דער בעסטער פעטער
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 5:08 pm
ביטערע נייעס קומט פון ארץ ישראל. א ברסלב'ער בעל תשובה (עבירה), זינגער און כאריזמאטישער קולט-פירער האט מפתה גווען יידישע מיידלאך צו טוהן מעשים אשר לא יעשו מיט גויים, כדי ארויסצונעמן ניצוצות און דורך דעם ברענגן די גאולה שלמה.
דער 60 יעריגער מנהיג דוד דבש פון חברון, וועלכער רופט זיך אן מיטן צונאמן דער בעסטער פעטער (אדער "דער בעסטער דויד"?) האט מיט הילף פון זיין ווייב און נאך עטליכע חסידים זיינע, איינגרעדט פאר יידישע ווייבלאך צו זיין אונטער אינפלוענס פון אלקוהול און דראגס, און דאן טוהן דברים אסורים מיט גויים. ער האט זיי קודם מחזיר בתשובה (!) גווען און דערנאך דאס צוגערעדט, און איינגעזאגט אז דאס ברענגט צו די גאולה, דורך אויפהייבן די "ניצוצות" פון די גויים.
ער מיט נאך דריי אנדערע זענן אצינד ארעסטירט גווארן דורך די ישראל'ישע פאליס.