בלאט 1 פון 4

מעג מען ארויסווארפן א פארדארבענע בחור?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:27 pm
דורך אדמו״ר
זייער א פארווייטאגטע, אחריות'דיגע, צומישטע טעמע.

וואס טוט א ישיבה/חדר, מיט א בחור/יונגל וואס איז א מושחת, ווען ס'איז קלאר אז ער איז א סכנה פאר אנדערע חברים.
איז טאקע די דעת תורה אז מען דארף אים פארשיקן לעזאזל אבי צו ראטעווען זיינע חברים, אדער דארף מען קוקן וואס וועט זיין מיט זיין עתיד?

ס'איז דא אפאר מעשיות פון סאטמארער רבי, ווי שארף ער איז געווען נישט ארויסציווארפן. פון די אנדערע זייט, קען מען דען דאס אנעמען פאר א כלל אויף איבעראל? צי זענען געווען מיינונגען פון גדולי ישראל אנדערש?

ס'איז מיר לעצטענס אויסגעקומען צי זיין אינוואלווד אין א קעיס, און ס'געווען פארשידנארטיגע מיינונגען, איך האב נישט געוויסט וואו מיך אהין צו טון. וויל איך הערן די מיינונג פונעם עולם דא, עס זענען זיכער דא דא מער באהאווענטע אין דעם ענין ווי מיר, ותשועה ברוב יועץ.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 10:40 pm
דורך אויסגערוט
איך בין גראדע יעצט אינואלווד מיט א בחור אין דעם מצב. נאך זיך שואל עצה זיין ביי (אמת'ע) ערליכע און קלוגע אידן האבן זיי אלע געזאגט אז איינמאל ער הייבט אן משפיע זיין אויף אנדערע איז נישטא קיין אנדערע ברירה. אבער זיי האבן אלע אונטערגעשטראכן אז מען קען נישט מאכן אזא באשלוס אן זיין זיכער אז ס'איז אזוי.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 pm
דורך נולד מאוחר
איז דאס נישט אן איינרעדעניש?
א פארדארבנע בחור מאכט נישט קאליע אימשילדיגע בחורים. העכסענס מאכט ער גרינגער פאר אנדרע פויגלעך.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:08 pm
דורך אויסגערוט
סאיז שווער צו זאגן באופן כללי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:39 pm
דורך outspoken
מענין לענין באותו ענין, ס'איז מיר אלץ שווער געווען, יעדער איז ביזי אז סאטמאר'ע רבי ז''ל האט קיינמאל נישט ארויסגעווארפען, ווען קינד און קייט ווייסען די מעשה מיט די א''ג 'שווארצע', היינט בין איך אריין אין א ספרים געשעפט און געזען אין א ספר (מעשה ביכל) אז ער האט געהייסען שרייבען אויף די ארויסווארף צעטעל אז ס'איז נאר לזמן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:41 pm
דורך אויליגער
סאטמארא רב איז טאקע געווען קעגן ארויסווארפען א בחור חוץ איינער וואס איז פארדארבען און פארדארבט אנדערע און א מחוצף

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:51 pm
דורך outspoken
אויסגערוט האט געשריבן:איך בין גראדע יעצט אינואלווד מיט א בחור אין דעם מצב. נאך זיך שואל עצה זיין ביי (אמתע) ערליכער און קליגער אידן האבן זיי אלע געזאגט אז איינמאל ער הייבט אן משפיע זיין אויף אנדערע איז נישטא קיין אנדערע ברירה. אבער זיי האבן אלע אונטערגעשטראכן אז מען קען נישט. מאכן אזא באשלוס אן זיין זיכער אז סאיז אזוי.

פארשטייט זיך נאר אויב ס'נישט זייער'ס א קינד אדער אייניקעל, געהערט מפי איש וואס האט געהערט פון עסקן וואס איז געווען ביי א וועד הצניעות מיטינג און מ'האט דן געווען וועגען עפעס א ענין, האט די מגדולי ראש הישיבה געזאגט אז ס'דארף זיין 0 טאלערענץ, מ'דארף אזא בחור ארויסווארפען יהי' מה שיהי' ומי שיהי', האט אים די עסקן אריינגעלייגט א ליסטע מיט בחורים אין זיין האנט ווי זיין איינקעל איז דארט געווען, כ'דארף שוין נישט זאגן אז ער איז אראפ פון די HIGH HORSE.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:13 am
דורך אויסגערוט
outspoken האט געשריבן:
אויסגערוט האט געשריבן:איך בין גראדע יעצט אינואלווד מיט א בחור אין דעם מצב. נאך זיך שואל עצה זיין ביי (אמתע) ערליכער און קליגער אידן האבן זיי אלע געזאגט אז איינמאל ער הייבט אן משפיע זיין אויף אנדערע איז נישטא קיין אנדערע ברירה. אבער זיי האבן אלע אונטערגעשטראכן אז מען קען נישט. מאכן אזא באשלוס אן זיין זיכער אז סאיז אזוי.

פארשטייט זיך נאר אויב ס'נישט זייער'ס א קינד אדער אייניקעל, געהערט מפי איש וואס האט געהערט פון עסקן וואס איז געווען ביי א וועד הצניעות מיטינג און מ'האט דן געווען וועגען עפעס א ענין, האט די מגדולי ראש הישיבה געזאגט אז ס'דארף זיין 0 טאלערענץ, מ'דארף אזא בחור ארויסווארפען יהי' מה שיהי' ומי שיהי', האט אים די עסקן אריינגעלייגט א ליסטע מיט בחורים אין זיין האנט ווי זיין איינקעל איז דארט געווען, כ'דארף שוין נישט זאגן אז ער איז אראפ פון די HIGH HORSE.

גראדע האט איינער פון זיי געגעבען א דוגמא אויף זיינס אן אייניקעל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:18 am
דורך טעפל
געווענדליך אזא קינד/בחור מאכט נאר זיך און יענעם קאליא, בעסער זאל ער זוכען א לייכטירע מסגרת..כנלע"ד הקלושה עד מאוד.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:08 am
דורך זיגמונד פרויד
כאטש אפילו א יעדע ישיבה דארף האבן א מסגרת כדי צי קענען אויפהאלטן די גדרי ישיבה מוז זיין א מהלך ווי אזוי צו באהאנדעלען א תלמיד וואס איז ארויסגעגאנגען פין די גדרי הישיבה אן דעם וואס מזאל איהם גלייך שטראשאנען ארויסציווארפען.

א ראש ישיבה וואס ווערט פארלוירן און דערשראקן פון א פארדארבענען בחור איז אפט נישט פאסיג צי זיין א ראש ישיבה. מדארף זיין גרייט זיך אפציגעבן מיט נאטירליכע פראבלעמן וואס זענען א חלק פין יעדען דערוואקסענעם מוח. צו שרייען "סכנה" יעדער מיטוואך אין דארנעשטאג ווייזט אז די ישיבה שטייט אויף שוואכע יסודות.

למשל, אויב מענשטען מיינען אז אינטערנעט קען אינטעברענגען גאנץ אידישקייט איז אדער 1) זיי זענען מגזים 2)אידישקייט איז גאר שוואך.
אז א בחור טיילט אויס פאר חברים סמים (דראגז) איז דאס נישט א נאטירלעכע חלק פין אויפוואקסן. אבער אז א בחור\קינד גייט ארום דערציילן פאר זיינע חברים פין ווי בעיביס קומען ארויס איז דאס א נאטירליכע זאך די קאפ זאל זיין נייגעריק. וכו'

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:16 am
דורך קפנדריא
ס'איז דא אין בארא פארק און וויליאמסבורג אינגעלייט ספעציעליסטן וואס באהאנדלען די סארט בחורים, זיי האבן שוין אסאך מושחתים געמאכט פאר ערליכע נארמאלע בחורים, די נארמאלערע ישיבות האבן קשר מיט די אינגעלייט, און מ'פרובירט דאס געווענליך אלס אן ערשטן שלב, ווען דאס גייט נישט איז דער מהלך אין רוב ישיבות אז מ'מוז דעם בחור שיקן ווייטער, ווייל אז נישט איז עס א חורבן אין די ישיבה..

איך ווייס פון א בחור וואס האט קאליע געמאכט בחורים אן א שיעור, מ'האט פרובירט מיט גוטן און נאכדעם מיט שטרענגען, דער איז אבער געווען חולה נפש, ער פלעגט ביינאכט ארומלויפן צו די בעטן, און נאך יאר קווענקלנישן, נאכדעם וואס ער האט שוין אנגעמאכט מאסיווע דעמעדזש, האט מען אים ענדליך געשיקט לעזאזל..

נ.ב. היינט איז דער חוטא ומחטיא אן א.ג. "או טי די", (וואס פארגעסט נישט צו בלעימען זיינע עלטערן און וועם נישט? וואס זענען ווי פארשטענדליך אייביג שולדיג פאר זיינע יצר הרע'ס, ער איז דאך זיכער נישט שולדיג..), און דער אומפארשעמטער מאנס און רעיפיסט שעמט זיך נישט צו שטיין ביי יעדע פראטעסט אקעגן מאלעסטעישאן צוזאמען מיט אלע בעלי תאוה און נואפים, טרעט אויף פאר צייטונגען און האקט אויף בלאגס, ווען זיינע הענט זענען פארשמירט און פול מיט צואה רותחת..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:49 pm
דורך זיגמונד פרויד
קפנדריא האט געשריבן:נ.ב. היינט איז דער חוטא ומחטיא אן א.ג. "או טי די", (וואס פארגעסט נישט צו בלעימען זיינע עלטערן און וועם נישט? וואס זענען ווי פארשטענדליך אייביג שולדיג פאר זיינע יצר הרע'ס, ער איז דאך זיכער נישט שולדיג..), און דער אומפארשעמטער מאנס און רעיפיסט שעמט זיך נישט צו שטיין ביי יעדע פראטעסט אקעגן מאלעסטעישאן צוזאמען מיט אלע בעלי תאוה און נואפים, טרעט אויף פאר צייטונגען און האקט אויף בלאגס, ווען זיינע הענט זענען פארשמירט און פול מיט צואה רותחת..

די שרייסט אז א מענטש דארף אליינס נעמען אחריות פאר זיינע מעשים אין נישט בלעמען אנדערע מענטען (זיינע עלטערען). אינערסאנט איז אבער אז ווען די רעדטס וועגן פראבלעמן אין דיין געגנט, קהילה ווארפטו דעם שילד אוועק אויף אנדערע. ביי דיר איז 100% קלאר אז יענער (די OTD) איז אלעס שילדיג.

פארשטייט זיך אז ס'איז זייער יתכן אז א OTD מענטש איז שילדיג און אוודאי אחריות אויף זיין לעבען אבער די קהילה-עט לארזש ווערט נאכנישט אינגאנצען נקי פון סיי וואסארע SHORTCOMINGS

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 2:46 pm
דורך סימפל
עס איז זייער א פארווייטאגטע נושא , וואס איז אנגעלאדענט מיט א באגאזש פראבלעמען, און סייד עפעקטס. וואס דער עולם האט שוין אנגערירט.
אבער צו מיר קוקט אויס אז אויב איז קלאר אז דער בחור איז א משחית, און מאכט קליע אנדערע בחורים. פארוואס אין דער וועלט זאל מען לאזן אין ישיבה, און קליע מאכן אנדערע בחורים??
מען רעדט פון די אחריות פין ארויסווארפן איין בחור וואס איז שוין א מושחת. וואס איז מיט די אחריות פון די גוטע בחורים (בלשון רבים) וואס קענען ווערן מושחתים?? צו מיר זעט עס אויס ווי א בחינה פון ״ברי ושמא ברי עדיף״
(לאמיר נאכאמאל קלאר מאכן אז מען רעדט פון א בחור וואס איז זיכער א משחית)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:18 pm
דורך געפילטע פיש
וואס פונקטליך מיינט א מושחת? אויב רעדסטו פון א בחור וואס האט ליב אנדערע קאנסענטינג בחורים זיין עידזש? ביג דיל! דאס איז גענצליך נארמאל און לאז די קינדער זיך שפילן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:36 pm
דורך לעיקוואד
ניין.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:38 pm
דורך כוכב
לעיקוואד האט געשריבן:ניין.

וטעמא?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:39 pm
דורך נהורא נפישא
פארוואס ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:40 pm
דורך לעיקוואד
מען דארף ארויסווארפען דער פארדעארבענע מגיד שיעור ראש ישיבה אדער משגיח וואס עס שפראצט פון עם אזוינע פירות. א ישיבה איז א פלאץ וואס דארף מחנך צו זיין, אז עפל מאכט א קאליקער אייפון איז נישט דער פאון שולדיג נאר די קאמפעני.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:45 pm
דורך נהורא נפישא
א ישיבה פאר עלטערע בחורים איז געמאכט מחנך צו זיין? רובא דרובא פעלער איז עס נישט אזוי, און איז אוממעגליך אז דאס איז די זשאב פון א ישיבה גדולה, ישיבות וואס איך ווייס זענען א פלאץ אויב דער בחור האלט ביים לערנען זאל ער זיך געפונען אין א גוטן אטמאספערע.
נישט אז איך בין ממעט אינעם צער פונעם בחור און זיינע עלטערן, אבער צו דארף מען דעם בחור האלטן פאר יעדן פרייז ? איז דא א פאל ווען מ'מעג יא פארשיקן א בחור ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:50 pm
דורך לעיקוואד
דאן זאל דער ישיבה מלכתחילה זיך אויפהערן אויפצופירען ווי כאילו זיין תפקיד איז מחנך זיין און נעמען קרעדיט פאר די גוטע בחורים. און רעדט מען דן נישט דא זי זעלבע וועגן ישיבה קטנה'ס ?


פראקטיש איז ארויסווארפען האט נישט קיין זין. ממה נפשך וואס איז דער פלאן זאל דער בחור טוהן? גיין צו א צווייטער ישיבה איז מאי חזית. זיין אויף דער גאס ווייס איך נישט ווער האט א הו''א עס איז בעסער פאר עם אדער אנדערע אזוי. גיין אין א ישיבה וואס פאסט מער פאר עם נו פשיטא מען דארף פראבירען צופאסן אבער וואס האט דאס מיט ווארפן?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:56 pm
דורך נהורא נפישא
אז די רעדסט פון וואס העט ווען געדארפט ווען זיין, וואלט נישט בעסער געווען אז רוב רובם זאל לערנען אומנות ולימודי חול צוגאב צו א בעיסיק יידישע עדיוקעישאן, און נאר די מצויינים זאלן לערנען אין ישיבות ווי משטודירט דעם תלמוד און הלכה יומם ולילה ?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:47 pm
דורך לעיקוואד
קאן זיין אבער וואס האט דאס מיט די היינטיגע שאלה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:54 pm
דורך מאטי
אז מ'העט אויפהערן "אריינווארפן" סתם בחורים אין ישיבה וועט מען נישט דארפן ארויסווארפן.