בלאט 1 פון 1

King Translate והמסתעף

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:03 am
דורך פארוואס?
איך בין נישט קיין גרויסער מבין אין טעכנאלאגיע בכלל, און אין קאמפיוטערס בפרט.

דעריבער, וויל איך פרעגן די יודעי דבר דא אין שטיבל אן עצה צו מיין פראבלעם.

ערגעצוואו אין די קורצע לעבנס געשיכטע פון מיין אלעמענס באליבטע לעפטאפ, האט זיך אריינגערוקט א פראגראם מיטן נאמען "King Translate", איך ווייס נישט וואס פונקטליך ער וויל פון מיין לעבן, אבער חוץ פון צרות האב איך גארנישט גענאסן פון איהם.

ער זיצט מיר ביים גארגל, נישט צו אראפשלינגען און נישט צו אויסשפייען.

איך פראביר איהם remove'ן, און ער לאזט זיך נישט בשום פנים ואופן.

בקיצור, אן אומגעוואונטשענער גאסט וואס האט זיך אריינגערוקט פון א אינטערטיהרל, במלוא מובן המילה.

כ׳האב אביסל געגוגלט, כ׳האב געזעהן עטליכע אינסטראקשנס, און כ׳האב עס נאכגעפאלגט, ועדיין השטן מרקד בינינו.

ווייסט איינער ווי אזוי מ׳ווערט פטור פון אט דעם אנשיקעניש???

[tag]געפילטע פיש[/tag], פליז העלף מיר, (כאטש כ׳האב גענוצט דעם פיינטליכן ״והמסתעף״).

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:04 am
דורך Ben-Shishim
You can use a program called Combo Fix, that will most likely kick it out.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 11:35 am
דורך געפילטע פיש
וואס שטערט ער דיר אזוי? אביסל הכנסת אורחים האט מען ביי ענק נישט אויסגעלערענט? ער שטייט דיר אין וועג?

וויירוסעס בדר"כ האבן נישט קיין וואן סייז פיטס אלל סעלושען, מ'דארף נוצן א קאמבינאציע פון אפאר אפפליקאציעס, זיך שפילן אהער, סקענען אהין, און מיט אביסל סייעתא דשמיא קומט מען אן. די גרינגסטע וואלט געווען, אויב ווילסטו עס נישט נעמען צו א טעקנישען, איז צו מאכן א סיסטעם ריסטאר צו א צייט בעפאר דער תרגומו של מלך האט זיך אנגערוקט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:09 pm
דורך פארוואס?
געפילטע פיש האט געשריבן:די גרינגסטע וואלט געווען, אויב ווילסטו עס נישט נעמען צו א טעקנישען, איז צו מאכן א סיסטעם ריסטאר צו א צייט בעפאר דער תרגומו של מלך האט זיך אנגערוקט.


די פראבלעם איז, אז כ'האב נישט קיין אהנונג ווען ער האט זיך אריינגערוקט.
#מלך_פורץ_גדר

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:12 pm
דורך ברסלבער
פארוואס? האט געשריבן:די פראבלעם איז, אז כ'האב נישט קיין אהנונג ווען ער האט זיך אריינגערוקט.
#מלך_פורץ_גדר

מסתמא איז עס מיטגעקומען מיט צווייטע פראגראם וואס דו האסט דאונלאדעט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 2:21 pm
דורך פארוואס?
אויב איך וועל מאכן א סיסטעם ריסטאר, וועט עס נישט אפעקטירן אנדערע פראגראמס, וואס איך וועל דארפן רי-אקטיוועיטן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:49 am
דורך שמעקעדיג
זאג אביסל מער איבער דעם פראגראם. מה טיבו? וואס טוט ער? און ווי שטייט ער דיר אין וועג? איז עס אויפן קאמפיוטער בכלל, אדער נאר אויף בראוזערס?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:17 pm
דורך פארוואס?
שמעקעדיג האט געשריבן:זאג אביסל מער איבער דעם פראגראם. מה טיבו? וואס טוט ער? און ווי שטייט ער דיר אין וועג? איז עס אויפן קאמפיוטער בכלל, אדער נאר אויף בראוזערס?

ממש אזוי ווי כ׳האב געשריבן, פאר מיר האט ער גארנישט געטוהן אויסער שטיין אין וועג. כ׳פארשטיי דארף ער צוזיין א טראנסלעיטער אזוי ווי גוגל טראנסלעיטער. אבער למעשה, שטערט ער מער ווי ער העלפט.

זוכנדיג אביסל לכבודך אינעם ברייטן נעץ, איבער איהם, האב איך געפינען די פאלגענדע:
[left]
What is King Translate?
King Translate is a program created by Koyote-Lab Inc. This software enables users to translate words, documents, and entire texts into various languages. King Translate also displays video, photo, and audio results relating to inputted queries. Whilst this program may seem legitimate, many Internet users report that it was installed on their computers without their consent. Furthermore, after installation, Internet browser settings were modified (the homepage changed to searchnu.com and default search engine to www1.search-results.com).
[/left]

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:16 pm
דורך שמעקעדיג
אין אנדערע ווערטער, עס איז א בראוזער ADD-ON. ריכטיג?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:38 pm
דורך פארוואס?
שמעקעדיג האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער, עס איז א בראוזער ADD-ON. ריכטיג?



פארוואס? האט געשריבן:איך בין נישט קיין גרויסער מבין אין טעכנאלאגיע בכלל, און אין קאמפיוטערס בפרט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 12:51 am
דורך קליגער אינגערמאן
וועלעכע בראויזער ניצטסטו ?

(וואס מיינט א בראויזער?...)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 8:58 am
דורך פארוואס?
כ׳האב אלע פיהר בראוזערס:
Internet explorer
Google chrome
Torch
Firefox
יעדע איינס נוץ איך פאר אנדערע מטרות.
(עס איז לכאורה אריינגעקומען ווען כ׳האב געדאונלאדעד טארטש).

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 9:41 am
דורך שמעקעדיג
פאר די ערשטע פשוט'ע עצה, דאונלאוד דעם פראגראם C-CLEANER (מאך זיכער דו דאונלאודסט די פראגראם פון לינקע זייט וועלכע איז אומזיסט). עס איז ראטזאם פאר יעדן בכלל צו נוצן די ערשטע צוויי טולס, קליענער, און רעדזשיסטרי. מאך א קליענאפ. דאס איז גוט סתם אזוי אין דזשענעראל.

אבער פאר אונזער יעצטיגן פראבלעם, גיי צום דריטן טול אויף די לינקע זייט (וועלכע רופט זיך TOOLS), און דאן דרוק אויף STARTUP, וועט ארויסקומען עטליכע טעבס אויף די מעין ווינדאו (זעה בייגעלייגטן בילד, איך האב אנגעצייכענט סטעפ 1, און 2, און די עראוס צייגן דיר 3 בראוזערס וועלכע איך האב אינסטולירט), ביי יעדע טעב פון די בראוזערס ערשיינט א ליסטע פון אלע צוגעלייגטע חזיריי וואס צינדן זיך אן מיטן בראוזער. קוק אדורך דעם ליסטע, ווען דו טרעפסט דעם שייגעץ, דרוק אויפן רעכטן זייט DELETE, אדער לכה"פ DISABLE, און לאמיר האפן אז דאס וועט העלפן.

.