בלאט 1 פון 2

ענגליש המודיע ווערט פיצי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:52 pm
דורך בשבילי!
דער המודיע האט זיך געטוישט סייז, כמעט ווי א מאגאזין פארמאט ארומגענומען מיט א פלאסטיק.

rps20140910_165048_221.jpg
rps20140910_165048_221.jpg (46.42 KiB) געזען געווארן 6202 מאל

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 4:59 pm
דורך אפטעמיסט
וואס איז פשט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:02 pm
דורך בשבילי!
דיין בילד איז כאטש בעסער. וואס ליגט טאקע דערונטער, וואו וועט אלעס אריינגיין אין אזא קליינעם סייז? ס'קוקט נישט אויס דיקער.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:06 pm
דורך אפטעמיסט
רוב צייטונגען אין מדינת ישראל קומען מיט סטעיפלס. כ'האב טאקע קיינמאל פארשטאנען פארוואס מען טוט נישט אזוי אין אמעריקא.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:06 pm
דורך מ גפני
מעגליך זיי האבן געטוישט פרינטער אזוי ווי די בלאט וואס איז אויך געווארן נידריגער (תרתי משמע..) און מיט סטעפלס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:12 pm
דורך ישראל קאפקע
אבטולמוס האט געשריבן:פונקט האב איך געוואלט שרייבן וועגן דעם.

, Wow, what a coincidence I too got the mini Hamodia today!! :P

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:18 pm
דורך כוכב
וואס איז פשט?
העמיר זעען וואס דער איד וועט טון יעצט, זיי האבן דאך פרובירט נאכצומאכן די המודיע, יעצט האט די המודיע נאכגעמאכט דער בלאט...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:25 pm
דורך בשבילי!
ס'נישט נאכגעמאכט דעם בלאט. די בלאט קוקט אויס ווי א מידזשעט, די ברייט איז נישט פראפאציאנאל מיט די הויעך.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:33 pm
דורך בשבילי!
אין די מינטיים, המודיע'ס הויפט קאנקורענט דער יתד נאמן גייט אן ווי אלט פארצייטיש. ער האלט נאך פארן מאכן אפטיילונגען, א זאך וואס אלע צייטונגען טוען שוין לאנג. ביי אים איז אלעס אין איין גראבע דיקן טשולענט טאפ.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 5:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
רותי ליכטנשטיין, די עדיטאר און בעה"ב פון המודיע האט אינטערגענומען א קאמפיין איבערצומאכן די גאנצע קאמפאני. זיי האבן לעצטענס געשלאסן מקח אויף א נייע HQ בילדינג, איבערגעמאכט די וועבסייט, און אביסל געטוישט בינה מאגאזין. יעצט איז די רייע אויף די צייטונג.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 9:43 pm
דורך אויסגערוט
אפשר אלס מאגאזין וועלן זיי פאוקוסן אויף איין דירעקשן. זייט זיי האבן אנגעהויבן מאכן אפאר סעקשנס איז עס געווארן שרעקליך בארינג

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 11:23 pm
דורך כוכב
אין מיינע אויגן איז עס א פורים און פון א שטאט-מאן צייטונג האט עס געקריגן דעם פארמאט פון דער וויקלי לינק.
אויסער דעם סלאגאן '' see the world differently איז גארנישט אימפערסיוו און סך הכל געשניטן די קאסטן פון דרוק.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:10 am
דורך קאווע טרינקער
א גוטע שריט. ס'איז קלאסיש.
ס'איז אביסל נעריש פון זיי אז וואכן פארדעם זענען געווען אסאך עד'ס אז סעפטעמבער 10 גייט קומען עפעס מורא'דיג... כאילו מ'האט געטראפן די אפר פרה אדומה..

אגב, זיי הערן נישט אויף צו טוישען, פאר א שטיק צייט צוריק איז יעדע ארטיקל געווען א באזונדערע ביילאגע.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:39 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
מיין רעבעצין זאגט מיך יעצט אז אונז האבן באקומען היינט אויפן פאוסט די המודיע, פריי פון אפצאל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:46 pm
דורך בשבילי!
דיין לינק פירט נישט צו צום FAQ .

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:27 pm
דורך ונבנתה העיר
איך ווייס נישט אויב עס איז בכוונה, אבער זייט דער ענין מאגאזין האט באקומען איהר נייע צורה (וואס געפעלט מיר אינגאנצן נישט) זעהט אויס ווי זי זוכט זיך מער אהערצושטעלן פאר פרויען ליינער, די יעצטיגע אויסגאבע האט בערך 5 ארטיקלן געשריבן דורך מענער, קעגן בערך 16 געשריבן דורך פרויען.

אז מען רעדט שוין, מרדכי שמוטער'ס וועכענטליכע הומאר ארטיקלן דארפן ארויסגעהויבן ווערן לשבח, לאו בכל יומא מתרחיש.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
אויסגערוט האט געשריבן:אפשר אלס מאגאזין וועלן זיי פאוקוסן אויף איין דירעקשן. זייט זיי האבן אנגעהויבן מאכן אפאר סעקשנס איז עס געווארן שרעקליך בארינג

איך האב נאך א טענה צו המודיע: אין זייער "ענין" מאגאזין ברענגען זיי אמאל צוציענדע העדליינס איבער א געוויסע טאפיק וואס זיי גייען באשרייבן. אבער למעשה געבן זיי זיער ווייניג קראנטע אינפארמאציע. חוץ וואס דער שרייבער צו פייערט זיך אמאל און דרוקט זיך אויס מיט מערערע לשונות איבער אן ענין.
למשל. זיי האבן דעם פארגאנגענעם זומער געברענגט אן ארטיקל איבער די אנטיסעמיטיזם פון גענעראל דזשארדזש פעטאן. איך האב געמיינט אז איך וועל אויסגעפונען נייע פאקטן אדער אינטרעסאנטע עפיזאדן. למעשה איז דער ארטיקל געוועין זייער שוואך באשריבן. מיט זייער ווייניג אינפארמאציע און פאקטן. איך וואלט געקענט צו לייגן לכה"פ נאך 50% פון פאקטן און אינטרעסאנטע עפיזאדן וואס איך האב געליינט פון אנדערע מקורות. א טייל פון זייערע שרייבער טוען נישט גענוג "ריסוירטש" איבער א סובדזשעקט, פאר זיי שרייבן אן ארטיקל...כנלענ"ד...!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס איז בכוונה, אבער זייט דער ענין מאגאזין האט באקומען איהר נייע צורה (וואס געפעלט מיר אינגאנצן נישט) זעהט אויס ווי זי זוכט זיך מער אהערצושטעלן פאר פרויען ליינער, די יעצטיגע אויסגאבע האט בערך 5 ארטיקלן געשריבן דורך מענער, קעגן בערך 16 געשריבן דורך פרויען.

אז מען רעדט שוין, מרדכי שמוטער'ס וועכענטליכע הומאר ארטיקלן דארפן ארויסגעהויבן ווערן לשבח, לאו בכל יומא מתרחיש.

ר' ונבנתה: ייש"כ. אבער איך האב שוין כמה פעמים געטרייט צו ליינען די ארטיקלען פון מרדכי שמוטטער. איך זעה אבער נישט די הומאר...כ'ווייס נישט. אפשר איז דער פעלער אין מיר? אבער בדרך כלל כאפ איך יא א דזשאוק. אדער א הומאריסטישן ארטיקל. אבער דא פעילט עפעס...!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
מענין לענין: די הומאר ארטיקלען פון ארנאלד פיין ע"ה, אין דזשואיש פרעסס זענען יא געוועין געשמאק צו ליינען. כאטש דער רוב קנין ורוב בנין פוןנ'ם צייטונג/מעגעזין איז געוועין סימפליסטיק און כמעט נאריש...!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 11:16 pm
דורך ונבנתה העיר
בערל, עס האט מיר גראדע גענומען א צייט צו קומען צום טעם, ער האט אן אייגנארטיגע מהלך [מסתמא האט עס אן אפיציעלע נאמען], ער שטעלט זיך נישט אוועק זאגן 'דזשאוקס', ער שרייבט כאילו אראפ וואס ס'לויפט איהם דורך בשעת'ן קלאצן, ער קען רעדן און רעדן און גארנישט זאגן, אויך באנוצט ער זיך כסדר מיט פאנס - פון דיינע פעיוואריטס.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 11:43 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:בערל, עס האט מיר גראדע גענומען א צייט צו קומען צום טעם, ער האט אן אייגנארטיגע מהלך [מסתמא האט עס אן אפיציעלע נאמען], ער שטעלט זיך נישט אוועק זאגן 'דזשאוקס', ער שרייבט כאילו אראפ וואס ס'לויפט איהם דורך בשעת'ן קלאצן, ער קען רעדן און רעדן און גארנישט זאגן, אויך באנוצט ער זיך כסדר מיט פאנס - פון דיינע פעיוואריטס.

דעם חלק ביניך מודה. איך האב טאקע א הנאה פון דעם. אבער דאך. איך מיין אז טאקע דער המודיע (אדער אן אנדער צייטשריפט) האט געהאט א קאלום א יעדע וואך פון א פרוי מיט'ן נאמען "קיילא קאכלעפל". זי האט געברענגט פאני סיטואציעס און מצבים וועלכע האבן מיר אלעמאל געמאכט לאכן. אפילו די מעשיות פון ר' נחמן סעלצער קענען צו מאל מאכן איינעם לאכן. אבער אולי יש תקוה. אפשר וועל איך נאך אמאל כאפן דעם טעם פון זיין הומאר...!

Re: ענגליש המודיע ווערט פיצי

נשלח: זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:19 pm
דורך ונבנתה העיר
אין דער בלאט די וואך שטייט גראדע ענליכע דיבורים, אבער נישט אז מיר זענען 'קרובים'.בילד

נשלח: מוצ"ש מערץ 24, 2018 10:44 pm
דורך ונבנתה העיר
מו"ר ר' שמוטער שיחי' איז די וואך אריינגעפאלען מיט א נוצרישען קעפל - Dust to dust.