בלאט 1 פון 4

האב איך געהאט א פלאפ ווען...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:04 am
דורך יעדער לאכט
ווען די געניץ/האפטשו איז נישט געלונגען כל צרכו.

ווען איך בין אנגעקומען צו מיין חבר'ס וואכנאכט 12 באנאכט א נאכט פאר די וואכנאכט.

ווען איך האב אנגעהויבן שמועסן מיט א מענטש אינמיטן באמערק איך אז ס'נישט דער וועם כ'האב געמיינט אז ס'איז.

ווען איך האב בטעות געשיקט א פעמעלי בילד -וואס וואלט געדארפט גיין צו מיין ברידער- צו א גרופ פון 50 מעמבערס.

ווען איך בין אנגעקומען חוה"מ אין ביהמ"ד מיט די טלית ותפילין.

ווען איך האב געהאלטן אינמיטן רעדן מיטן ווייב זאכן וואס קיינער ברויך נישט מיטהאלטן, אינמיטן כאפ איך מיך אז מיין חבר איז נאך אויף די ליין און האלט אלעס מיט.

ווען די דיין האט מיר גע'פסקנ'ט די שאלה אביסל צו הויעך.


רבותי לאזט מיך נישט אליין ווי א נאר אויפן מארק, טיילט מיט אייערע פלאפס אויך. איך וועל אי"ה אויך ממשיך זיין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 12:35 pm
דורך ציבעלע-קיגל
איך בין אנגעקומען צו א חתונה צוזאמען מיט די גאנצע משפחה אין מאנסי נאכ'ן אפזיצ'ן אין טרעפיק... א נאכט "נאך" די חתונה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:52 pm
דורך פלעין יודיש
ווען צימארגנס נאכן חתונה האב איך געדאווענט שחרית מיטן היט אויפן קאפ

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:35 pm
דורך יעדער לאכט
ווען איך האב אנגעהויבן ויצב ונכון ביי מעריב מיט א אויסטערלישן התלהבות.

ווען איך האב ארויפגעצויגן מיט די ניגון ווען יעדער איז אראפ געגאנגען צו די שטילע פאל.

ווען ביי מוסף ר"ח האב איך מיך צושריגן "נקדישך" אנשטאט כתר.

ווען די לעצטע רגע פארן זמן מעריב האביך געכאפט א מנין און נאך שמו"ע ווער איך געוואר אז דער מנין האט געדאווענט מעריב.

ווען איך האב געמאכט קידוש סיכות און מיט גרויס התרגשות געמאכט דעם לישב און... די שלאק איז געווען פארמאכט.

ווען איך קלאפ אויס ביי מעריב "יעלה ויבוא" און איינער ווייזט מיר אז הערשט מארגן נאכט איז ר"ח.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 2:38 pm
דורך berlbalaguleh
יעדער לאכט: ייש"כ. נאר אויב איינער קומט חוה"מ אינדערפריה אין ביהמ"ד מיט זיין טלית ותפילין, דארף ער זיך גיין אויסטשעקן צו ער האט נישט, ח"ו "אלצהיימער'ס".
מעשה שהיה. א מעשה וואס איז נישט געשעען. איך בין אמאל געגאנגען אויפ'ון גאס, פאר חנוכה, ווען כ'האב געזעען א איד גייט מיט אן אתרוג און לולב, אזוי ווי מ'גייט יו"ט. ביניך צוגעגאנגען עים פרעיגן .."ווי האלט מען ביי ענק אין ביהמ"ד? פרעיגט ער מיך צוריק..."וואו האלט מען ביי ענק???... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 5:06 pm
דורך יעדער לאכט
ווען איך בין אנגעקומען כל נדרי ביינאכט מיט מיין שבועות מחזור.

ווען איך האב מיך האסטיג געקלאפט סלח לנו שבת ביי מנחה.

ווען איך האב געענטפערט הויעך אמן מיינענדיג אז דער בעל תפילה האט שוין געענדיגט די ברכה ביי הויעך שמו"ע.

ווען איך האב אריינגעשריגן ברוך הוא וברוך שמו ביי די ברכה פון לשמוע קול שופר.

ווען איך בין ארויף אויפן באלעמער עולה צו זיין און כ'ווער געוואר אז נישט מיך האט מען אויסגערופן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:04 pm
דורך טעפל
ווען מ'גיט א האסטיגען היייב אויף די ספר תורה צו מאכען הגבה און מ'ווערט געוואר אז ס'איז שלישי יעצט..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 6:25 pm
דורך אויליגער
אלס חתן ווען מיין מחותן האט מיר געזען רייכערען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:55 am
דורך יעדער לאכט
ווען כ'האב אויסגעשריגן נאכן מנין "ברכו את ה' המבורך" און ס'איז געווען א מנין מנחה.

ווען כ'האב געשיקט פאר מיין טאטע די ראמענטיק מעסעדזש וואס האט געדארפט גיין צו מיין ווייב.

ווען כ'האב געענדיגט צוזאמלייגן מיין של יד תפילין און מיין של ראש ליגט מיר נאך אויפן קאפ.

ווען כ'האב געלייגט תפילין ברוב פאר והדר תשעה באב צופרי.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:39 am
דורך דריידל
יעדער לאכט האט געשריבן:.

ווען איך האב אריינגעשריגן ברוך הוא וברוך שמו ביי די ברכה פון לשמוע קול שופר.



אויף דעם איז דא א תשובה אין מהר"ם שיק אז בבית מדרשו פון די חתם סופר האט מען זיך אזוי געפירט ולא מיחא. ער שרייבט דארט אז ס'איז טאקע נישט קיין לכתחילה אבער קיין פראבלעם איז עס אויך נישט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:41 am
דורך דריידל
איך האב אריינגעארבעט דריי שעה אויף אן עקסעל שיעט און כ'האב עס פארמאכט אן סעיווען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:58 am
דורך יעדער לאכט
דריידל האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:.

ווען איך האב אריינגעשריגן ברוך הוא וברוך שמו ביי די ברכה פון לשמוע קול שופר.



אויף דעם איז דא א תשובה אין מהר"ם שיק אז בבית מדרשו פון די חתם סופר האט מען זיך אזוי געפירט ולא מיחא. ער שרייבט דארט אז ס'איז טאקע נישט קיין לכתחילה אבער קיין פראבלעם איז עס אויך נישט.

אבער אין א ביהמ"ד ווי קיינער ענטפערט נישט און איינער שרייט עס מיט התלהבות איז עס פלאפ!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:49 pm
דורך דריידל
יעדער לאכט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:.

ווען איך האב אריינגעשריגן ברוך הוא וברוך שמו ביי די ברכה פון לשמוע קול שופר.



אויף דעם איז דא א תשובה אין מהר"ם שיק אז בבית מדרשו פון די חתם סופר האט מען זיך אזוי געפירט ולא מיחא. ער שרייבט דארט אז ס'איז טאקע נישט קיין לכתחילה אבער קיין פראבלעם איז עס אויך נישט.

אבער אין א ביהמ"ד ווי קיינער ענטפערט נישט און איינער שרייט עס מיט התלהבות איז עס פאלפ!


גערעכט. איך האב נאר געוואלט קלארשטעלן די הלכה.

אגב, ווען מ'שרייבט "פאלפ" אנשטאטס "פלאפ", איז אויך א פלאפ...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:08 pm
דורך יעדער לאכט
דריידל האט געשריבן:
אגב, ווען מ'שרייבט "פאלפ" אנשטאטס "פלאפ", איז אויך א פלאפ...

פארראכטן. שקויעך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:40 pm
דורך דריידל
האסט געטון א נערישקייט מיט'ן פארעכטן. וואלסט עס געקענט צולייגן צו דיין ליסטע פון פלאפס. נאך א מזל איך האב צוטירט דיין תגובה פאר'ן פארעכטן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 2:43 pm
דורך שמעקעדיג
נו יעצט איז דער פלאפ אז ער האט עס פארראכטן נאכן ציטירן, סיי וויאזוי בלייבט עס א פלאפ....

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 3:32 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:איך האב אריינגעארבעט דריי שעה אויף אן עקסעל שיעט און כ'האב עס פארמאכט אן סעיווען.

פרעיגט תוספות א קשיא: און ס'האט דיך נישט דערמאנט אויב דו ווילסט עס סעיוון? ענטפערט תוספות. אז ס'מסתמא געוועין גאר אן אלטער פראגראם, ישן נושן. ועוד יש לתרץ. אז דו ביסט געוועין אזוי שטארק מיעד אז דו האסט נישט באמערקט דעם פראמפט!. ועוד י"ל. אז מ'פרעיגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 8:36 pm
דורך דריידל
כ'האב מיך געהאלטן פאר צו א גרויסע חכם מיינענדיג אז איך קען רעדן אויפ'ן טעלעפאן, ליינען א טעקסט און ארבעטן אויפ'ן קאמפיוטער אין די זעלבע צייט. מה עשה הקב"ה? ער האט מיר געוויזן פינקטליך ווער איך בין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:38 pm
דורך ונבנתה העיר
ויצא העגל הזה?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 9:05 pm
דורך ציבעלע-קיגל
צופרי נעם איך מיין טלית און לייג עס אופ'ן אקסעל און פאנג אן צוזאגען ברכי נפשי. און נאך פאר איך טוה אן דעם טלית נעם איך ארויס די תפילין און נאכ'ן אנטוהן באמערק איך ווי דער עולם קאטשעט זיך פאר געלעכטער... וויל מיין טלית ליגט נאך אויף מיין אקסעל...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 24, 2014 12:22 pm
דורך מ גפני
יעדער לאכט האט געשריבן:ווען איך בין אנגעקומען {אין שול} כל נדרי ביינאכט מיט ---

--- א דאכענע ציך אנשטאט דעם קיטל און איך צי ארויף דעם ליילעך אויף מיינע אויגעהויבענע ארעמעס און אין יוצא ואין בא... נישט ארויף אין נישט אראפ, און דאן הייבן מיינע שכינים אן זיך צו שושקענען אז א בר מינן איז אראפגעקומען פון אויבן ... און דאס גאנצע ביהמ"ד איז ארויסגעלאפן....

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 4:03 pm
דורך berlbalaguleh
מ גפני האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:ווען איך בין אנגעקומען {אין שול} כל נדרי ביינאכט מיט ---

--- א דאכענע ציך אנשטאט דעם קיטל און איך צי ארויף דעם ליילעך אויף מיינע אויגעהויבענע ארעמעס און אין יוצא ואין בא... נישט ארויף אין נישט אראפ, און דאן הייבן מיינע שכינים אן זיך צו שושקענען אז א בר מינן איז אראפגעקומען פון אויבן ... און דאס גאנצע ביהמ"ד איז ארויסגעלאפן....

און נאכדעים האסטו דיך אויפגעוועקט... :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 4:06 pm
דורך אויליגער
ווען כהאב ארויסגעשיקט א זאפטיגע לשון הרע אויף א וואטס עפפ גרופ נאכדעם זעה איך א כהאב עס געשיקט פאר א אנדערע גרופ ווי דער חתן דינן איז א מעמבער