זענען מיר באלעבאס אין שטאט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
נח בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 11:29 am
געפינט זיך: אין תיבה
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 434 מאל

זענען מיר באלעבאס אין שטאט?

שליחה דורך נח בער »

א גוטער ידיד מיינער האט אפגעשריבן די פאר שורות, באזירט אויף אן אמת'ער פאסירונג.

דער ענין פון 'טון ווי אזוי עס שמעקט אונז' ווייל 'דער שטאט באלאנגט פאר אונז' ברויך מער עלאבארירט ווערן אבער צוערשט זיינע ווערטער:

אן אמתע געשיכטע.
אפאר אינגעלייט זענען געווען ברוגז אז די גוים אין א שכינותדיגע פארק רעדן גאר הויעך און מאכן געשרייען אזוי שפעט ווי דריי אזייגער (אקעי נאכמיטאג, אבער סאיז שבת)
די אידן האבן אריינגערופן 911 311 611 411 היתכן מלאזט צו אזא זאך, פארשטייט זיך דער אנטווארט איז געווען "שאפט אייך אויערן שטאפערס ווייל ממעג רעדן הויעך אינמיטן טאג"
די אינגעלייט האבן אפגעמאכט גענוג איז גענוג, מהאט אנגעטון די רעזשוואלקעס און אראָפּמאַרשירט ביז ניין או פּריסינקט, שוין ווילן מיר רעדן צום קעפטעין.
מהאט זיי אריינגערופן אין א קאנפערענץ צימער ווי די אינגעלייט האבן זיך אפגעשמועסט, מגייט פארלאנגען א באלדיגע פאליציי איינהייט צו ארעסטירן אלע שקצים אינעם פארק.
ווען דער קעפטעין האט אריינשפאצירט האט ער געבעטן, ביטע הערט אויף אייערע צווישנרופן, קודם וויל איך ענק אויפשפילן אפאר אנדערע גערעגטע טעלעפאון רופן.
דער ערשטע איז פון א גוי וואס האט דעליווערט א שגצל אין קאר, ווען די ארוינים מיט זאליס האבן אפגעשפארט גאנץ ליע, בעדפארד, קענט, וויליאמסבורג סטריטס, ראסס, היוס.
אלעס צו ווייזן ווער סהאט א גרעסערער עולם שמחת תורה.
די צווייטע איז ווען שומרים האט אפגעשפארט גאנץ ליע פון אינדערפרי ווייל סאיז דא א כתיבת אותיות.
איר ווילט הערן נאך?
אונז פאליציי פארמאכן די אויגן און אויערן ווען עטס דרייטס איבער א שטאט, די ווילסט אונז זאלמער זיך אויפפירן בחומר הדין?
די אינגעלייט האבן זיך שטילערהייט ארויסגעשלייכט פון דעם סטעישאן, אפשר באלאנגט טאקע די גאנצע שטאט נישט פאר אונז?

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר