. כיצד מרקדין לפני הכלה? בית שמאי אומרים כלה כמות שהיא ובית הלל אומרים כלה נאה וחסודה. אמרו להן בית שמאי לבית הלל: הרי שהייתה חיגרת או סומא אומרים לה כלה נאה וחסודה? והתורה אמרה "מדבר שקר תרחק"! אמרו להם בית הלל לבית שמאי: לדבריכם מי שלקח מקח רע מן השוק ישבחנו בעיניו או יגננו בעיניו? הוי אומר ישבחנו בעיניו. מכאן אמרו חכמים: לעולם תהא דעתו של אדם מעורבת עם הבריות (בבלי,כתובות, ט"ז)
לאמיר פרובירן צו אנאליזירן די דיבאטע צעווישען בית שמאי און בית הלל און זען אין וועלכע סיטואציע מ'רעדט דא.
ווי עס ווייזט אויס, פלעגט מען ביי די ריקודין פון שמחת חתן וכלה, אויסלויבן די כלה מיט אלע אירע מעלות, פעאיגקייטן, שיינער פיגור, אלס כדאי אריינצוברענגן א אהבה ואחוה ושלום וריעות ביים נייעם פאר פאלק.
שאפט זיך אמאל א דילעמא, אז די כלה איז נישט עפעס אזוי געראטן, א מיאוסן פיגור, שלעפט א פוס וכדומה, איז פארהאן צוויי מהלכים, דאס איז אמאל זיכער אז דערמאנען איר חסרונות האט קיינמאל נישט עולה על הדעת געווען, גיין פארשעמן א אידישע טאכטער על לא דבר.
די שאלה איז נאר איז אויסגעהאלטן צו רימען די כלה אויף א אופן וואס טוט באמת מיסרעפרעזענטירן די פאקטישע מציאות, וואס טוט זיך מיט שקר, ס'שטייט דאך אין די תורה מדבר שקר תרחק.
יעצט ד פאקט איז אז אויב מ'וועט זיך צוריקהאלטן פון אויסרימען די כלה מיט אלע מעלות שאין בה, וועלן מיר דערלייגן דעם טשאנס פון אריינברענגן אהבה ואחוה ושלום ורעות.
בית שמאי נעמט זייער א קאנסערוועטיווער שטעלונג און זאגט בוי נישט קיין רילעשאנשיפ צעווישן דעם פארל באזירט אויף מיסרעפריזענטאציעס.
(דרך אגב איז באקאנט אז קאנט האט גענומען זייער א קאנסערוועטיווער שטעלונג, אז עס איז אוממאראליש צו זאגן ליגענט אויף יעדע פאל אפילו די ליגענט קען ראטעווען מענטשן)
בית הלל, וואס זייער רבי, איז דער סימבאל פון טאלערענץ, געדולד, עניוות, צוגעלאזנקייט, פראקטישקייט, טענה'ט אז דער ערך פון אריינברענגן ליבע און שלום בית צעווישן א פארל שטייגט איבער די הכרח פון מיסרעפריזענטירן די סיטואציע.
בית הלל ברענגט זיך א ראייה פון טאג טעגליכן לעבן, צוויי פריינד טרעפן זיך און משמועסט על דא ועל הא, און ווי דער סדר פארציילט איינער פארן אנדערן כ'האב געקויפט א הויז, א נייע קאר וכדומה, לייגט זיך דען בכלל אויפן שכל אויב דער ידיד ווייסט פון פארשידענע פראבלעמען (וואס מ'קען ממילא שוין גארנישט טוען פארשטייט זיך) אנצוהויבן באוואשן זיין חבר, דו ווייסט ווי שלעכט האסט געקויפט, דו ביסט מיאוס אריינגעפאלן, אדער איז בעסער פאקיסירן אויף די מעלות און אויסלויבן די קנייה אז דאס זאל געבן א גיטע געפיל פארן חבר אזוי ער זאל אפילו נישט אין אכט נעמן סיי וואס פאר א חסרונות.
מיט דעם וויל בית הלל איבערצייגן אז די ערך און פראקטישקייט פון אריינברענגן צופרידנהייט און א גיטע געפיל שטייגט איבער די קלייניקע פראבלעם פון מיסרעפרעזענטירן סיי וואס.
די איינציגע וועג וואס בלייבט איבער פאר בית שמאי וויאזוי זיך צופירן און טאג טעגליכן לעבן, אנע דעם וואס מ'זאל דארפן האבן אזעלכע דילעמאס, איז אז מ'זאל פארמיידן וואס מער סאציאלע באגעגענישן אזוי אז מ'זאל נישט דארפן זיין געצווינגען צו זאגן ליגענט אויף קיין שום פאל.
דערפאר באווארענט בית הלל, לעולם תהא דעתו של אדם מעורבת עם הבריות, א מענטש זאל אנטיילנעמן כסדר און סאציאלע בונדן און באגעגענישן וואס בהכרח מיינט דאס אז די תורה וואס דארף צו זיין דרכיה דרכי נועם, קען בשום אופן נישט מיינען מיטן מדבר שקר תרחק, זיך פירן אויף א וועג וואס טוט מרחק זיין הלבבות און ברענגט אריין א שלעכטע געפיל איינע צום אנדערן