קינדערישע שפעקולאציעס אויפוואקסענדיג אין א חרדישע געזעלשאפט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 7240 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3656 מאל

קינדערישע שפעקולאציעס אויפוואקסענדיג אין א חרדישע געזעלשאפט

שליחה דורך טאמבל סאס »

קינדערישע טעאריעס און תמיהות אויפוואקסענדיג אין א חרדישע געזעלשאפט

אסאך מאל דערמאנט זיך מיר טעאריעס און שטותים וואס האבן זיך געדרייט ביי מיר אין קאפ אלס קינד אדער בחור, ווען איך האב נישט געהאט וועמען צו פרעגן די שאלות וואס האבן מיר געבאדערט, און כ'האב צוליב דעם געברויכט מאכן אייגענע השערות און אסאמפשנס. אמאל - אליינס, און אמאל - מיט די הילף פון [שלעכטע] חבירים.

אויך קען מען שרייבן סתם אינטערעסאנטע אנעקדאטן פון די אויגן פון א קליין קינד (פון ווען מ'געדענקט זיך). די אינטערסאנטקייט איז צו זען וויאזוי אן קינד - אומערצויגן אין געווענליכע עדיוקעישן - קוקט אן די וועלט ארום זיך. איך וועל עס שרייבן אן א סדר, אן א קשר איינס מיטן אנדערען.
[center]****[/center]

• איך בין פאסינירט געווען צו שפיהלן זיך מיט וואסער אין די קראן אדער וואנע און כ'האב באוואונדערט דער פאקט אז ס'וועגט, ס'איז א דבר הממלא, א שטראם שאפט א קראפט אקעגן די האנט און פונדעסטוועגן האט עס נישט קיין ממשות. מ'קען עס נישט אנכאפן ווי א דבר גוש, ווי אויך קען מען עס נישט זען אויף באזונדערע אינדיווידואלע שטיקלעך. חוץ מזה וואס ס'האט נישט קיין געהעריגע קאליר.

• פארוואס ווען די וואסער גייט אראפ אין די וואנע, קען מען זען ביי די דרעין אז די וואסער פארמירט זיך ווי א נאגל?

• אז אפשר קענען חיות זען מזיקים און אנדערע זאכן וואס אונז קענען נישט זען, אבער וויבאלד די באשעפענישן האבן נישט קיין שכל דערפאר האבן זיי נישט מורא פון זיי.

• פארוואס די טיפער איך קוק אריין אין א שפיגל -- און געוואנדן ווי אזוי איך מאנערוויר מיין קערפער/אדער דער שפיגל -- קען איך אלס מער און מער זען פונעם צימער, טראצדעם וואס דער שפיגל איז אזוי קליין? איז פשט אז ווער/וואס ס'קען נאר זען דעם שפיגל קען מען אים/דאס אויך זען אינעם שפיגל? אין אנדערע ווערטער ווען איך זאל אנפיהלן יעדן אינטש פונעם צימער מיט אויגן, וועל איך יעדן אויג וואס קען נאר קוקן אויפ'ן שפיגל אויך קענען זען אינעם שפיגל? און ווי אזוי אייגענטליך ארבעט א שפיגל? פארוואס אין א פענצטער קען מען ביינאכט נאר זיך אפשפיגלען קאלירלאז, אבער א שפיגל שפיגלט אפ קאלירפול?

• ווי אזוי האלט זיך אזא שווערע טראק אויף אפאר רעדער וואס זענען אנגעבלאזן מיט פלעינע לופט? ? ?

• ווער בין איך? ווער איז דער וואס פרעגט ווער בין איך? אויב קען איך אויף מיר פרעגן ווער איך בין, דאן מוז דאך עקזעסטירן צוויי באזונדערע עסענסעס אין מיר אליינס. בין איך דער איך? אדער בין איך דער פרעגער וואס האט עפעס א גוף צוגעטשעפעט צו אים פאר א שפארע זיבעציג יאר? וואס האט דער פרעגער געטאן? וואו האט ער געלעבט פאר דער איך איז געבוירן געווארן אויף דעם וועלט? האט ער שוין דאן עקזעסטירט? דאן וואו איז מעגליך אז דער פרעגער געדענקט נישט וואס איז דעמאלטס געווען? די שאלה האט מיך שטענדיג באגייסטערט. און מיט די נשמה טעאריע האט עס גאר אסאך סענס געמאכט פארשטייט זיך. אבער איז עס די נשמה וואס פרעגט די שאלה און די גוף וואס ווייסט נישט בחייכון? וואס איז די קונץ פון מאכן פארגעסן און אזוי צופירן אז דער גוף זאל נאכאמאל זונדיגן? אויב בין איך א גלגול, וויפיהל מאל בין איך שוין אראפגעקומען און ווען איז מיין נשמה צוערשט באשאפן געווארן? אבער די וועלט ווערט דאך אייביג מער מיט (מענטשן) [אידן].

• אז דער אינגל אין מיין כיתה וואס איז אזא מתמיד און וואוילער בחור גייט נישט דוקא באקומען מער שכר פון מיר, ווייל ס'זעט נישט אויס אז ס'קומט אים אזוי שווער אן עס צוטון. מסתמא האט ער בטבע מער ליב, אדער מער נערוון צו זיצן אויף איין ארט אין לערנען. לאמיר זען צו ער וועט קענען אזוי געשווינד ארום לויפן און עסק'נען ווען ס'קומט צו העלפן א צווייטן איד? לאמיר זען צו ער וועט אזוי לייכט פארציכטן אויף זיין געוואלדיגע הצטיינות ענדע יאר אלס איינע פון די כיתה'ס בעסטע, אדער אויף זיין נאמען וועלכע זאל ערשיינען אויף די מצוה בוים יעדן טאג?

• אמאל זיצט מען אין א צימער און פון די ווינקל פונעם אויג דוכט זיך אז עפעס אין ווינקל האט זיך א רוק געטאן. מען ציטערט לייכט אויף און אינסטיקיוו דרייט מען דעם קאפ צו קוקן אין יענעם ריכטונג זיכער צו מאכן אז מ'איז טאקע אליינס אין צימער. אמאל קען עס פאסירן מער ווי איינמאל (און צום סוף שטעלט זיך אמאל ארויס אז ס'איז די זוהן, ווינט, א בעג, אן אביעקט וואס רוקט זיך אבסעלוט אבער פון וואס מען איז פלוצלונג באוואוסטזיניג געווארן, אדער סתם א דמיון. ווי איז אבער ווען מ'הויבט אן טראכטן, אז דער אביעקט אויף וועלכער דאס בליק איז געפאלן איז טאקע עפעס וואס רוקט זיך בשעת ווען איך קוק נישט? אדער ווען די לעקטער איז פארלאשן? וואו איז אויב די פארטויבנדער גערויש וואס מ'הערט אין אויער ווען עס איז באמת טויט שטיל איז טאקע דער גערויש פון דאס שטילקייט. ווער איז אז ס'איז מעגליך עס זאל אמאל גענצליך שטיל ווערן? אפשר די סיבה פארוואס איך הער קיינמאל נישט דעם גערויש איז ווייל עס זענען דא גענוג אנדערע זאכן וואס מאכן גערודער אז דער גערויש זאל איגנארירט ווערן פון מיין חוש השמיעה. אדער, ווער זאגט אז די מענטשן ארום מיך פארשטייען נישט פיהל מער ווי איך פארשטיי אבער ביי זיי זענען די זאכן אזעלכע דבר פשוטים אז שלא לבייש את מי שאין לו טוען זיי מיר נישט מעורר זיין דערויף?

(מיין חבר האט מיר פארציילט אז ווען ער איז א קינד געווען פלעגט ער זיך וואונדערן אויב אלע שפירן די זעלבע טעם אין די עסן? אויב יעדער האט ליב עפעס אנדערש, אפשר טאקע שפירן זיי אן אנדער טעם?)

• איך פלעג מיר צייטנווייז פארטראכטן זיך אויף א ווארט און זיך וואונדערן וויאזוי מען האט אפגעמאכט אז פונקט "דער" ווארט זאל האבן "דער" באדייט? ס'וואלט דאך פונקט אזוי געקענט זיין אן אנדערן ווארט. איז עס עפעס אין דער ווארט וואס סימבאליזירט/דערמאנט דער חפץ אדער קאנצעפט/טייטש? צו האט זיך עס אנגעהויבן מיט איין מוק, איין סילעבל, איין סאונד, און ביסלעכווייז מיט די יארן לענגער געווארן? ווי אזוי וואלט מען געטראכט פון א חפץ אן א ווארט דערפאר? האט מען אויף יעדע ווארט זיך צוזאמען געזעצט און באשטימט א ווארט דערפאר וואס איז אנגענומען געווארן ביי יעדעם? און אויב אזוי, פארוואס איז "פעקי" א מיאוסע ווארט? נאר ווייל ס'מיינט פעקי? פעקי זעלבסט, דאס איז מיאוס. אבער דערפאר באצייכנט עס מען מיט א ווארט, מ'זאל נישט דארפן ארויסלייגן דעם עקשועל פעקי אויפ'ן טיש?!...

• איך האב מיך געוואונדערט צו ווען די רבי שרייט שוין צום וויפילטן מאל, "כ'האב געהייסן ס'זאל זיין שטיל, ווער פארשטייט נישט וואס מ'רעדט צו אים," איז ער קאנטשעסלי באוואוסטזיניג אז ער האט עס יעצט געזאגט אדער איז עס שוין געווארן א אינסטינקטיווע פזמון אזוי ווי ווען עמיצער שרייט אוטש ווען ער צעקלאפט זיך און ער זאגט עס אויטאמאטישע יעדע פאר מינוט. אמער, אויב פאר מיך הערט זיך עס ווי סתם א ניגון כש"כ פאר אים וואס איז שוין אסאך לענגער אין דער כיתה ווי איך.

• אויף די קינדער וואס פלעגן כאפן שלעק פון די מלמד איינמאל און נאכאמאל פאר'ן נישט קענען אדער זיך פארקלאצן ביים לערנען פלעגט איך מיר וואונדערן אויב זיי זענען באמת שולדיג. אז ער האט שוין איינמאל געכאפט מכות קען נישט זיין אז ס'איז זיין שולד אז ער קען נישט און ער שטרענגט זיך נישט אן גענוג. ער גייט נישט במכוון ווידער אנצינדן דעם רעבין ער זאל אים נאכאמאל פראסקען. פילייכט איז ער נישט ביכולת צו פארשטיין אזוי ווי אנדערע. פארוואס שלאגט ער אים דער ממזר?

• צו ס'איז מעגליך אז דער רבי שלאגט בכלל נישט מחמת כעס נאר ער איז מיינט באמת די טובה און די וואוילזיין פונעם קינד בגשמיות אדער ברוחניות, און ער פערזענליך איז בכלל נישט באליידיגט פונעם קינד'ס שלעכטן טאהט. אפילו ווען מ'רעדט פון חוצפה אדער סיי וואספארא פארשטענדליכע חטא וואס דאס קינד איז באגאנגען קעגן דעם מלמד, און אויף וואס ס'איז ערווארטעט אז יעדע נארמאלע מענטש וואלט באליידיגט געווארן?!..

• וויאזוי האב איך געטראכט פירן זיך די מלמדים אויף צו זייערע קינדער אינדערהיים. ס'מוז אזוי קאמיש זיין די רעלעישן שיפ צווישן זיי מיט זייערע קינדער אינדערצייט וואס אין חדר איז ער אזא אכזר.

• די רבי מוז מיך אזוי ליב האבן, ווייל ער ווייסט וואס ס'טוט זיך באמת אין מיין הארץ, און אז איך וויל זיין גוט און פאלגן אים און דער באשעפער. אז כ'וועל נאר קענען טרעפן זיך מיט אים פנים אל פנים אליינס וועל איך אין אים טרעפן נאך א ווייכערע הארץ ווי מיינע עלטערן. (ווען איך האב מיך געחלומ'ט פון אים זענען מיינע וואונטשן טאקע מקיום געווארן.)

(בעיסיקלי, נישט קענענדיג ממחיש זיין די ערדישע מציאות'ן אינעם באשעפער, ווייל ער איז דאך למעלה מהשגתינו פרובירט א קינד עס ממחיש צו זיין אין דער מענטש וועמען ער האלט דאס מערסטע חשוב נאכ'ן באשעפער.)

• מיין גרעסטע חלום איז געווען אז תחית המתים זאל שוין געשען און איך זאל מיך קענען טרעפן מיט די פריעדיגע צדיקים. דער בעל שם טוב ספעציעל.

• ווען איך האב אמאל געפרעגט עפעס א כולל אינגערמאן פארוואס משיח קומט נאכנישט, האט ער מיר געענטפערט אז ווילאנג די חתנים ווילן כאטש חתונה האבן פאר ער קומט, ווייזט עס אז מען האפט נאכנישט גענוג אויף זיין קומען. בהמות וואס זיי זענען, האב איך צו מיר געטראכט. מ'קען נישט חתונה האבן נאכדעם וואס משיח גייט קומען?

• הערנדיג אז די וואס קוואליפייען פאר ראש הקהל זענען געווענליך פון די רייכסטע אידן פון שטאט אנשטאט די פון די קלוגסטע איז מיר אויפאמאל גאר שווער געווארן. און מיט דעם א.ג כלל פון לא לחכמים לחם איז מיר נאך ווייניגער ניחא געווען. פארוואס געט מען אזא הייקעלע פאזיציע פאר דעם רייכסטן אנשטאט פאר'ן קלוגסטן? זיין א ראש הקהל האב איך פארשטאנען מיינט פירן א קהילה, האלטן אלע צדדים צופרידן און אויפקומען מיט די בעסטע סטראטעגיעס וויאזוי יושר'דיג אויסצוטיילן די קהילה רעסורסן צוישן אירע מעמבערס. זעט אויס כ'האב מיך גענארט.

• איך פלעג מיך פרובירן אויסצומשל'ן וואס בערך ס'האט פאסירט מיט די אלע דורות צווישן אדם און נח, וויאזוי מ'האט פלוצלונג פארגעסן אז דער באשעפער האט באשאפן די וועלט. איך האב שפעקולירט אז לכאורה האבן זיי אזויפיהל גוטס געהאט אז ביז אפאר הונדערט יאר האבן זיי פארגעסן על כל הטובה אשר עשה און זיי זענען אויפגעקומען מיט עבודה זרה'לעך און מאנקיס. (כ'ווייס נישט פארוואס פארקערט האב איך נישט געטראכט.) איז וואס אבער האט פאסירט נאך דער מבול? אה, יענע צייטן איז רעדן צו גאט נישט געווען אזא גרויסע גדולה. כ'מיין, יעדער ערליכער האט געקענט רעדן צו אים. אפילו בלעם און דער שלאנג. אלזא אפילו עס זענען געווען מענטשן וואס האבן גערעדט צו אים און געזען זיינע ניסים איז נאכאלס געווען א תאווה צו טוהן זינד אזוי ווי היינט איז א תאווה נישט צו דאווענען און לערנען, כאטש מ'שפירט אזא גוטע טעם...אויב זאל מען נאר אמת'דיג זיך מדבק צו די תורה. ס'איז זעט אויס אויך געווען עפעס א סארט באפרייאונג. "שטיי מיך נישט אויפ'ן קאפ מער." ווארשיינליך איז עס געווען אזוי: די אידן האבן א באשעפער וואס קימערט זיך נאר מיט זיי. אונז דארף ער נישט. (איי ער האט אונז באשאפן?) אבער פאר סאם ריזן האבן אונז ליב צו דינען עבודה זרה און דאווענען צו אנדערע אפגעטער. מיר גלייבן נישט אז דער באשעפער פירט די וועלט.

• אדער האט מען נאך דאן נישט געוואוסט ווי שטארק דער באשעפער איז. די דזשענערעל פובליק איז נאך בספק געווען ווי סיריעס ער איז טאקע, דער דאָד אין הימל. ס'האט גענומען פאר דער באשעפער, אפאר טויזנט יאר, זיך צו פראוון פאר "אלעמען" אין די מזרח טייל פון די וועלט אז ער איז דא טו סטעי און וועט נישט ארבעטן קיין מאנקי ביזנעס מיט אים.

• ווען איך האב געפרעגט מיין פאטער ווי אזוי טאקע מענטשן האבן געקענט דינען צו עבודה זרות אויב זענען זיי ווערט געווען אויף כפרות האט ער צו מיין ערשטוינונג געענטפערט אז גראדע האבן די עבודה זרות יא געארבעט. נאר בשעת ווען די אמת'ע סיבה פארוואס זיי האבן געהאלפן איז געווען צוליב די מזלות און שטערנס אין וועלכער דער באשעפער האט אריינגעלייגט א מחזור טבע וואס איז משפיע אויף די עבודה זרות צו ארבעטן האבן די געצנדינער געמיינט אז דאס זענען די עבודה זרות (טבע) וואס זענען די אמת'ע אפגעטער און וואס פירן די וועלט. ס'האט מיר אבער שטענדיג געמיטשעט פארוואס אלעס איז אנגעגאנגען אויף דער קליינטישיגער שטח פון די וועלט. וואס איז געווען מיט אלע איבריגע לענדער און קאנטינענטן?

• הערנדיג פון דעם רמב"ם און אנדערע גדולים וועלכע זענען געווען מקורבים למלכות. ווי למשל אברבנאל, בבנשתי וכו', איבערהויפט נאכ'ן נאך זען זיין בארד... האב איך געפרעגט מיין טאטן כמה פעמים. "איז טאקע דער רמב"ם געווען א צדיק? פארוואס זענען היינט נישט דא חסידישע רבנים, דאקטורים און מקורבים למלכות ווי אים? צו מיר האב איך מיר געוואונדערט פארוואס אויפ'ן בילד קוקט ער אויס אזוי הענדסאם.

• ווען ס'איז געקומען צו מחלוקתער פון פריערדיגע צדיקים בין איך עקסטער נייגעריג געווארן און שטענדיג געדרוקט מיין טאטע דערוועגן, אויף וואס זיין ענטפער איז פארשטייט זיך געווען אז מ'קען נישט פארשטיין, ס'געווען הויכע כוונות. אבער מ'שטיינס געזאגט, כ'קען נאך אראפשלונגען אז די מחלוקה איז געווען איבער העכערע זאכן וואס מיר קענען נישט משיג זיין, אבער וואלט דאך דער אופן פון זיך קריגן אויכעט געדארפט זיין אויף א העכערע מדריגה און נישט פראסט און פשוט פראסקעס און שטויסעס. צי עס אריינווארפן יוסף'ן אין דעם גרוב אדער די שלעק ביים יוד הקדוש'נס תלמידים. מילא אז דו פארציילסט מיר איבער די מצות וואס מ'האט פארברענט און בשעת מעשה מכוון געווען נאפאליאנ'ס ארמיי אדער איבער די ספר תורה פון עזרא הסופר מיט די געראנגעלנישן צווישן דעם קאזשניצער און דעם שטן איז איין זאך. אבער אז דו רעדסט פון פיזישע מכות אדער גאר טויט שטראף, ווי ביים אויסטילער חתונה מיט דעם תלמיד וואס האט פארשעמט דענק איך שוין נישט וועמען, דעמאלטס קענסטו מיר נישט פארקויפן אז ס'איז געווען איבער העכערע זאכן. בכלל, דער גאנצער זאך הקפדה פון א צדיק וואס מ'זאגט אז ס'שאדט אפילו ווען דער מענטש איז נישט אזוי שולדיג - האב איך נישט פארשטאנען.

• איך האב אמאל געפרעגט מיין מלמד, וואס איז פשט אז נאך אפאר בלעטער זיך ארומ'טענה'ן מיט קשיא'ס איבעיא'ס, תא שמע'ס און צד השוה'ס קומט זיך פלוצלונג אן איין אמורא און געט א ענטפער אפ מיט אזא לייכטע, "קבלה בידי פון רב יוסף אז כ"ך וכך איז דער תירוץ." "הא לן והא להו" "מתניתא דלא תניא בי רב חייא ורב אושיעא." "משבשתא היא." "איפוך." וואס איז מיט די אנדערע? זיי האבן גארנישט געוואוסט אדער געהערט דערפון? פארוואס דעמאלטס האט דער אמורא זיי געלאזט אזא לאנגע צייט הענגען, ווארטן אויף א תירוץ און זיך אויסשרייען די העלדזער? ווען אינצווישן זענען נאך מענטשן געפארן און געקומען פון בבל קיין א"י און צוריק. האבן די אנדערע תלמידים נישט געהאט דעם זעלבן רוח הקודש ווי ער? אין מיין קליינע מח האב איך פארגעשטעלט זיך, א גרויסע כולל מיט א באנטש אמוראים, צוזאמגעדרוקט ארום טישן און בענק מיט האלבע שאלן קאווע איבעראל, ווען אויפ'ן וואנט הענגט א גרויסע לעילו נשמת, צעטיילט לויט די טעג (אין ספירה לויט די מינוטן), מיט אלע נעמען פון די תנאים, איינגעטיילט אין די דרגות.

נאך אפאר בלעטער אוקימתות מיט פירכות פלעג איך גאר צעמישט ווערן. וויאזוי מאכט מען למעשה סדר דא, נאך אזויפיהל דיפערענט שיטות און איבעית אימא'ס? מ'פסקנ'ט ווי איינעם און נישט ווי דער צווייטער, אבער די וואס פסקנען ווי יענעם זינדיגן נישט? דעמאלטס ביי וועמען ליגט דער אמת און ווער איז דער מחליט או מכריע?

• איך בין קיינמאל נישט קלאר געווען וואס די מעשה ביי תמר און יהודה, ראובן מיט לאה, איז געווען.

• די עונש פון גיין אין גיהנום האט מיר שטענדיג געבאדערט. קודם האב איך נישט פארשטאנען וויאזוי די שטראף פון 'קיינמאל נישט ארויס גיין פון גיהנום איז פראפארציאנאל צו א לעבן פון זיבעציג יאר זינד. נאכדעם האט זיך עפעס נישט געזעצט אין קאפ די באדייט פון 'ברענען אין גיהנום'. א שטראף, האב איך געטראכט, טוט נאר וויי ווען באמת איז געווען א מעגליכקייט איך זאל דעם שטראף נישט באקומען. אבער אויב איז עס דער באשעפער וואס האט מיך באשאפן און ער איז דער וואס גיט מיך גן עדן אדער גיהנום, לעבן אדער טויט, איז וואסערע אנדערע אויסוועג וואלט איך במילא געהאט? עס איז אין אנדערע ווערטער, א בעל כרחיך'דיגע קבלת יסורים באהבה וואס מאכט אז פסיכילאגיש זאל עס מער קיין יסורים נישט זיין. מ'קען עס נישט צוגלייכן צו די יסורים אויף די וועלט ווייל דא יסורים איז בעיקר יסורים ווייל ס'איז שייך ווען א לעבן אן יסורים. אין מיין קינדערישע מוח (נאכנישט האבענדיג געשפירט אמת'דיגע יסורים...) האב איך מחליט געווען אז סייווי וועל איך דאך שוין זיין געשטארבן, מילא אז מ'וועט מיך שמייסן וועל איך "אויפגעבן" און מחליט זיין ביי מיר אז ס'גייט מיך נישט אן...

חוץ מזה האב איך קיינמאל נישט אמת'דיגע געגלייבט אז ס'איז דא אזא מציאות אז איך וועל קיינמאל נישט פון גיהנום ארויס. אפגעזען וואס די עבירה איז. ער וואלט מיר דאך נישט באשאפן נאר כדי צו בלייבן אויף אייביג ברענען אין גיהנום.

• ווען כ'פלעג הערן די מעשיות וויאזוי מענטשן ברענען אין גיהנום פאר טויזנטער יארן האט מיר עס שטענדיג געבאדערט. עפעס די נומערן האבן נישט געשטימט. ווילאנג שטייט דען שוין די וועלט? (היינט שטימט עס...)

• איך בין געווען מסופק אויב מענטשן וואס נעמען זיך דאס לעבן האבן טאקע נישט קיין חלק לעולם הבא. זיכער איז דאך אזוי נגזר און באשערט געווען אויף זיי צו שטארבן אויף דעם אופן?! איז דאס נישט א גענוג שטארקע שטראף? זייער לעבן איז דאך אזוי שלעכט געגאנגען. וואס איז פשט אז מ'קען צווינגען א מענטש משמים צו לעבן א צום טויט-דעפרעסטע לעבן? איז נישט די גיהנום געמאכט געווארן פארדעם?

• קוקענדיג ווי מורישקעס לעבן זיך האב איך צו מיר געטראכט. אז ס'מוז זיין אז פונקט ווי דער מענטשליכער מין איז פארגעשריטן געווארן האבן זיי אויך געמוזט מיט די יארן ווערן פארגעשריטן. און די זעלבע איז מיט אנדערע חיות און פויגל. מיט וואס טאקע?

• ווען א מלמד אדער מנהל האט מיך אריינגערופן אין אפיס אויסצופסקענען האב איך בכוונה זיך פארטראכט אויף עפעס א געמאלעווטע בילד אדער מעבל אינעם צימער און פרובירט דאס מערסטע וואס מעגליך צו פארטיפן מיינע מחשבות דערין אזוי אז די מנהל'ס ווערטער זאל האבן די ווינציגסטע השפעה און זיינע פסיכילאגישע טריקס זאלן נישט ווירקן אויף מיר. כ'וועל אפילו זיך קענען פארקלאצן אויף זיין מיאוסע בארד און פאנטאזירן זיך קאמישע היכי תמצא'ס אריינגערענכט וויאזוי ס'וואלט אויסגעזען אז איך פראסקע אים צאם יעצט און איך מאך אים ארומלויפן נאקעט איבער די גאנצע שטאט. אזוי האב איך אנגעוואנדן אלע פסיכילאגישע פארזוכן צו פארקירעווען מיינע מחשבות צו פאזעטיווע זאכן אז די אויפרעגונג אין מיר זאל זיך בארוהיגן און מ'זאל גארנישט קענען אנזען פון אויסנווייניג.

• ווען מיין מנהל האט מיך אמאל אריינגערופן אין אפיס און מיט דראהענדע קולות געשריגן אז ער ווייסט קלאר אז איך רייכער און ער האט אפילו צוגעטראפן צו דעם באהאלטן ארט וואו איך גיי רייכערן האט מיר א ציטער באפאלן אבער אינדרויסן בין איך געבליבן גלייכגליטיג מיט א בלעכענע געזיכט און געשאקלט די קאפ אויף ניין! איך האב נישט קיין מושג פון וואס די מנהל רעדט. אמת, איך פלעג אמאל רייכענען, אבער איך האב שוין אויפגעהערט חדשים צוריק, דעמאלטס ווען איך האב מיך פון גוטן ווילן מודה געווען אז איך רייכער און די מנהל האט מיר דאן אנגעווארנט איך זאל סטאפן. איך האב געוואוסט אויף זיכער אז ס'איז נישט מעגליך ער זאל וויסן אויף הונדערט פראצענט ווייל איך ווייס אז נישט ער און נישט קיינער האט מיך אמאל געזען רייכערן, אלץ וואס ער האט ווייסט איז אז איך שמעק פון ציגארעס און מיט אביסל שכל האט מען לייכט געקענט צוטרעפן צו איינע פון די לייקלי פארהוילענע ערטער וואו א בחור וועט גיין כאפן א פעג. אפילו ווען ער האט געשריגן, "ליידיג זאפארט אויס דיינע טאשן אויפ'ן טיש!" האב איך אויך אנגעהאלטן א פאסיווע מינע און אלץ ארויסגעפאקט, איבערלאזענדיג אין טאש א דארע פאלסטיק זעקל מיט צוויי ציגארעטלעך. איך האב געטראכט ביי מיר, אפילו אויב ער וועט יא טאפן מיינע טאשן צו זען אויב זיי זענען טאקע ליידיג, וועל איך גארנישט פארלירן פון דעם וואס ער טרעפט זיי. וויבאלד פראסקעס, אדער ערגער ארויסווארפן פון ישיבה, קען ער מיר סייווי באשטראפן מיט, צוליב די שמעק וואס קומט פון מיר און פאר'ן ליגנט אז איך רייכער נישט. מ'דארף נישט קיין ערב פארדעם. און העכסטנס אויב טרעפט ער זיי, האט ער סך הכול נאך א לינגט צו די ליסטע פון עבירות. און דאן איז מיין טענה נאך אלץ, "וואס האסטו געטראכט? איך וועל מיך מודה זיין? אוודאי וועל איך ליגנט זאגן." "אויב פאר די מורא נישט אויסצופאלגן די תקנות הישיבה וואלט איך דאך נישט גערייכערט אין ערשטן פלאץ?!"

• א פשוטע פסיכילאגישע מעטאדאלאגיע ווי אזוי נישט מורא צוהאבן ווען זאגן א ליגנט צו מיינע עלטערן אדער לערער איז געווען ווי פאלגענד:
אויב למשל קום איך אהיים שפעט, האבענדיג פארוויילט ערגעצוואו איך האב נישט געמעגט, און מיין טאטע פרעגט מיך, פון וואו איך קום יעצט, היתכן איך בין אהיימגעקומען אזוי שפעט? וואלט איך אויטאמאטיש געדארפט אנהויבן ציטערן צו זאגן ליגנט, ווי למשל אז איך האב מיך פארשמועסט מיט א חבר הינטער דעם ביהמ"ד, ווייל אפי' אויב וועט ער קיינמאל נישט האבן קיין וועג אויסצוגעפונען אויב איך בין טאקע געווען וואו איך זאג, איז נאכאלץ דא די פחד אז א טאטע איז א טאטע, און ער וועט באמערקן אויף מיין פנים אז איך זאג אים א ליגנט. איך בין דאך נאך א נייער אין דעם שקרנות פעלד. אלזא, מאך איך א חשבון אזוי, אויב וואלט איך באמת זיך געהאט פארשמועסט מיט א חבר, וואלט איך דאך נישט מורא געהאט צו זאגן אז דאס און דאס איז געווען די מעשה, אפילו אויב וואלט ווען געהאט אהיימגעקומען גאר שפעט צוליב דעם. עס וואלט נישט אויסגעמאכט צו מיין טאטע גלייבט מיר יא אדער נישט, איך וואלט ווייטער זיך געהאלטן ביי מייניגע, ווייל דאס איז דער אמת. מילא איז אפילו יעצט אז ס'איז נישט געווען אזוי, איז עס פאר מיין טאטע ווייטער די זעלבע מעשה, ער ווייסט נישט וואו איך בין געווען די צוויי שעה ביינאכט. די חילוק איז נאר ביי מיר אין קאפ, צי איך ווייס אז איך זאג אמת אדער א ליגנט. אויב אזוי, קען איך דאך שוין זאגן דעם ליגנט פאר דעי זעלבע געלט, און אלעס איז נאר תלוי מיט וויפיהל זיכערקייט איך קום ארויס, ווייל זינט מיין טאטע האט סייווי נישט קיין אנדער וועג צו דערגיין אויב וואס איך זאג אים איז ריכטיג, און זיין איינציגע טשאנס געוואויר צו ווערן איז פון די וועג וויאזוי איך זאג עס אים, איז עס במילא איין חילוק פאר מיר צו ס'איז יא אמת אדער נישט, צו ער גלייבט מיך, צו נישט. דער עיקר איז אז איך זאל עס זאגן מיט'ן זעלבן מאס זיכערקייט וואס איך זאג שטענדיג אמת, און אז ער ער זאל נישט האבן שפעטער קיין וועגן נאכצוגיין די ווארהייט פון וואס איך האב אים געזאגט.

(און וואס איז טאקע די בעסטע צו נוצן פאר א ליגנט וואו מ'איז געווען? יא! גוט צוגעטראפן. די טוילעט! די ביסקיסע איז א געוואלדיגע ארט וואו אוועקצולויפן. מ'קען אריינגיין מיט א ביכל און לייענען פאר שעות און קיינער טאר דיך נישט ארויסטרייבן. מ'דארף אפי' נישט זיין דארט און מ'קען זאגן אז מ'איז דארט געווען און קיינער קען דיך נישט מכחיש זיין. אז מ'ווערט מיד איז אויך כדאי זיך איינצוגעוויינען צו קענען שלאפן אין ביסקיסע. זיך אנלאנען אויף די טיר הענטל, טישו האלטער, וואנט, אייגענע הענט און פיס, וויאזוי נאר. אז מ'הויבט אין פון יונגווייז אן, ווען די בושה איז נישטא, וואקסט מען אויף אומיונט דערצו, ווייל אלע ארום דיר וועלן אויפוואקסן מיט דעם אז די ביסט א לאנגע ביסקיסע זיצער. פארפאלן! אין ישיבה אדער אין חדר, אויב בין איך צו מיד געווארן און די מגי"ש האט נישט געלאזט דרימלען בין איך אריין אין טוילעט, זיך אויסגעדרייט צום וואנט און אראפגעלייגט די קאפ דרימלען.)

• אדורכפארענדיג אן אומבאקאנט ארט אויפ'ן וועג בין איך באגייסטערט געווארן פונעם פאקט אז מיינע פיס האבן נישט און וועלן קיינמאל נישט באטרעטן דעם באדן אזוי נאנט, אינדרויסן פונעם אויטא/אויטאבוס/פליגער. די זעלבע פילינג האב איך געהאט אז איך האב געזען אדער געהאלטן אן אלטן אביעקט. ער האט נאך עקזעסטירט ווען דער בעל שם טוב האט געלעבט. אויף דעם גאס האבן די ראשונים שפאצירט. אין די געשריבענע ווערטער שפיגלען זיך אפ די טיפסטע נאטורן פון דעם צדיק... (ספעציעל אויב איז עס עפעס א טאג בוך אין וואס ער האט נישט אראפגעשריבן דוקא זיינע חידושים...)

• איך האב פרובירט מיך צו כאפן קוקן זיך אין שפיגל, אדער זעהן אין שפיגל וואו איך קוק אוועק פון שפיגל.

• וואס ס'וועט פאסירן אויב איך שטארב און מ'טרעפט מיינע פאפירן אין טאש? צוליב דעם האב איך קיינמאל נישט געמאכט א ליסטע מיט טשעקס און עקסעס וועמען איך בין פרענדס מיט און מיט וועמען איך דארף מיך אמאל אפרעכענען.

• אז ווען נישט איך זאל האבן געזונדיגט מיט דאס און יענץ וואלט זיך אליהו הנביא פאר מיר אויך באוויזן אין חלום. כ'מיין, דער רבי אונזערער איז דאך אויך אמאל געווען א פשוטע אינגל. אין וועלכע מינוט האט מען אים מגלה געווען אז פון דעמאלטס און ווייטער וועט ער זיין דער מנהיג ישראל?

• אויב דער רבי האט רוח הקודש און קען מאכן מופתים וכו', איז פארוואס איז ער נאך מסכים צו לעבן אין אזא דור ווי אונז, מיט אזעלכע נידריגע נארישע מענטשעלעך?

• ווען איך האב געהערט אז היטלער האט געהאט קאטשקע פיס האב איך מיר געוואונדערט ווער נאך פון די אנדערע קינדער מיט מיר אין כיתה האבן אויך קאטשקע פיס און זענען באמת שדים. און אפשר זענען אלע שדים און איך בין דער איינציגסטער פלעינע אינגל. און אפשר טראכטן זיי אז איך בין א שד און איך האב נישט קיין וועג אויפצוווייזן אז נישט.

• אז א אינגל האט פון מיך אמאל געבארגט א פען און צוריקגעברענגט דעם נעקסטן טאג האב איך מיר געוואונדערט, ווער ווייסט וואו ער האט דעם פענע געלייגט דורכאויס די נאכט....? פעך...

• ס'האט מיר געבאדערט וואס די גדולה וועט זיין ווען משיח וועט קומען, מ'וועט האבן א ביהמ"ק השלישי, קיינער וועט נישט שטארבן און מער וועט מען נישט זונדיגן. וואס דעמאלטס איז די תכלית אין לעבן? אפילו אויב ס'איז אייביג דא מער און מער גוטע הנאות איז עס דאך אבער אויף א ענדלאזע צייט, און חוץ פון דעם וואס די לעבן האט נישט קיין באדייט ווען ס'איז אלץ נאר הנאות איז די הנאות אויכעט נאר הנאות ווען ס'איז נישט עפעס וואס 'יעדער' קען 'אלעמאל' האבן.

• אז ווען שלעכטע מענטשן טוען מיר שלעכטס, און איך קען יא נקמה נעמען, נאר דאן וועט גאט מיך גוטס טאן אז איך האלט מיך איין פון צוריקגעבן, און אויך ווען קיינער ווייסט נישט אז כ'האב מיך צוריקגעהאלטן.

• אז ס'איז א רחמנות אויף די עלטערן וואס האבן שלעכטע קינדער וואס זענען געשלאגן ברחניות או בגשמיות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קעלנער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: ארויסגענומען ניבול פה
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר