בלאט 1 פון 1
דעוועלאפן בילדער אנליין
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:11 pm
דורך [NAMELESS]
ווי קען מען דעוועלאפן בילדער אנליין? כ'ווייס נאר פון איין פלאץ,
סנעפ-פיש. וואספארא פלעצער נאך זענען דא, און וואס זענען די מעלות און חסרונות פון יעדע פלאץ. פארשטייט זיך אז ס'איז אינטערסאנט צו הערן עקספיריענס וואס מ'האט געהאט מיט סיי וועלכע סייט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:14 pm
דורך בשבילי!
Shutter fly און סנעפ פיש
ביידע זענען גוט, זיי האבן קיופאנס אין אנדערע צייטן, כ'נוץ ביידע מיט די זעלבע גוטע עקספיריענס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:27 pm
דורך געפילטע פיש
די ווייב זאגט אז
לייף פיקס איז א בעסערע קוואליטעט ווי סנעפפיש און שאטערפליי. אויב ווילסטו זיך אבער ארומשפילן און צאלן פאר פראפעשענאל קוואליטי גיי צו
ProDPI, אבער ס'איז אביסל א גרעסערע שלעפ, דו דארפט דאונלאודן זייער סאפטווער כדי צו ארדערען פרינטס, ס'איז עכט געמאכט פאר סטודיאוס אבער איך האב זיי שוין גענוצט אפאר מאל. זיי האבן א סיינאפ בונוס אדער עפעס, דיר צו ווייזן ווי גוט זיי זענען.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:51 pm
דורך ונבנתה העיר
סנעפ פיש איז שפאט ביליג, ובנוסף שיקן זיי יעדע פאר מינוט אין אימעיל געוואלדיגע הנחות.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:27 pm
דורך אויסגערוט
לידיעה בעלמא
איך האב אויספרובירט "גראוובוק" וואס איז מיוחד פאר פאון פיקטשערס און סאיז אויסגעקומען אפגעהאקט און אויף טשיפ פעיפער. זיי האבן מיר געגעבען קרעדיט פאר א נייע אבער סאיז נאכאמאל געווען די זעלבע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:56 pm
דורך [NAMELESS]
איך ניץ אויך גראוובוק, און ס'איז גראדע גאנץ פיין פאר סתם סעלפאן בילדער. אבער נישט ווען מ'וויל מאכן א שיינע אלבום.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:58 pm
דורך [NAMELESS]
בשבילי! האט געשריבן:Shutter fly און סנעפ פיש
ביידע זענען גוט, זיי האבן קיופאנס אין אנדערע צייטן, כ'נוץ ביידע מיט די זעלבע גוטע עקספיריענס
ווי אזוי באקומט מען קיופאנס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:18 pm
דורך שמעקעדיג
מיין עקספיריענס מיט סנעפ-פיש איז ווי א בילד, מאנכע בילדער קומען אויס שיין, אנדערע זענען שרעקליך, און מיין Epson Photo printer פאקט עס איין 10 מאל (און קאסט 10 מאל די פרייז אויכעט)
סנעפ-פיש נוצט א ביליגע דינע פאטא פאפיר. בקיצור, איר באקומט וואס איר באצאלט, כדרכו של עולם.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:50 pm
דורך [NAMELESS]
זעהנדיג די שמועס דא האב איך ארויפגעפאקט אויף סנעפ פיש אפאר הונדרעט פיקטשער און געוואלט זעהן וואס מ'קען ביי זיי מאכן מיט עס. צו מאכן א קאסטאם אלבאם בוך פון 90 פעיזשעס קאסט 129$!
ס'דאך אסאך געלט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:51 pm
דורך בשבילי!
лпم iοوԴ האט געשריבן:בשבילי! האט געשריבן:Shutter fly און סנעפ פיש
ביידע זענען גוט, זיי האבן קיופאנס אין אנדערע צייטן, כ'נוץ ביידע מיט די זעלבע גוטע עקספיריענס
ווי אזוי באקומט מען קיופאנס?
גוגל פאר סנעפפיש פראמא קאוד/קיופאן.
איך צאל קיינמאל נישט מער ווי צען צענט א בילד אינקלודינג שיפינג
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:58 pm
דורך [NAMELESS]
די בילדער קומען אויס אזוי ווי (אדער ענדליך) צו ווען מ'געט עס אריין צו א לאקאל פאטא געשעפט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:16 pm
דורך בשבילי!
זי זאגט אז זי זעט קיין חילוק, זייער העפי אייביג.