מכתב ב': אנהאלטן קשר מיט אראפ-פון-וועג חבר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משיב לשואל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

מכתב ב': אנהאלטן קשר מיט אראפ-פון-וועג חבר?

שליחה דורך משיב לשואל »

[justify]בס"ד

(פרטים געטוישט)

שלום עליכם ר' אלימלך, דו האסט דערפרייט מיין הארץ מיט דיין בריוו, זייט דו האסט דיך אריבערגעצויגען קיין לעיקוואוד בשטומ"צ (על אפם ועל חמתם פון אירע-עלטערן וואס האלטן נישט ביים באצאלן די הויכע בארא פארקע רענט....), טרעפען מיר זיך זעלטען, און היות איך בין מקיים דעם "בעל השמועה עומד כנגדו" האב איך דיר געזעהן ביי מיר אינדערהיים בשעת'ן ליינען דעם בריוו.

אכמ"ל איבער אלץ וואס טוט זיך ביי מיר און ביי דיר (וואו האסטו דיך געטראפען באקוועם?), לאמיר גלייך צוגיין צום – ווייטאגליכען – פוינט.

בנוגע אנצוהאלטען קשר מיט אברמי, אונזער [געוועזענע] ידיד, וואס איז ל"ע אראפ פון אידישן וועג.
אגלה מצפוני לבי, דו ווייסט דאך אז איך בין א קרוב צו אברמי דורך מיין ווייב'ס זייט. און דו ווייסט אויך וואספאראwar zone זיינע עלטערן'ס שטוב איז נעבעך געווען. אברמי האט זיך אלץ ארויסגעדרייט פון רעדן צו מיר ווייל ער האט גוט געוואוסט אז איך קען זיין פרשה מיט אלע דעטאלען, ער האט זיך געשעמט, איך האב דאס גוט פארשטאנען, צוליב דעם בין איך אים נישט נאכגעלאפען. בנוסף צו דעם, מצד המשפחה זענען מיינע הענט געווען געבינדן, אז אפילו ווען כ'האב נאר שטיל געטראכט אז אפשר איז בעסער פאר אברמי נישט צו וואוינען ביי זיינע עלטערן אינדערהיים, האב איך שוין באקומען שארפע בליקן פון די קרובים וואס האבן גענומען צדדים אין די מערכה.

איך קווענקעל זיך אין מיר אליין, אויב איך נוץ דאס פאר א תירוץ צו קענען זאגן "ידי לא שפך דם זה", אבער באמת דארף איך זאגן "את חטאי אני מזכיר". איך ווייס אליין נישט.

למעשה דארף מען זעהן וואס צו טוהן פון יעצט און ווייטער. לויט אברמי'ס מצב כהיום, וויל ער נישט האבן קיין שייכות מיט קיינעם וואס ער האט אלץ אמאל געקענט, וזה כולל אפילו גאר נאנטע חברים. ער וויל לעבן אלץ א פשוטע אמעריקאנע גוי, איינס פון מיליאנען און די גרויסע מאנהעטען, אן קיין מינדערסטע סימן פון זיין אידישע עבר. ממילא איז נישט שייך צו האבן קשר מיט איינער וואס לאזט זיך נישט.

אבער לויט ווי אונז קענען אברמי, האלט ער נישט אן קיין פאליסיס צו לאנג... און איך בין זיכער אז אין עטליכע וואכן ארום וועט ער האבן טענות פארוואס קיינער רופט אים נישט... איז די שאלה וואס טוט מען דעמאלסט.

איז אזוי, לו יצויר אברמי וואלט געווען א "בעל שיטה", אן אנגעליינטער "אפגעפארענע איד", און ווען מ'רעדט נאר מיט אים וואלט "אמונה / כפירה" געווען די נושא, וואלט אוודאי נישט געווען גרויס תועלת צו פירען ויכוחים מיט אים, און בפרט אויב דו ביסט נישט אויסגעקאכט אין די ענינים, וכל שכן ווען די שאלה איז צו דו זאלסט אים רופען. אויב אבער ער רופט און וויל סתם הערן וואס טוט זיך, איז אוודאי וויכטיג אים צו ווייזען א סבר פנים יפות. ער וועט אוודאי פארציילן וואו ער איז אלץ געפארן און פארברענגט, פרעג אים צו ער האט הנאה געהאט, זיינע פלענער, און זיין פרנסה. פרעג אים "נישט" צו ער רעדט מיט זיינע עלטערן, אדער צו ער לייגט תפילין (כ'ווייס דו ביסט נייגעריג – און איך אויך – צו וויסען אלע מצוות און מעשים טובים וואס ער האט אלץ "דערגרייכט"... האלט דיך איין, פרעג אים נישט)

היות איך בין זיכער אז ער וועט צוריקקומען און ווערן א שומר תורה ומצוות – איז וויכטיג ער זאל נישט שפירן אז מ'האט אים שוין אפגע'חתמעט פאר א גוי לעולם ועד, ער דארף שפירן אז מ'רעכענט אים נאך ווי א "כשר'ע איד" אפילו אויב נישט "מאנשי שלומינו"...

זאלסט וויסען אז דו קענסט זיין א "מציל נפש אחת מישראל", דו האסט א געוואלדיגע אחריות, וויבאלד דו וועסט לכאורה זיין דער ערשטער וואס אלימלך וועט רופען – ביום ההוא! ווען ער אויפשטיין אויף די רעכטע זייט – מוזסטו זיין גרייט צו ענטפערן זיין קאל מיט א געוואלדיגע רוהיגקייט, זאג אים אז די חברים ווילען אים זעהן, און ער איז געלאדענט צו דו חנוכה מסיבה וואס יוסי ענגעל מאכט, אדער צו סתם א נאכטמאל אין וועלכע [כשר'ע] רעסטעראנט זיין הארץ באגערט...

איך שיק היינט ארויס דעם בריוו, כדי זאלסט זיין גרייט על כל קאל"ל שתבוא...

הצלחה רבה, פארגעס נישט אז דו ביסט אין א מקום "תוירע"... מאך נישט קיין חילול ה'/חסידים....

מעריצך מאוד
- מקום החתימה[/justify]
משיב לשואל - געוועזענע ישיבה-משגיח, וואס פלעגט ענטפערן שאלות בכתב.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר