הרב החסיד רבי אהרן הכהן פאללאק ז"ל סופר סת"ם האט דערציילט דאס ווען ער איז געוועזען ביי הה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט אויף שבת קודש פרשת אמור שנת תש"ג, היות ער האט בייקומען א "איינרוף צעטיל", ער ער מוז גיין דינען אין דער מיליטער, איז געפארען קיין ראצפערט צו באקומען א ברכה מפי אותו צדיק. זייענדיק דארט ערב שבת קודש האט ער צוגעקוקט דער סדר עבודת הקודש, און ער האט געזעהן אז כמעט דעם גאנצען ערב שבת, אסאך שעות פון דעם טאג, איז רבי שלום לעזער געזעצן און געלערנט דעם ספר הקדוש אך פרי תבואה, ווען בשעת מעשה מעשה רייכערט ער מיט זיין לילקא ציבעך. (מפי נכדו ר' יוסף צבי לויפער, ונדפס בספר 'רבינו הקדוש מראצפערט' דף רכג)
מפי השמועה אז מרן שערי הישר מליסקא זי"ע הי"ד האט זיך געטראפן איינמאהל מיט הרב הקדוש רבי שלום לעזער אין קאלוב ז' אדר, אויפן יארצייט פון הרה"ק רבי אייזיק'ל פון קאלוב זצ"ל.
רבי שלום אליעזר האלברשטאם מראצפערט - ט"ז סיון
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
זעהט אויס וואוינאידיג אין אונגארען ווי דער נאמען 'ליסקא' איז געוועהן גרויס און שטארק האט עס געהאט א השפעה.
למעשה האט זיך תורת החסידות צושפרייט און אונגארען דורך רבי הירשעלע ליסקא ערשט בימיו איז עס נתפשט געווארען אויף א ריזיגע פארנעם.
בנוגע נאמען שלום אליעזר כמדומה לי קומט נאכען רבי שלום קאמינקא און רבי אליעזר דזיקובער.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)

-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1254
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל
פרטים
פון וויקי:
רבי שלום אליעזר האלבערשטאם הי"ד (ה'תרכ"ב – ט"ז סיון ה'תש"ד), דער ראצפערטער רב, דער זעקסטער זון פון דברי חיים.
רבי שלום אליעזר איז געבוירן חול המועד פסח אין יאר ה'תרכ"ב (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת רעכיל דבורה, א טאכטער פון הרב יחיאל צבי הירש אונגאר פון טארנא, א זון פון הרב מרדכי דוד אונגאר דער דאמבראווער רב. דער פאטער האט אים א נאמען געגעבן נאך צוויי גיטע פריינד, דער שר שלום פון בעלזא און רבי אליעזר'ל דזשיקאווער.
רבי שלום אליעזר האט געגעסן קעסט ביי זיין שווער צען יאר. ווען די רוסישע רעגירונג האט פארלאנגט ער זאל צוריק פארן קיין גאליציע, האט ער זיך באזעצט אין שינאווא לעבן זיין ברודער. שפעטער האט ער געוואוינט א צייט אין טארנע. אין יאר ה'תר"ס איז רבי שלום אליעזר אריבער קיין אונגארן, ערשטנס האט ער פארברענגט אין טעגלאש א האלב יאר, שפעטער האט ער זיך באזעצט אין ראצפערט.
רבי שלום אליעזר איז אומגעקומען אין אושוויץ אויף קידוש השם ט"ז סיון ה'תש"ד, הי"ד.
רבי שלום אליעזר האט געהייראט אין עלטער פון פערצן יאר, אין חודש אלול ה'תרל"ו, מרת מרים שרה א טאכטער פון זיין שוואגער הרב מרדכי דוב טווערסקי, דער הארנאסטייפלער רב.
זייערע קינדער:
הרב חיים האלבערשטאם (ה'תרמ"ב - י"ט כסלו ה'תש"ב), רב אין סאטמאר.
הרב משולם זושא יצחק האלבערשטאם (ה'תרמ"ד - כ"ג אייר ה'תש"ד), פון ראצפערט.
מרת חנה, זי האט געהייראט בזיווג ראשון, אן אייניקל פון טוריסקער מגיד. בזיווג שני די ווייב פון הרב מנחם מענדל ראזנפעלד, ביסטריצער רבי, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער), רב אין קאמינקא.
מרת סימא ברכה, די ווייב פון הרב חיים צבי טייטלבוים (ה'תר"ם- ו' שבט ה'תרפ"ו), רב אין סיגעט, דער עצי חיים. (זיין זון איז געווען דער ברך משה מסאטמאר)
מרת חיה פראדל ( - ט"ז אדר ה'תשל"ד), די ווייב פון הרב בן-ציון האלבערשטאם הי"ד (י' אייר ה'תרל"ד - ד' מנחם אב ה'תש"א), דער צווייטער באבאווער רב.
מרת אדל, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב חיים מאשקאוויטש, א זון פון הרב בצלאל יהושע מאשקאוויטש, פון גלינא. בזיווג שני די ווייב פון הרב ישראל צבי ראטנבערג, קאסאנער רבי, דער אור מלא.