בלאט 1 פון 2
דער שווער בעט א הלוואה - וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 7:55 pm
דורך חקרן
איך שטיי אצינד אין א שווערע פארלעגנהייט. דער שווער זז"ג רופט מיר אריבער אויף א זיצונג, "וואס וויל דער שווער?" פרעג איך דורכ'ן טעלפאן, "מיר וועלן שוין רעדן פנים אל פנים... קום ביטע אריבער, איך דארף רעדן מיט דיר וויכטיג." איך האב שוין געמיינט ווער ווייסט וואס עס קומט... ער וויל מיט מיר רעדן... נו, א ברירה האב איך אבער נישט געהאט, בין איך אריבערגעגאנגען. אנקומענדיג, זאגט ער מיר אז ער דארף א טובה פון מיר, ער דארף בארגן אפאר דאלער און ער פרעגט אויב איך קען אים בארגן געלט. זאגן "איך האב נישט" איז נישט קיין אפציע, ער ווייסט אז איך האב יא.
וואס טוט מען?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:14 pm
דורך היימישער ליטוואק
גיב אים וויפיל דו וואלסט אים גגיבן אלס מתנה, און פארגעס דערפון.
אויב ביסטו נישט בכח צו גיבן א מתנה, דאן גיב אים אויך נישט א הלוואה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:15 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
יא יא חיים'ל, דאס איז די שווער
זאלסט וויסען, כהאב דיך געשאנקען מיין בעסטע טאכטער, אלץ ווייל די הנהלה אין ישיבה האט געוואלט זעהן דיין טאטע'ס שווערע טשעק אין האבן געקענט באשטיין פטור ווערן פון דיר
כ'וויל פארשטיין,
ס'האט מיך געשטערט ווען די האסט זיך אנגעדרייט די בארד, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט ווען האסט זיך געדרייט אויפן גאס אן א היט, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט ווען מיין איידעלע טאכטער איז אריין געקומען צו מיר אין די היים מיט א ריזיגע שרייעדיגע רויטע אייפאון, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט כהאב דיך געזעהן שפאצירן 111:30 צו ביהמ"ד מיט פארשלאפענע אויגן, אין אלע מיינע חברים האבן געזעהן וואס א איידים כ'האב זיך אנגעקויפט, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט צו וועלעכע קאנטרי ביסט געגגאנגען פאריאר, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט ווי פרי האט זיך ארויס געפאקט פון כולל, כ'האב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געזטערט האסט נאך קיינמאל נישט געזאגט א דבר תורה ביי די שבתדיגע סעודה, כ'האב עפעס געזאגט?
ויהי היום האסט זיך אריין געדרייט אין דיין טאטנ'ס ביזנעס (גרויסע קונץ) ביסט רייך געווארן. (חידוש האסט מיר קיינמאל נישט אונטער געווארפן אפאר פיאסטער, אבער שוין)
כ' בין נייטיג אין געלט, גלייב מיך מיין איידים איז נישט געווען די ערשטע אפטציע, די שוויגער האט געזאגט ביסט א גוטע איך כ'זאל פראבירען,
כ'בין געווען זיכער שרייבסט מיך א טשעק אויפן פלאץ.
שעמסט זיך נישט? שטופסט מיך אפ? אין נאכדעים פראקסטו מיך דא ארויף ברבים?
וואס האב איך שוין געבעטן? צען אלפים פאר א האלבע יאר, ביסט קרח רייך, מ'קען מיינען כ'דארף די געלט פאר לוקסעס
יו נאו וואט? האלט דיך די געלט, כ'וועל טרעפן א צווייטע גוטע איד
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 8:29 pm
דורך פארוואס?
פון מיין ערפארונג האב איך זיך אויסגעלערנט:
״איך פארבארג נישט קיין געלט צו איינער וואס איך וועל נישט קענען אפבעטן״.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:12 pm
דורך יוסף מ
פארוואס האלסטו ער גייט דיר נישט באצאלן?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:17 pm
דורך יצמחפרקני
סאיז באקאנט די מעשה כ'מיין פון הייליגן רבי מענדלע מרימנוב, אז ווען זיין שווער איז ארומגעפארן נאך געלט צו חתוונה מאכן א יונגערע טאכטער, האט ער געבעטן דעם שווער ער זאל אויסרעכענען וויפיל עס געקאסט אלע הוצאות פון זיין (רבי מענדלע) רביצין פון ווען זי איז געבוירן ביז נאך די חתונה.
און דאן האט ער אים געגעבן די פאנטאסטישע סומע, זאגעניג: אז דער אייבערשטער האט געהייסן מענדל חתונה צו האבן, דארף זיך דער שווער פלאגן אויפצוצוען א טאכטער אזויפיל יארן וכו'
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:38 pm
דורך יאיר
ס'איז נישט שייך צו מחדש זיין עפעס א תירוץ? עטליכע הצעות: כ'האב פונקט געמאכט לייף אינשורענס, אריינגעלייגט אין סעיווינגס אקאונט/מיוטשועל פאנדס, איך גיי קויפן א הויז צוויי חדשים ארום (דער שווער זאל נישט זאגן פאר קיינעם), וכו'.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 9:42 pm
דורך green sunday
וויאזוי גייט נאר דער מאמר החכם מען דארף זיין קליג נישט גערעכט, אז די קענסט זיך עס אפארדען געב עס אים בחפץ לב (סגולה לשלום בית), סוכ"ס איז עס דיין שווער נישט א פרעמדער, וועסט נישט דערלייגן אויפן געשעפט, טאמער וועט ער נישט קענען באצאלן וועט ער דיך זיכן צי פארגיטיגען מיט וואס אויף דער וועלט ער קען נאר.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 10:35 pm
דורך הוגה
פארוואס ווילסטו אים נישט בארגן? איך וואלט גערן געבארגט געלט פאר מיין שווער, אויב האב איך די יכולת. יעדע טאג זעה איך יונגערלייט גייען ארום שאפן געלט פאר די שווער וואס מאכט חתונה. אויב קענסטו גיין שנארערן פאר אים, פארוואס קענסטו אים נישט בארגן?
.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:02 am
דורך [NAMELESS]
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:יא יא חיים'ל, דאס איז די שווער
זאלסט וויסען, כהאב דיך געשאנקען מיין בעסטע טאכטער, אלץ ווייל די הנהלה אין ישיבה האט געוואלט זעהן דיין טאטע'ס שווערע טשעק אין האבן געקענט באשטיין פטור ווערן פון דיר
כ'וויל פארשטיין,
ס'האט מיך געשטערט ווען די האסט זיך אנגעדרייט די בארד, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט ווען האסט זיך געדרייט אויפן גאס אן א היט, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט ווען מיין איידעלע טאכטער איז אריין געקומען צו מיר אין די היים מיט א ריזיגע שרייעדיגע רויטע אייפאון, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט כהאב דיך געזעהן שפאצירן 111:30 צו ביהמ"ד מיט פארשלאפענע אויגן, אין אלע מיינע חברים האבן געזעהן וואס א איידים כ'האב זיך אנגעקויפט, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט צו וועלעכע קאנטרי ביסט געגגאנגען פאריאר, כהאב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געשטערט ווי פרי האט זיך ארויס געפאקט פון כולל, כ'האב עפעס געזאגט?
ס'האט מיך געזטערט האסט נאך קיינמאל נישט געזאגט א דבר תורה ביי די שבתדיגע סעודה, כ'האב עפעס געזאגט?
ויהי היום האסט זיך אריין געדרייט אין דיין טאטנ'ס ביזנעס (גרויסע קונץ) ביסט רייך געווארן. (חידוש האסט מיר קיינמאל נישט אונטער געווארפן אפאר פיאסטער, אבער שוין)
כ' בין נייטיג אין געלט, גלייב מיך מיין איידים איז נישט געווען די ערשטע אפטציע, די שוויגער האט געזאגט ביסט א גוטע איך כ'זאל פראבירען,
כ'בין געווען זיכער שרייבסט מיך א טשעק אויפן פלאץ.
שעמסט זיך נישט? שטופסט מיך אפ? אין נאכדעים פראקסטו מיך דא ארויף ברבים?
וואס האב איך שוין געבעטן? צען אלפים פאר א האלבע יאר, ביסט קרח רייך, מ'קען מיינען כ'דארף די געלט פאר לוקסעס
יו נאו וואט? האלט דיך די געלט, כ'וועל טרעפן א צווייטע גוטע איד
טייערער שווער לעבן,
במחילת כבודך הרמה. קיין איינע פון דיינע "פראבלעמען" זענען בכלל נישט דיינע געשעפטן, כ'האב קיינמאל מיטן שווער זז"ג נישט געשריבן קאנטראקט אויף קיין איינס פון די אישוס און איך האלט נישט ביים אפגעבן דין וחשבון אויף מיינע פריוואטע הנגהות פאר קיין שום בשר ודם, און מיט דעם האט זיך געענדיגט אלע שמועסן און רמזים בענינים הנ"ל והמסתעף על העבר ועל מה שעתיד לבוא.
צווייטענס, א גרויסע יישר כח פארן דיין געראטענעם טאכטער, זי איז באמת אן אשת חיל און אן אשה כשרה ומשכלת, א פלעשור מיט איר יעדע מינוט, איי ריעלי אפרישיעט איט.
(אגב, למען הדיוק, דער שווער זז"ג האט מיר נישט "געשאנקען" א טאכטער, ווען איך מיט זי האבן חתונה געהאט איז זי שוין געווען א בוגרת ברשות עצמה הן מדיני תורה והן מדיני דמלכותא. אבער נאך אלץ, יישר כח -אין איר נאמען- פארן העלפן איר זיך צורישן צו איר חתונה. תודה מעומק הלב)
יעצט וועגן דיין היידזשעקן מיר וועגן געלט, לאז מיר זיין קלאר און אפן. איך האב טאקע אפאר דאלער, איך לעב ברייטער ווי אסאך פון מיינע חברים, אזוי איז מיין מזל מיר באשערט. האט עס אבער אויך לימיטס וויפיל איך קען ספענדן אויף וואס וואו און ווען. אויף "אוועקצוגעבן" שלא על מנת להחזיר איז מיין לימיט כעת פינף טויזענט דאלער, דאס קען איך און אויף מער איז נישט דא וואס צו טענה'ן. אויף צו בארגן מיט די פלאן צוריקצובאקומען לאחר זמן קצוב האב איך כמובן אנדערע חשבונות, ס'איז אבער בכלל נישט נוגע צו אונזער שמועס ווי ליבי ולבך יודעים ואכמל"ה וד"ל.
אגב אז מ'רעדט שוין יא, וואס איז אמאל געווארן מיט מיין און מיין ווייב'ס חתונה געלט וואס דו האסט ביי איר גענומען צו "אינוועסטירן" פאר גוטע רווחים, דו קלערסט אז איך קען עס שוין ארויסנעמען..
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:11 am
דורך נולד מאוחר
ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט וואלט דיר דיין שווער געבארגט דאס געלט? אויב יא דארפסטו עם אויך בארגן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 12:15 am
דורך [NAMELESS]
איך האב ביי אן ענדליכן פאל געזאגט פאר דעם נאנטע קרוב אז איך קען נישט יעצט בארגען , אבער איך וועל דיר שאפן א הלואה פון א צווייטען. איך האב געגעבן די געלט פאר מיין חבר , און דער נאנטע קרוב האט עס קלאמפערשט געבארגט פון אים. אזוי ווען ס'איז געקימען זמן צו באצאלן האט מיין חבר אהן קיין בושה אנגעריפן מיין קרוב און פארלאנגט די געלט. און בעליוו איט אר נאט, די געלט איז צוריקגעקימען געזונטערהייט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 1:25 am
דורך אדמו״ר
ענדליך רעדט שוין איינער צי דער זאך, דאס הייסט א קלוגער יוד!
עס איז בכלל נישט קיין קונץ צי קענען ״ווייזן״ פארן שווער אז ״איך האב נישט מורא פאר דיר״!
די קינץ איז, זיך אן עצה צי געבן בדרך כבוד אויף א קליגער וועג.
און אט דאס איז א ביישפיל.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 6:47 am
דורך כוכב
רבינו העצים עיניו ואמר בפה מלא בקול רם כשפניו בוערות כאש לבנה:
מיט משפחה עסט מען קוגל
וכל העם געו מבכי מרוב פחד.
תיכף ומיד נתבשר שנמלטה זכר, ומעזרת נשים הכריזו מזל טוב מזל טוב נאר אויף שמחות.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:45 am
דורך איך אויך
ויש להעמיס סוד זה בפסוק הוא הלחם אשר הוא אוכל ,והבן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:52 pm
דורך העלא
איך וואלט געווען זייער האנעסט,
און געזאגט אזוי:
די שווער איז מיר די ערשטע מענטש פאר וועם איך וואלט פארבארגט מיין געלט, מעגליך אפילו נאך פאר מיין טאטע, אבער אזויווי "חייב אדם בכבוד חמיו" גיי איך נישט האבן אין מיר די קוראזש אפצובעטן,
במילא האב איך מורא אז אפשר גייט די געלט נישט צוריק געקומען, איז מיר זייער נישט באקוועם צו בארגן, איך גיי זיין זייער אומרואיג, עס איז מיר סאך גרינגער נישט צו פארבארגן,
אויב ווילסטו גיין לפנים משורת הדין, זאג אים אז דו גייסט אים שאפן הלואה פון א צווייטן, אזויווי איינער האט געזאגט דא,
באמת איז דאס געוואנדן, אין דיין רילעשאן שיפ מיט אים
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:56 am
דורך ארבעס
ווען מיין שווער האט חתונה געמאכט האב איך געגעבן 5 אלפים מתן בסתר.
איך האב נישט געקלערט פאר א רגע אז איך קען דא זיין א מלוה.
אויב די פיהלסט אז די האסט איבריג געלט אין ביזט גרייט נישט צירוק זעהן דעמאלסט בארג.
א גיטע עצה. פארלאנג א טשעק יעצט post dated. אזוי דארפסט עם נישט תובע זיין.
פין צווייטען זייט פילט ער אז ער האט באצאהלט פאר דייו ווייב אלף אלפים מיז ער נישט צירוק צאלען. אין אפשר וועט ער נאך זיין גערעכט אין דין תורה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:12 pm
דורך ראש הישיבה
גלייך נאך מיין חתונה האט מיין שווער געבעטן מיין ווייב אן הלוואה. מיין ווייב האט נישט געוואלט. האב איך איר געפרעגט (נישט קענענדיג מיין שווער זז"ג) פארוואס זי וויל נישט בארגען? איך האב געטענהט די ערשטע וועם מען דארף העלפן איז א טאטע. האט זי געזאגט אז זי האלט אויך אזוי, אבער זי ווייסט נישט פארוואס זי קווענקלט (זי האט זיך געשעמט צו זאגן די אמת). מיין שווער דרייט מיט געלט פון רעכיל צו מעכיל, זעצט אהן מענטשן אין גרויסן.
למעשה מיין ווייב האט אים געבארגט (ווייל זי האט זיך געשעמט פון מיר).
די געלט איז נאך נישט צוריק געקומען.
איך האב שוין נאכדעם כמה פעמים געבארגט על פי רוב יא צוריק באקומען.
איך האב שוין געצאלט ערבות 2100 און נישט צוריק באקומען.
איך וואלט אים געשאפן נאך געלט און געבארגט נאך ווען איך קען.
איך האב אים געשאפן ביי יעדער קינד 10-15 טויזנט דאלער.
אבער פאר מען בארגט אדער מען שרייבט ערבות, מוז מען זיין גרייט צו דערלייגן דער געלט. אז דו ביסט נישט גרייט צו דערלייגן דעמאלס בארג נישט. קענסט אראפרעכענען די געלט פון מעשר.
דיין שווער רופט דיך אריבער ווייל ער וויל מאכן א האלדאפ אויף דיר. אויב דו ביסט נישט זיכער אז ער גייט באצאלען, דעמאלס בארג נאר אויב דו קענסט עס בדיעבד געבן פאר אים.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 3:31 pm
דורך monseyer
אז איר פרעגט מן הסתם קענסטו דיין שווער אין די געלט קימט נישט צירוק
אבער אויב האט איר די געלט צי בארגען דעמאלטס בארג "it might take you a long way" the return will be with intrest
אויב האט דיין ווייב א גוטע רילעשינשהיף מיט אים!!!!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 6:39 pm
דורך Yossy
נולד מאוחר האט געשריבן:ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט וואלט דיר דיין שווער געבארגט דאס געלט? אויב יא דארפסטו עם אויך בארגן.
אין וואס טיט זיך אויב ווען דער שווער/טאטע האט געהאט גיטע צייטען האט ער דווקא געהאלפען פרעמדע? לדוגמא זיין רבי, אפיליעטעד קהילה אין ארץ ישראל, פארשטייט זיך ווייל נאך אלעם קענען די קינדער נישט אויפהענגען א פלאקאט,, אין ווען דער רעדל דרייט זיך איבער דערמאנט מען זיך אז מהאט משפחה דא? דארף מען אזא צייט נישט העלפען? אז ער האט מיך נישט געהאלפען דארף איך עם נישט העלפען?
גלייב מיר בנאמנות אז סדא אסאך אזעלעכע מעשיות אין כבין גארנישט מגזם ..
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:39 am
דורך חכם עתיק
הוגה האט געשריבן:פארוואס ווילסטו אים נישט בארגן? איך וואלט גערן געבארגט געלט פאר מיין שווער, אויב האב איך די יכולת. יעדע טאג זעה איך יונגערלייט גייען ארום שאפן געלט פאר די שווער וואס מאכט חתונה. אויב קענסטו גיין שנארערן פאר אים, פארוואס קענסטו אים נישט בארגן?
.
הוא הדבר אשר דברנו, בארג נאר אויב ביסט מסכים אין בעק אף יור מיינד, אז עס וועט אפשר גענדיגט ווערן בכי טוב אלץ א מתנה.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:56 pm
דורך נאך א פשט
Yossy האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט וואלט דיר דיין שווער געבארגט דאס געלט? אויב יא דארפסטו עם אויך בארגן.
אין וואס טיט זיך אויב ווען דער שווער/טאטע האט געהאט גיטע צייטען האט ער דווקא געהאלפען פרעמדע? לדוגמא זיין רבי, אפיליעטעד קהילה אין ארץ ישראל, פארשטייט זיך ווייל נאך אלעם קענען די קינדער נישט אויפהענגען א פלאקאט,, אין ווען דער רעדל דרייט זיך איבער דערמאנט מען זיך אז מהאט משפחה דא? דארף מען אזא צייט נישט העלפען? אז ער האט מיך נישט געהאלפען דארף איך עם נישט העלפען?
גלייב מיר בנאמנות אז סדא אסאך אזעלעכע מעשיות אין כבין גארנישט מגזם ..
דעמאלטס בארג אים די געלט און הענג אויף פלאקאטן
[center]
ברוך לוה ומשלםאפריון נמטיה להי צורבא דרבנן אשר עזר מתניו ליקח חלק בהוצאות אנשי ביתו ולוה סכום הגון מכבוד חתנו שליט"א והתחייב לשלם כדת וכדין בתום זמן הפרעון בלי שום טענות או אמתלה
יעזור השי"ת שירוויח מאוד בכל נכסיו ויעלה על שלחן העשירים ויכיר טובה וילוה לאחרים כיד ה' הטובה עליו וכו'
החותם בשם התורה ומקיימיה דיין געטרייע איידעם[/center]
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:06 pm
דורך ציבעלע-קיגל
ערשט זאל ער באצאלען וואס איך האב אויסגעלייגט און באצאלט פאר די גאנצע חתונה מיינע. נאך דעם קען מען רעדן