בלאט 1 פון 1
מיט וואס פאר א געז זאל איך אנפילען מייין קאר
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:58 pm
דורך הרב_שלום
ביים געז סטעשאן איז דא דריי מינע געז, וואס זענען די מעלות פון די טייערע, איז עס ווערד צו צאלען די עקסטער פאר דאלער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:04 pm
דורך אויסגערוט
א ליעס אדער אייגענס??
פאר א ליעס וואלטיך זיכער נישט געצאלט די איבריגע גראשן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:06 pm
דורך שמעקעדיג
לייג אריין וועלכע דיין קאר פארלאנגט. רוב קארס דארפן נישט מער ווי די ביליגסטע, און דו טוסט גארנישט אויף מיטן לייגן טייערע. אזוי זאגן די מאנופעקטשורערס זעלבסט, וכל האומר צו לייגן די טייערע אינו אלא טועה. די טייערע סארט איז בעיקר געמאכט פאר טייל טייערע לוקזעריעס'דיגע אויטאס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:09 pm
דורך אויסגערוט
אויף מיינס שטייט גראדע נאר צו לייגן די טייערע אבער פארוועם פונקטליך, פאר דער וואס קויפט עס נעקסט??
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:16 pm
דורך שמעקעדיג
סארי אבער עס איז נישט קיין גראדע וועג פון טראכטן. מה דעלך סני לחברך לא תעביד.
און פארוואס מיינסטו עס איז נאר פארן נעקסטן? דו הרג'עסט אפ דיין ענדזשין אויב דו פאלאוסט נישט די רולס. דו קענסט אליין ליידן די קאנסעקווענצן.
אסאך טייערע קארס טוען נאר רעקאמענדירן די טייערערע פאר בעסערע פערפארמענס, אבער עס איז נישט קיין רעקווייערמענט. אנדערע פאדערן עס יא.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:26 pm
דורך אויסגערוט
העי העי טעיק איט איזי
זייט ווען דארף איך ארויסלייגען געלט זיך צו זארגן פאר דער נעקסטער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:21 am
דורך yatzmachp
אויב דו האסט נישט קיין טייערע קאר וואס פארלאנגט די טייערע געז לייג די ביליגסטע. די חילוק פון די געז איז ווי טייערער אלס שטייטער רייסט עס אויף ווען מען צינדט עס אן. טייערע ענדזשינס מוזן זיין זייער אויסגערעכנט וועגן דעם דארפן זיי טייערע געז.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:13 am
דורך איחוד פעלד
פארשידענע מענטשען טענה'ן אז די טייערע געז גיבט מער מיילידזש. ולא שמיעא לי, כלומר לא סבירא לי
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:22 am
דורך אפשר
מיין טאיאטע קעמרי פארט בערך 325 מייל פער טאנק אויף געהעריגע גאזאלין, משא"כ אויף די טייערע גאז טראגט ער מיר קרוב צו 400 אויפן טאנק, און עס קומט סך הכל אויס א חילוק פון 5- 6 דאלארן, ממילא לעניות דעתי לוינט עס.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:32 am
דורך Kool man
די בעסטע געז מוז זיין ביי LUKOIL אויף די דשורזי 17, ווייל זיי בעטען מיט אומגעפער 60-70 צענט טייערער ווי אלע אנדערע געז סטעישענס מלפנים ומלאחור, מוז זיין אז זייער געז האט עפעס גאלד אדער פלאטינום אין זיך,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:33 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:36 pm
דורך שמעקעדיג
אפשר האט געשריבן:מיין טאיאטע קעמרי פארט בערך 325 מייל פער טאנק אויף געהעריגע גאזאלין, משא"כ אויף די טייערע גאז טראגט ער מיר קרוב צו 400 אויפן טאנק, און עס קומט סך הכל אויס א חילוק פון 5- 6 דאלארן, ממילא לעניות דעתי לוינט עס.
מאנכע טענה'ן עס, עס מאכט נישט קיין סענס.
דו קענסט נאר קאמפערן אויב דו פארסט די זעלבע וועג, מיטן זעלבן ספיד, ענליכע וועטער, און ביידע מאל יא/נישט עירקאנדישאן/סטיעם.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 12:43 pm
דורך אפשר
איך מיין אז אויב פיל איך אהן 10 מאל די ביליגע און 10 מאל די טייערע, קען איך עס קאמפערן.