רבי שמואל ראזענבערג מאונסדארף, בעל באר שמואל - י"א סיון
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 12:45 pm
מגודל השפעת מרן הגה"ק בעל אך פרי תבואה מליסקא זי"ע איז אסאך מתלמידי החתם סופר ומבנו הכתב סופר נתקרב געווארען צום דרך החסידות, איינע פון די גרויסע גדולים וואס זענען נתקרב געווארען צום דרך הבעש"ט דורך די דירעקטע השפעה פון דער הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא איז געוועהן הגה"ק רבי שמואל ראזענבערג מאונסדארף, בעל שו"ת באר שמואל.
דער אונסדארף'ער רב איז אסאך געפארען און איז שטארק דבוק געוועהן צו מרן אך פרי תבואה מליסקא זי"ע, און כל ימיו זיך געהאלטן און זיך גערעכנט אלס א אחד מתלמידיו (עי' שו"ת באר שמואל ח"ג בהקדמה).
*
דאס גייט נאך צוריק ווען דער אונסדארף'ער רב איז געוועהן א יונגעמאן. ומעשה שהיה כך היה:
הג"ר ישראל יונה צבי ראזענבערג – פאטער פון אונסדארף רב – איז געוועהן רב אין טיסא-פירעד (מען טרעפט זיין חתימה אויף די 'תקנות מיהאלאוויץ'). ער איז געוועהן שטארק בידידות מיטן אך פרי תבואה זי"ע, ווען אימער ער האט זיך געדארפט מייעץ זיין מיט א איש גדול ונבון איז ער געקומען קיין ליסקא זי אויס שמועסן מיטן ליסקא רבי. כמים פנים לפנים הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא איז אסאך מאהל געפארען קיין טיסא-פירעד איהם צו באזוכען. דער ליסקא רב האט איהם אלעמאהל גאר שטארק מכבד געוועהן בכבוד גדול כתלמיד לרבו.
איז ביי איינע פון די ביקורים ווען דער ליסקא רבי איז געפארען קיין טיסא-פירעד האט ער מיט גענומען איינע פין די חשובע תלמידי חכמים מרבני עיר ליסקא, וויבאלד זיי האבען געדארפט אדורך שמועסן מיט הגאון רבי ישראל יונה צבי זצ"ל א הלכה'דיגע ענין. דער טיסא-פירעד רב איז שוין נישט געוועהן דעמאלס בקו הבריאות, און זיין זוהן רבי שמואל דער שפעטערדיגע אונסדארפער רב איז געוועהן ממש גאר א יונגערמאן וואס איז געזעצן על התורה ועבודה, די צוויי גדולים ווען זיי האבען געזעהן דעם יונגערמאן וואס הכרת פניו ענתה בו אז ער איז כלי מחזיק ברכה, האבען זיי אנגעהויבען דן זיין מיט איהם בעניני הלכה וכדומה, אין צו זייער גרויסע איבעראשונג און ווינדער ווען זיי האבען געזעהן פאר זיי קנקן חדש מלא ישן, מלא וגדוש בתורה וביראה. ווען זיי זענען אוועק פון דארט, האט הגה"ק מליסקא זיך אנגערופען: "אילו לא באנו אלא לראות האברך הזה דיינו, ומובטחני שלאילנא רברבי יצמח, ויהיה לשם ולתפארת".
*
דער אונסדארפער רב כשהגיע לפרקו איז געווארען א איידעם ביי רבי ישראל מנחם רייכמאן ב"ר דוד ב"ר אברהם פעלדמאן חתן רבי רבי שמעון ליבערמאן אב"ד שעניא חתן הגה"ק רבי מאיר אברהם אבד"ק טשאבע מח"ס פרי צדיק – וואס דאס האט געמיינט א באזונדערע קירבות און שייכות צו ליסקא, ועוד חזון.
*
ווען ער האט שוין געהאט זיין גרויסע ישיבה און אונסדארף האט איהם אמאהל איינע פון זיינע תלמידים געפרעגט ווען ער איז געוועהן בדיחא דעתיהו: "אז צו חכמת האמת דארף מען מסורה, א קבלה אמיתית איש מפי איש, על כן נפשו בשאלתו צו וויסען פון וועלעכע רבי האט דער רב מקבל געוועהן דער הנהגה". האט איהם דער אונסדארפער רב געעפערט: "נאך מיין חתונה בין איך אסאך געפארען צו הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע, און ער האט מיר אלעס מגלה געוועהן".
*
נאך בחייו פונעם הייליגען אך פרי תבואה זי"ע ווען דער אונסדארפער רב האט נאך געהאט זיין ישיבה אין טשאבע, ווי ער איז געוועהן רב פאר אונסדארף, איז געקומען קיין ליסקא צו מרן האך פרי תבואה זי"ע הרבני החסיד ר' עוזר פון חוסט ער איז געוועהן א זוהן פון דער באיאם רב, ער איז געוועהן א שטארקע ליסקא חסיד און געלערנט אבער און 'טשאבע', און דערציילט אז ער האט געהאט גערעט מיט זיין רבי דער טשאבע רב, און לויט ווי ער האט פארשטאנען האט דער טשאבע רב א נדנוד און התנגדות צום דרך החסידות, און אזוי ווי דער זאך האט איהם שטארק פארדראסען איז ער געקומען קיין ליסקא מלשין זיין היות ער איז א מתנגד צו חסידות, וואס דער ליסקא רב גייט ארום פארשפרייטען.
ווען הגה"ק רבי צבי הירש מליסקא זי"ע האט דאס געהערט, האט ער צוריק געזאגט זייער שארף: "לאזט מיר גיין, דעם טשאב'ענער יונגער מאן, שעפעט מיט אים נישט, ער וועט זיין אין א קורצער צייט איין גדול הדור ותפארת ישראל". (ספר תולדות שמואל בשם הר"ר צבי ראזנבליטה מחסידי ליסקא ששמע בעצמו מר' עוזר הנ"ל).
*
אין א בריעוו געדריקט סוף ספר אור פני יהושע וואס א תלמיד פון הגה"ק רבי יהושע בוקסבוים הי"ד אבד"ק גאלאנטע האט געשריבען, בתוכן דבריו שרייבט ער אזוי:
דכירנא פעם אחת באתי לחצר הקודש (כוונתו על הגה"ק מאונסדארף), וראיתי שהולך עם כד בידו לשאוב מים בבור שבחצר, ורצתי אחריו ליטול הכד ולהביא מים, ולא הניח אותי, ונצטערתי על זה, וכאשר הרגיש בזה אמר בנועם שיח: "הנה הגאוה"ק מליסקא זי"ע נסע אל הה"ק רר"מ מפרעמישלאן, וכאשר בא העירה עיף ויגע וחלש ממסע הדרך, רץ איש אחד להביא לו איזה מאכל ומשקה להחיות נפשו, ואמר הגוה"ק מליסקא זי"ע "הנה עכשיו הוא מצוה גדולה להחיות אותי,תאמין לי ידידי כי גם אני נצרך למצוה כזו, ואקנה בעצמי מאכל ומשקה להחיות עצמי".
"כן", אמר לי מורי (מאונסדארף) "אם מצוה להביא לי מים, תאמין שגם אני נצרך למצוה, ואם אינו מצוה למה אתה רץ". כן היה שיחתו.
*
אין דעם הקדמה צום הגדה של פסח – באר שמואל ווי עס ווערט אויס גערעכנט בפרטיות מנהגי חומרות וואס דער אונסדארפער רב האט אלץ מחמיר געוועהן אין פסח. ברענגען זיי צו אז איינמאהל איז דער אונסדארפער רב געוועהן לפני חג הפסח אין ליסקא ביי מרן האך פרי תבואה זי"ע,, ובשעת זיצענדיק אין אזוי שמועס'ענדיק בעניני דיומא פון מנהגי פסח, זאגט דער אך פרי תבואה "אז זענען פארהאן מענטשען וואס זענען זיך נוהג אין פסח מיט חומרות גדולות מאד". און דער אך פרי תבואה הייבט אזוי אן ברוח קדשו אויס צו רעכענען אלע חומרות מיט וואס דער אונסדארפער רב איז זיך אלס נוהג, אין ער האט צוגענדיקט זיינע ווערטער "שאין מהצורך לחומרות קשות כאלו".
דער אונסדארפער רב האט שפעטער געזאגט: "אז הגם ער האט פארשטאנען פון די ווערטער פון ליסקא רב אז ער איז מרמז אויף איהם, אשר ידע ברוה"ק ממנהגי חומרות ביתו, מכל מקום איז זייער שווער פאר איהם מבטל צו זיין זיינע מנהגים וואס ער פירט זיך שוין אזוי עטליכע יאר, אבער פאר זיינע תלמידים בעט ער טאקע אז זיי זאלען זיך נישט אזוי פירען".
ס'אינטרעסאנט צו באמערקען אז אויך מרן האך פרי תבואה זי"ע האט זיך געפירט מיט חומרות גדולות, אבער זעהט אויס אז דאס איז געוועהן גארנישט כלפי חומרות היתרות פון הגה"ק מאונסדארף זצ"ל.
*
און ספר בית ישראל השלם פון הג"ר ישראל טוסיג זצ"ל (מגדולי תלמידי הגה"ק מאונסדארף) איז ער מעתיק א דרשה וואס דער אונסדארפער רב האט נאך געזאגט בשם מרן האך פרי תבואה מליסקא זי"ע בעת דער גרויסע אסיפה צו אסר'ן דעם רבנים סעמינאר, צו וואס איך וועל נאך צוריק קומען באריכות הדברים.
*
אין דעם ספר בית ישראל השלום (חלק ה') ברענגען זיי צו בשם הג"ר ישראל טויסיג הנ"ל בנוגע אנצו ווארעמען דער בית הטבילה אין שבת דורך א עכו"ם, וזה לשונו:
"בשבת קודש היה מי המקוה באונסדארף קרים מאוד, אך הי' שם תנור שהוסק על ידי גוי, ואמר אדמו"ר מאונסדארף: "אף אם מי המקוה קרים הם, לא יצטנן האדם הטובל בהם, מאחר שהוחם בית המרחץ, עצה זו לחמם את בית המרחץ שמע מחסידי ליסקא".
*
הג"ר ישראל טויסיג הנ"ל ברענגט אין זיין הקדמה צום ספר 'תפארת אהרן' מהג"ר אהרן זינגער זצ"ל "שמעתי דבר הגון מאדמו"ר הגהצוה"ק מאונסדארף זי"ע בשם הגה"ק ר' הירש ליסקא זי"ע בנוגע למנהגם של חסידים ואנשי מעשה לטבול במקוה טהרה בכל יום ויום..."