מיסטעריע ארום די אידענטיטעט פון Jack The Ripper, געלייזט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:37 am
עס איז די גרעסטע מארד מיסטעריע אין היסטאריע, א רעטעניש וואס פלאגט קרימינאלאגיסטן שוין איבער א יארהונדערט און דאס איז די טעמע פון פילע ביכער און פילמען, אבער איצט -באריכטעט די Daily Mail- אדאנק מאדערן פארענסיק וויסנשאפט, איז ווארשיינליך געלייזט געווארן די אמת'ער אידענטיטעט פון דזשעק דער ריפער, די סיריאל מערדער וואס איז פאראנטווארטליך פאר פינף גרויזאמע מארדן אין וויהטשאפעל מזרח לאנדאן אינעם יאר 1888.
א DNA סעמפל צייגט אן אז איינע פון די חשודים דער פויליש-יידישער אימיגראנט אהרן קאסמינסקי, א גייסטיש צורידערטער פארשוין, איז נישט קיין אנדערער ווי דזשעק דער ריפער.
א שאל געפונען ביים קערפער פון קאטערין עדדאוועס, איינער פון ריפער'ס קרבנות, איז שוין אנאלאזירט געווארן און געפונען צו אנטהאלטן DNA פון איר בלוט ווי אויך DNA פונעם רוצח.
די אנטדעקונג האט פאסירט נאכדעם וואס א ביזנעסמאן רוסעל עדווארדס האט געקויפט די שאל אין א ליציטאציע און דערביי אריינגעמישט די הילף פון דר דזשערי לאוהעלאניען, א וועלט-בארימטער מומחה אין אנאליזירן גענעטיקס
ניצנדיג גאר פארגעשריטענע טעכניקס, איז דר. לאוהעלאניען געווען ביכולת צו קלייבן 126-יאר-אלט DNA פון די מאטעריאל, און דאס פארגלייכן צו DNA פון אפשטאמיגער פון עדדאוועס ווי אויך פונעם חשוד, וואס דאס האט געברענגט אויפצודעקן די מיסטעריע ארום די אידענטיטעט פון דזשעק דער ריפער
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... rders.html