דערקוטשעט אים שוין א לענגערע צייט. די שאלה איז: על מה יצא הקצף? וואס וויל דער אב הרחמן פון זיין סטאדע שאף? איעדע שטיק צייט הערט מען פרישע שוידערלעכע בשורה ווי נאך א אינגע נפש ווערט פריצייטיג פארשניטן און דער פילאפ דערגייט נישט די אורזאך, ער האט שוין מתקן געווען די מחיצות אין עטרת אברהם, פארראכטן די קמץ מרובועות אין די ארטסקרול חומשים וואס דאס אליין איז בכח געווען בכח צו ברענגן א מגפה און אפווישן האלב כלל ישראל היל"ת, ער האט שוין אפילו מגלה געווען אין די ראמען פונעם צייטונג לכל העמים אז מיר נעמען נישט און שטיצן נישט קיין מדינה פאר די צייט. איז וואס וויל גאטניו פון אונז? וואס לאזט ער דער מלאך המוות זיך צופירן זיינער הענט איבער צאן מרעיתו?

ביז איין דינסטאג, צוויי אויף דער נאכט, נאכן פאסטן א דרייערל און נישט גיין אין מרחץ פאר דריי וואכן האט אים אריינגעבליצט דעם געדאנק און סאיז אים פלוצלינג אלעס קלאר געווארן עס האט זיך ארויסגעריסן פון אים א געשריי "יוריקא!!" אזש אז אלע ציין איז אים ארויסגעפלויגן. ס'דאך קלאר ווי די נאכט! ס'דאך א בפירוש'ע גמרא עס שטייט כל המעביר שנים מקרא ואחד תרגום מאריכין לו ימים ושנותיו, און די עוז והדר נאציס האבן דאך משנה געווען די תרגום פון אונזער מסורה, יעצט האלט קאפ, קומט דאך אויס אז א גרויסע פראצענט כלל ישראל זאגט נישט קיין תרגום ביי מעביר סדרה זיין, ווייל א תרגום נישט ווי די מסורה איז דאך קיין תרגום נישט, נו אוודאי צופירט זיך דער מאלאך המוות די הענט, ער זעט דא א גאלדענע געלעגנהייט וואס קומט נאר אראפ איינמאל און א טויזענט יאר! ס'טייטש אידן זאגן נישט קיין תרגום און שטייצעך אז פון דארט ביז א האלאקאסט איז שוין א שפאן ספאנגט.
די איינציגסטע שאלה איז אים געבליבן ווי קען זיין אז ער געווען אזא טיפש אין נישט געכאפט ביז יעצט דעם פשוטן חשבון פון איינס פלוס איינס? ווי פלעגט דער רבי זאגן עס קען נישט געמאלט זיין נאר אז דאס איז די כח פון סטרא אחרא אליינס עס מוז זיין די שטן אליין אליינס האט געשיקט דעם מלאך הממונה על השכחה צו הרב פילאפ'ן ער זאל פארגעסן די בפירושע גמרא, ווייל אנדערש האט עס נישט קיין הסבר .

אויב מיינט איר אז די מעשה האב איך געבאקן לכבוד חמין במוצאי שבת, איבערצייגט אייך אליין הלא הם כתובים בהסכמתו על ספר שאל אביך.[/justify]

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 10:35 pm
דורך פארוואס?
נו, לאמיר האפן אז בקרוב וועלן שוין געהערט ווערן ריכטיגע יוריקאס אין וויליאמסבורג.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 10:35 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 10:43 pm
דורך כוכב
שפתיים פיש זאפט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 10:54 pm
דורך נהורא נפישא
כ'האב געהערט פון די נאנטע ארום הרב פילאפף אז ער גייט לעצטנס אדורך אן ערענסטע אמונה קריזיס, הרב פילאפף האט אלס געגלויבט אז די שרעקליכסטע און סאמע ערגסטער פראבלעם אינעם דור איז דער עצם קיום המדינה און דאס איז די שורש פורה ראש ולענה פאר אלע סארטן כפירות איבער די וועלט, פון לערנען אין די ארטסקרול גמרות אזש ביז צו די סקול דיסטריקט אין מאנרא, יעצט הויבט ער אן כאפן אז ס'איז פארהאן מעגליך פיל ערגערע פראבלעמן רח"ל וואס קענען חלילה ברענגן גאר ערענסטע קאטעסטראפעס השם ירחם.
דער הרב פילאפף ברויך לעצטנס אסאך חיזוק אין אמונה, ער האט זיך ליידער אנגעהויבן גריבלן אין מה לפנים ומה לאחור, ותוצאותיו מי ישורנו, היה לא תהיה.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:21 pm
דורך berlbalaguleh
פארוואס? האט געשריבן:נו, לאמיר האפן אז בקרוב וועלן שוין געהערט ווערן ריכטיגע יוריקאס אין וויליאמסבורג.

איך האב נאר איין בקשה. אז דער וועים ס'פאלט איין עפעס א מורא'דיגער רעיון (פארשטייצעך וואס יענער טוט ראנג. נישט אליינס עפעס מתקן צו זיין.), זאל נישט לויפן נאקעטער'הייט אינמיטן די נאכט, אדער אפילו אינמיטן טאג, איבער די גאסן פון וויליאמסבורג. ווייל מ'וועט עים ח"ו ארעסטירן. אויך, וועט נחום שוין האבן עפעס א נייע זאך צו שרייבן. ווייל דערווייל ברענגט ער נישט קיין שום חידושים. ער קייעט איבער די אלטע שמוץ. ער איז אן ענסייקלאפידיע פון שמוץ פון גאנץ אמעריקע, ארץ ישראל און די גאנצע וועלט... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:07 am
דורך רויטע וואנצעס
ר' משנה פליפ-פלאפ איז אן אויפגעקלערטער. מיינע רעביס האבן מיר געזאגט אז אלע צרות קומען וועגן מחלוקת.. א פארצייטישער געוועזן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:18 am
דורך געשוויסטער
לאכטס לאכטס.
עס איז א בושה אז מען רייסט אין א היימישע פלאץ אראפ אזעלכע טייערע אידן.
מן הסתם זענען דאס די זעלבע וואס לאכן זיך אויס און גראבן קברים ה'י כידוע ליודעי חן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:27 am
דורך רויטע וואנצעס
איך הער שוין אויף לאכן, בתנאי דו נעמסט ארויס פון דא די שרעקעדיגע שוד המתים רעפרענץ, איך ציטער פון אים ווי פון טייוועל אליינס. גיי מיט אים שוין צוריק קיין צימעס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:48 am
דורך ידען
געשוויסטער האט געשריבן:לאכטס לאכטס.
עס איז א בושה אז מען רייסט אין א היימישע פלאץ אראפ אזעלכע טייערע אידן.
מן הסתם זענען דאס די זעלבע וואס לאכן זיך אויס און גראבן קברים ה'י כידוע ליודעי חן.

וועלעכע טייערע אידען?

האסט מן הסתם געוואלט שרייבען אין א אנדערע פלאץ.

דא רייסט מען אראפ שלעכטע מענטשען וואס זעען אויס ווי אידען....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 2:31 am
דורך berlbalaguleh
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ר' משנה פליפ-פלאפ איז אן אויפגעקלערטער. מיינע רעביס האבן מיר געזאגט אז אלע צרות קומען וועגן מחלוקת.. א פארצייטישער געוועזן.

אויב ר' מנשה פליפ-פלאפ איז אן אויפגעקלערטער, ד :? :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o אמאלץ איז דער פויפסט א וויזשניצער חסיד...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 6:48 am
דורך טעפל
berlbalaguleh האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ר' משנה פליפ-פלאפ איז אן אויפגעקלערטער. מיינע רעביס האבן מיר געזאגט אז אלע צרות קומען וועגן מחלוקת.. א פארצייטישער געוועזן.

אויב ר' מנשה פליפ-פלאפ איז אן אויפגעקלערטער, ד :? :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o אמאלץ איז דער פויפסט א וויזשניצער חסיד...

אשפג אשפגתני עד מאוד!!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 6:49 am
דורך טעפל
ידען האט געשריבן:
געשוויסטער האט געשריבן:לאכטס לאכטס.
עס איז א בושה אז מען רייסט אין א היימישע פלאץ אראפ אזעלכע טייערע אידן.
מן הסתם זענען דאס די זעלבע וואס לאכן זיך אויס און גראבן קברים ה'י כידוע ליודעי חן.

וועלעכע טייערע אידען?

האסט מן הסתם געוואלט שרייבען אין א אנדערע פלאץ.

דא רייסט מען אראפ שלעכטע מענטשען וואס זעען אויס ווי אידען....

אויף זיין ברודער ר' זלמן לייב קאן מען זיך טענען, אבער אויף מנשה "דער פאן טרעגער פון די שיטה" איז נישטא אויף וואס..

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:02 am
דורך ברסלבער
זייער גוט געזאגט, בענדזשאמין. עפעס א טובת הנאה האבן מיר געהאט פונעם יוריקא געשריי, אז מיר האבן באקומען נאך א גוטס פון דיר...

מיר איז מער א פלא אויף עוז והדר אז זיי מאכן זיך צו טוהן פונעם שאל אביך, ווי כאילו איינער גייט נישט קויפן זייער חומש ווייל עס האט דעם תרגום אביסל פאראכטן. איך בין געווען א שבת אין עיה"ק מאנדרא האט זיך געטוהן אויף טישן און בענק, איין צד האט אוועקגעכאפט די שאל אביך'ס מען זאל עס נישט ליינען, דער צווייטער צד האט עס באהאלטן און ארויסגעלייגט דייקא אינמיטן דאווענען אז יעדער זאל עס ליינען.
באמת זענען ביידע גערעכט. עוז והדר פרובירט צו פארעכטן לויט אלטע נסחאות, און שאל אביך איז גערעכט אז אויב זאגט מען די מסורה-גרייזיגע נוסח איז מען אויך יוצא, מען דארף עס נישט נעמען אזוי פערסאנאל.

אגב, איך האב נישט געזעהן אז ר' מנשה פילאפ זאל זיין אזוי אינוואלווד אין דעם, עס איז איינער אבראהאם פון מאנרא.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
דורך יואליש
כ'בין זייער נייגעריג צו זעהן די שאל אביך פאלעמיק. איז דאס שוין געווארן אויסגעשמועסט דא אינעם שטיבל?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:15 am
דורך עפל סיידער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 3:36 pm
דורך berlbalaguleh
ברסלבער האט געשריבן:זייער גוט געזאגט, בענדזשאמין. עפעס א טובת הנאה האבן מיר געהאט פונעם יוריקא געשריי, אז מיר האבן באקומען נאך א גוטס פון דיר...

מיר איז מער א פלא אויף עוז והדר אז זיי מאכן זיך צו טוהן פונעם שאל אביך, ווי כאילו איינער גייט נישט קויפן זייער חומש ווייל עס האט דעם תרגום אביסל פאראכטן. איך בין געווען א שבת אין עיה"ק מאנדרא האט זיך געטוהן אויף טישן און בענק, איין צד האט אוועקגעכאפט די שאל אביך'ס מען זאל עס נישט ליינען, דער צווייטער צד האט עס באהאלטן און ארויסגעלייגט דייקא אינמיטן דאווענען אז יעדער זאל עס ליינען.
באמת זענען ביידע גערעכט. עוז והדר פרובירט צו פארעכטן לויט אלטע נסחאות, און שאל אביך איז גערעכט אז אויב זאגט מען די מסורה-גרייזיגע נוסח איז מען אויך יוצא, מען דארף עס נישט נעמען אזוי פערסאנאל.

אגב, איך האב נישט געזעהן אז ר' מנשה פילאפ זאל זיין אזוי אינוואלווד אין דעם, עס איז איינער אבראהאם פון מאנרא.

אין געוויסע קהילות ווערט א יעדער סוף כל סוף פסול. א יעדער ווערט א כופר , ציוני און מין. אויף א יעדן קומט די רייע. מילא שטיינזאלץ. ער איז דעך א ציוני. און א חב"ד'סקער. ביידע מעלות. נאכדעים ארט-סקראל. זיי זענען דאך סתם אמעריקאנער גוים. לעצטנס, ליידער אויכעט ציונים. ווייל זיי האבן שוין געדרוקט גמרות אויף עברית, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. אמת הרב מנשה'לע פליפ-פלאפ. און ליידער, ליידער, בעוונותינו הרבים, עוז והדר אויך.
יעצט קענמען פארשטיין פשט אין מאמר חז"ל. "יוחנן כהן גדול שימש בכהונה גדולה שמונים שנה. ולבסוף נעשה צדוקי". נאכ'ן אפ זיין א כהן גדול אכציג יאר, האט מען עים נאכגעשריגן אין די גאסן שגץ, צדוקי. ציוניסט. פוי. אויף דעים האטצעך דער רבי זכוסע יעגייני אייביג מתמרמר געוועין...כלשון הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פליפ-פלאפ... :? :lol: :roll: :twisted: :evil: :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 3:43 pm
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:איינער קען אפשר אונז מזכה זיין דא מיט הרב פילאפ'ס הסכמה צו "שאל אביך"?

נישט איך, ב"ה. ווייל איך ליין בכלל נישט אט די שטותים און בויך ווייטאג. סיי פון "מחבר" און סיי פון די "מסכימים"... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :lol: :roll: :lol: :P :oops: :cry: :( ;) :o

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 4:14 pm
דורך ישראל קאפקע
איך זעה אז די עולם דא גלייכט זייער נישט ר' מנשה פילאפ,
קיין מיר איינער אפדעיטן וואס די עולם איז אזוי אויפגערעגט אויף אים? :?:

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 4:17 pm
דורך ברסלבער
על טעם וריח אין להתווכח

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 7:13 pm
דורך איך אויך
ווי האט יענער געזאגט? אין להתווכח אבל עובדה שע''ז הכי מתווכחים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:24 am
דורך טעפל
איך אויך האט געשריבן:ווי האט יענער געזאגט? אין להתווכח אבל עובדה שע''ז הכי מתווכחים.

און אויף דעם טענע איך זיך אויך מיט דיר..