בלאט 1 פון 1
שבעים פנים לתורה, אדער אפשר נאר צווי? VIDEO
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:48 am
דורך זיגמונד פרויד
איך האב געטראפן א אינערסאנטע DIALOGUE צווישן צוויי געלערנטע מענטשען וועגן מהלכים ווי אפצילערנען תלמיד בבלי, מדרש, מאמרי חזל. איינס איז פון קריסטוהן העיעס, א יעהל אנווירסיטי פראפעסאר (גראדע א גוי) וואס האט גוט שדאדירט גמרא. די אנדערע גאון איז יהושיע פלעפער פין ארץ ישראל, א ישיבה למדן, אן ערנסטע דיין וואס ברענגט ארויס די ישיבה'שע בליק אויף גמרא אין תורה שבעל פה בכלל. איך האלט אז ביידע זענען הערליכע שיינע מהלכים, הגם זיי קומען פין גאר אנדערע וועלטן. איך פארשטיי אז ס'איז דא מעמבערס דא וואס וועלן דאס אנקוקען ווי כפירה. אבער דאס צי אגנארען אינגאנצען איז אויך נישט קיין מהלך לעני"ד.
איין פראבלעם איז דא, די קליפ איז איבער צווי שעה לאנג.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:49 am
דורך זיגמונד פרויד
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:41 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:30 pm
דורך זיגמונד פרויד
בערל: יא יא. אין די שיינקייט פון איהר שיעור איז אויך איהר ווארעמקייט
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 5:39 pm
דורך יאיר
א ש'כח פאר'ן ארויפברענגען. איך האב מיט א צייט צוריק געזען עטליכע שיעורים פון איר און זיי זענען מיר שטארק געפאלן. איך בין שטארק איבערראשט געווארן צו געוואויר ווערן בשעתו אז זי איז א גוי'טע. לדאבוני האב איך נישט די צייט און געדולד אויסצוהערן די לאנגע שיעור, אפשר וואלט כדאי געווען צו מאכן א סך הכל.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2014 10:22 am
דורך יוסל'ע
שכויח זיגמונד פארן ארויפברענגען, כ'האב שטארק הנאה געהאט פון די קליפ!
יאיר, די קענסט סקיפען די חלקים פון ראביי פייפער ווי ער שמועסט ארום די טיפיקעל ישיבה'שע דרך הלימוד און גראד אויסהערן איר מהלך און דרך הלימוד. ס'איז זייער זיס אין אינטרעסאנט. ענדזוי!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:21 am
דורך [NAMELESS]
קען אפשר איינער ציצייכענען די לינק גראד צי יוטוב מיין פילטער בלאקט מיר עס אויפן אויבן דערמאנטען לינק ישר כח
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 1:28 am
דורך ידען
גראדעמעכעלע האט געשריבן:קען אפשר איינער ציצייכענען די לינק גראד צי יוטוב מיין פילטער בלאקט מיר עס אויפן אויבן דערמאנטען לינק ישר כח
http://youtu.be/lUvdQnNvCvc
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 12:27 am
דורך [NAMELESS]
ידען האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:קען אפשר איינער ציצייכענען די לינק גראד צי יוטוב מיין פילטער בלאקט מיר עס אויפן אויבן דערמאנטען לינק ישר כח
http://youtu.be/lUvdQnNvCvc
ישר כח געבענטש זאלסטי זיין
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:59 pm
דורך נאטרוליסט
קריסטעישן העיס איז אן אינטרעסאנטע קערעקטער, און אילו לא ראיתי לא האמנתי, אז א ערלית פון אוסטראליע זאל שטודירן תלמוד און ווערן אינטימעט פארליבט אין די תלמודישע טעקסטן.
פון די אנדערע צד פון די מטבע קומט צום לאכן פון אירע חידושים און אבזערוואציעס וועלכע מאכן איבערהויפט נישט קיין סענס, און זענען דורכאויס פאלש אדער פוסטע חלומות אן קיין גרונד.
זי שטעלט אראפ אז "לא נתנה תורה למלאכי השרת" איז א בבליש'ער דערהער, פון די שפעטערע תקופות פון חז"ל, וועלכע האבן אנגענומען א שיטה אז מ'דארף אראפברענגען מענטשן פון מלאכ'ישע היערארכיע. מענטשן זענען נישט קיין מלאכים און זאלן נישט אספירירן צו דערגרייכן די מדריגות פון מלאכים. - ווידעראום די איסיים באוועגונג זענען אוועק פון ירושלים קיין גליל, ווי זיי האבן געואוינט אפגעזונדערט אין די מערות, האבן יא געהאלטן אז מענטשן דארפן צוקומען צו די דרגות פון מלאכים.
זי מאכט א פשעטל אז 3 מאל געפינט מען אז אזא מלאכי'שע/מענטשליכע קריגעריי, אין וועלכן די הימלישע מלאכים האבן זיך בפועל קעגנגעשטעלט צום מחבר היצורים: דער מענטש. 1) ביי בריאת העולם ווען די מלאכים האבן געזאגט בלא. באשאף נישט דעם מענטש. 2) ביי קבלת התורה, ווען די מלאכים האבן געזאגט תנה הודך על השמים און האבן געוואלט הרג'ן משה. און 3) ביי בניית המשכן. אז די מלאכים זענען געווען דערקעגן.
אלענפאלס, עס איז א גאר אינטרעסאנטע עקספיריענס