בלאט 1 פון 1

סעפטעמבער 11 2001 פראנט פעיזשעס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:39 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:41 am
דורך לאליפאפ
מערקט ווער עס ריפארט פאר מעריב אין ניו יארק... אונזער באליבטן שר האוצר

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:41 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:19 am
דורך כוכב
מערקווירדיג ווי די קעפל פונעם טיימס אנטהאלט די מערסטע אינפארמאציע.
דוק וטישטעך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:25 am
דורך [NAMELESS]
א בעסערע פיקטשער פון די טיימס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:33 am
דורך [NAMELESS]
/

מער ווי צען טויזנט טויטע? (מעריב, אידיאט)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 10:47 am
דורך ישראל קאפקע
פארוואס איז די איזראעלי פרעסע געווען אויסן צו איבערטרייבן די טראגעדיע,
אפשר סתם נאכלעסיגקייט?

(אגב סעפטעמבער 12 2001, נישט 11)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:42 am
דורך חד גדיא
נאך אינטערעסאנטע פראנט זייטן פון איבער די וועלט

טיימס אוו לאנדאן
UK_TT.jpg


צייטונג אין לבנון
ARA_AH.jpg


צייטונג אין יאפאן
TK.JPG


סאוט קאריא
SKOR_DID.jpg

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:45 am
דורך חד גדיא
עסטרייך
AUT_DP.jpg


בראזיל
BRA_OE.jpg


פראנקרייך
FRA_LIB.jpg


דייטשלאנד
GER_DW.jpg

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:45 am
דורך בשבילי!
מ'קען נישט טרעפן אויפן וועב פון די היימישע צייטונגען

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:04 am
דורך קליגער אינגערמאן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:21 am
דורך טעפל
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:http://www1.newseum.org/todaysfrontpages/default_archive.asp?fpArchive=091201

נישטא דא דער בלאט? דער איד? דער גוי?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:00 am
דורך BAL TSHIVA
לאליפאפ האט געשריבן:מערקט ווער עס ריפארט פאר מעריב אין ניו יארק... אונזער באליבטן שר האוצר

He's writing a article not reporting

Re: סעפטעמבער 11 2001 פראנט פעיזשעס

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 11, 2015 12:45 am
דורך [NAMELESS]
באמפ

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:38 am
דורך ונבנתה העיר
.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:09 am
דורך קאמענטירער
ישראל קאפקע האט געשריבן:פארוואס איז די איזראעלי פרעסע געווען אויסן צו איבערטרייבן די טראגעדיע,
אפשר סתם נאכלעסיגקייט?

(אגב סעפטעמבער 12 2001, נישט 11)

פשטות האבן זיין געוואלט עס אויסנוצען אז טעראר איז אן אלטוועלטליכע פראבלעם און נישט נאר זיי ליידען דערפון אז אמעריקע וועט ווערן שרענגער און זיך ציען מער צו רעכטס וועט מדנ''י נאר פארדינען..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:41 pm
דורך חמלה גדולה
.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:42 pm
דורך מיש-נייעס
אינטערסאנטע אויפפאסונג איבער די סעפטעמבער 11 בילדער.

געשריבן דורך יוסף הירש, צו אידישער ווינקל.

שטייענדיג היינט ביים 16-טן יארטאג פון די אומפארגעסליכע אטאקע אויף די צווילינג געביידעס אין מאנהעטן, האט א דזשורנאליסט פארשפרייט א בילד פון די ניו יארק טיימס פון יענע צופרי, צו צייגן די רואיגקייט וואס האט געהערשט אויף די וועלט, אן קיין מינדענסטע השגה וואס עס קומט.

אויפן דעקל ברענגט דער טיימס דעקונג איבער די פארמעסט פאר מעיאר פאזיציע (וואס די וואלן האבן שוין געדארפט פארקומען, נאר זענען געווארן אפגעשטופט צו דינסטאג, סעפטעמבער 11) מען זעט ווי עטליכע קאנדידאטן קאמפיינען פארן מעיאר פאזיציע, און דער גרעסטער בילד איז ווי דער קאנדידאט פערנאנדא פערער באזוכט ביים סאטמארער רבי'ן דער ברך משה זצ"ל.

זעט מען ווי ביים באזוך איז אנוועזנד רבי משה דוד נידערמאן פון יו-דזשעי-או ארגענעזאציע, און עמיצער מורמלט אים אריין עפעס אין די אויער (מן הסתם אז מען דארף אנפולן איינעמס גלעזל וכדו'...)

עטליכע שעה שפעטער איז פארגעקומען די אטאקע און שאקירט די וועלט.

פרעזידענט בוש איז דאן געווען אין א שולע צימער און געוואויר געווארן איבער די נייעס דורך א געהילף וואס האט אים אריינגעמורמלט אין די אויער.

די בילד איז געווארן איינגעקריצט אלס איינע פון די שטארקע הויעכפונקטן פון די נייעס, נעמליך דער פרעזידענט האט געדארפט רעאגירן צו די נייעס, און עס איז געווען אינטערסאנט וויאזוי ער איז עס געוואויר געווארן.

זעענדיג די "טיימס" בילד פון סעפטעמבער 11 יענע צופרי, ווי עמיצער מורמלט אריין אין די אויער פון רבי משה דוד עפעס, האט מיר גראד געצויגן שטריכן צו עטליכע שעות דערנאך, ווען אזא ענליכע בילד איז געווארן גאר פאפולער און פובליצירט, נעמליך דער פרעזידענט'ס בילד.

מ'קען זאגן אז אין סאטמאר האט מען געהאט ווייטע בליקן... מערקווערדיג איז דאס זיכער.

זאל השי"ת האלטן זיין רעכטע האנט און פארמיידן אטאקעס.

מיר וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:43 pm
דורך מיש-נייעס
וואלן א טאג בעפאר 9/11

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:44 pm
דורך מיש-נייעס
מען רוימט אריין אין אויער ביים ברך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 4:44 pm
דורך מיש-נייעס
מען רוימט אריין אין אויער ביי בוש'ן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 8:59 am
דורך חד גדיא
היינט איז די צוואנציגסטע (אידישע) יארצייט. ווער קען גלייבן אזויפיל צייט איז שוין אדורך.