העלפן דעם מלך ארויסקריכן פונעם משל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

העלפן דעם מלך ארויסקריכן פונעם משל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

יעדער היינט קען דעם משל מיט יענעם מלך, וואס איז מיט הונדערטער און הונדערטער יארן צוריק איינגעשפאנט געווארן אין דער ארבעט פון נאענטער ברענגען צום שכל פונעם מענטש כל'ערליי באגריפן און השגות איבער ג-ט און ג-טליכקייט. יעדעס מאל מ'וויל אילוסטרירן עפעס וועגן אזא אדער אן אנדערן שייכות פונעם אויבערשטן מיט אונז מענטשן, קומט יענער מלך באלד אפיר.

כ'ווייס נישט ווער יענער קעניג איז, אויסער אז כ'האב אויף אים גרויס רחמנות. מען ווארפט זיך מיט אים, מען קנייטשט און בייגט אים, און מען דרייט אים דעם קאפ – וכל זה פאר קיין שום געהעריגן תכלית און תועלת. קיינער פארשטייט אים נישט, ווייל קיינער פון אונז האט נאך קיינמאל קיין קעניג נישט געזען. מיר קענען נישט קיין קעניגן און פארשטייען נישט זייערע מעשים און אופן וויאזוי זייערע אונטערטאנען ווערן דורך די קעניגן באהאנדלט.

עס האלט שוין היינט דארט, אז ווען דער בעל דרשן אדער בעל מחבר גרייט זיך ארויסצוציען דעם קעניג פון טאש, איז ער מקדים מיט א התנצלות הקדמה אז מיר ווייסן היינט טאקע נישט וואס דאס מיינט, צו שטיין און רעדן פאר א מלך, אבער... דער אבער בלייבט געווענליך הענגען אין דער לופטן א פאר'יתומ'טער. ווען דער רעדנער וואלט יא ממשיך געווען, וואלט דער אבער אויסגעפירט געווארן מיט עפעס ווי: אבער אמאל, ווען מען האט יא פארשטאנען וואס א מלך מיינט, וואלט מען אויך פארשטאנען דעם משל און נאכפאלגנדן נמשל...

מה שאין כן היינט, ווען איך פארשטיי נישט דעם משל? איז נישט. גלייב, אז אמאל האט מען יא פארשטאנען. פארלאז זיך אויף דעם פארשטאנד פון יענע, פאר וועמען דער צע'משל'טער קעניג האט יא עפעס ממחיש געווען.

אבער לאמיר לאזן דעם מלך במנוחה. דער פראבלעם מיט דעם אויסגעוואקסענעם משל איז נישט נאר דער חסרון הבנה וואס זיין נישט-נוגע'שאפט ברענגט, נאר אויך די השקפה וואס ליגט אונטער דעם. דורכ'ן אריינפירן אונזער שייכות מיט'ן אויבערשטן, בפרט אין די ימים נוראים, אונטער דער מלוכה פון אן אפגעשטארבענעם קעניג, האט א סך פונעם משמעות הדבר אויסגעוועפט.

ראש השנה און יום כיפור איז א צייט פאר באנייאונג. מיר זענען דעמאלט מחדש אונזער קשר מיט'ן באשעפער. דער אויבערשטער איז אין סוף, און ווען עס קומט צו מאכן א קשר האט דער אין-סוף קאנצעפט א חסרון וואס איז גלייכצייטיג אויך זיין מעלה. ס'איז אוממעגליך פאר א מוגבל איינצושטעלן א קאנטאקט מיט אן "עפעס" וואס איז אומענדליך. דער עפעס איז דאך ניטאמאל קיין עפעס בכלל. אלע נעמען און טיטלען וואס מיר טיילן אים צו, זענען קינסטליכע, אומרעאליסטישע בתי יד, וואס מיר האבן זיך באשאפן פאר'ן צוועק פון קענען איך שהוא קאמוניקירן מיט און רעדן וועגן עפעס וואס איז מחוץ די הגדרות און גבולים פון וואס מיר, און אפילו מלאכים און נשמות, קענען זיך נאר פארשטעלן.

אבער אזעלכע קינסטליכע, אומפונקטליכע ווערטער און קאנצעפטן מוזן מיר דאך האבן; אנדערש וואלטן מיר וועגן דעם אויבערשטן נישט געקענט רעדן. מוזן מיר אבער אייביג געדענקען, אז "אויבערשטער" און אלע אנדערע נעמען זענען פראוויזארישע, ניטאמאל-בערכ'דיגע דעפיניציעס פאר עפעס וואס איז אינדרויסן פון דעם מושג דעפיניציע בכלל. די אלע זאכן זענען מער וועגן אונז – אונזערע באמיאונגען צו האבן א שייכות מיט'ן אין סוף – ווי וועגן דער זאך מיט וועלכן מיר ווילן רעדן און זיך מדבק זיין גופא.

במילא, היות די ג-טליכע נעמען און טיטלען זענען פאטענטן וואס קומען דינען אונזערע באגרעניצטע השגות, מוזן זיי זיין אזעלכע וואס האבן שייכות מיט אונזער השגה. אמאל איז "מלך" געווען די העכסטע אויטאריטעט, וואס האט ארויסגערופן די גרעסטע מאס פחד און יראת הכבוד; האט עס געהאט א פשט צו באצייכענען די מענטשליך-ג-טליכע באציאונגען אויף א קעניגליכן אופן. דאס איז געווען דאס ווייטסטע וואס אונזער השגה האט געקענט דערגרייכן; איז עס פאר אונז געווען דאס נאענסטע וואס אונזערע השגה האט געקענט קומען צום אין סוף. היינט ווייסט קיינער נישט וואס דאס מיינט. אנשטאט ארויסרופן געפילן, דערמאנט מלך מער אין עפעס וואס איז טויט, אפגעלעבט, אפגענוצט, אפגעדינט, און זיין פלאץ אינעם מענטשליכן וועזן איז דער געשמאק צו אלטפרענקישער היסטאריע.

ס'איז בכלל היינט כמעט נישט פאראן קיין פאסיגן משל צו באצייכענען א באציאונג פון פחד און ענדגילטיגן יראת הכבוד, ווייל כמעט וואס אזא באגריף עקזיסטירט מער נישט. וויבאלד אזא קשר איז אינדרויסן פון אונזערע השגות, האט די גאנצע זאך נישט קיין שום פשט. כלפי "אין סוף" איז א קעניג און מלכות מיט גארנישט נאענטער ווי א גאסן-יונג און קוימען-קערער. אונזער שייכות, אזוי צו זאגן, מיט'ן אויבערשטן מוז זיין אזוינס וואס מיר קענען האבן, וואס אונזער הארץ באנעמט און וואס אונזער מוח קען פארשטיין. אנדערש וועלן מיר בלייבן מנותק, אליין, איינזאם, אפגעהאקט.

ס'איז צייט אראפצורייסן פונעם אדון הכל די קעניגליכע מלבושים, ווייל דער עולם דערקענט אים נישט דורך זיי. די לבושים דארפן זיין אזעלכע, וואס די היינטיגע קינדער זיינע קענען. מלכות זאלן מיר לאזן צו די גרויסע רבי'שע הויפן, וואס שטעלן היינט פאר יענעם מהלך המחשבה וועלכן דער בעל שם טוב איז געקומען אויפשאקלען און מתקן זיין...
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר