בלאט 1 פון 12

אייסיס נייעס

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 9:33 pm
דורך [NAMELESS]
דריטע האסטעזש ערמארדערט ר"ל
BAGHDAD - Islamic State terrorists fighting in Iraq and Syria released a video on Saturday which purported to show the beheading of British aid worker David Haines.

Reuters could not immediately verify the footage. However, the images were consistent with that of the filmed executions of two American journalists, James Foley and Steven Sotloff, in the past month. Haines, a 44-year-old father of two from Perth in Scotland, was kidnapped last year while working for the French agency ACTED. The video entitled, "A Message to the Allies of America," opened with UK Prime Minister David Cameron talking about working with the Iraqi government and allied Kurdish Peshmerga forces to defeat Islamic State. "This British man has to pay the price for your promise, Cameron, to arm the Peshmerga against the Islamic State," said a masked man dressed in black with a British accent, standing over Haines, who was shown kneeling and wearing an orange jumpsuit. The video then showed the beheading of the kneeling man.

At the end of the video, another hostage was shown and the masked man said he would be killed if Cameron continues to support the fight against Islamic State.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 13, 2014 11:20 pm
דורך גנדי
ווי קען איך זעהן די ווידיאו?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:10 am
דורך שמעקעדיג
עס לוינט נישט צו קוקן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 12:13 am
דורך ברעט מענינג
שמעקעדיג האט געשריבן:עס לוינט נישט צו קוקן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 8:44 am
דורך טיטאניק
איך האב נישט געפאלגט
און טייער באצאלט
נישט געקענט פארמאכען א אויג די גאנצע נאכט
שררררעקליך

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:05 am
דורך טעפל
נאך א מזל כ'האב זיך איינגעהאלטען פון קוקן..

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 9:23 am
דורך שמעקעדיג
איך האב נאר געזען א בילד ביפאר/עפטער. נישט קיין קליפ. עס האט מיר גענומען א האלבע שעה צוריק צו קומען צום נארמאלן שכל.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:17 am
דורך גנדי
באקומען די ווידעאו אויף וואטס עפפ.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:32 am
דורך שמעקעדיג
און...???

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:59 am
דורך גנדי
איך בין נתפעל פון זייער פראפעשינעל video editing

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 1:04 pm
דורך אויס מענטש
:evil: :evil: :evil:
גנדי האט געשריבן:איך בין נתפעל פון זייער פראפעשינעל video editing

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 1:34 pm
דורך מבקר
גנדי האט געשריבן:ווי קען איך זעהן די ווידיאו?

דא קען מען זעהן די הכנה למצוה און די סטראשע אויף ווייטער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 4:48 pm
דורך יעדער לאכט
כ'ווייס נישט פארוואס, אבער פאר סאם ריזען האלט איך אז די שחיטות איז א בלויזע שפיל צו טערארעזירן די מעריב וועלט.
ס'איז גרינג צו פעלשן אזא זאך נאכדערצו ווען זיי ווייזן נישט די עצם מעשה נאר די הכנה און א (פאטאשאפט?) בילד פון דערנאך.
דאס וועט אפשר אויך פארענטפערן וויזאזוי די וויקטעמס שפילן אזוי שיין מיט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:53 pm
דורך לאליפאפ
יעדער לאכט האט געשריבן:כ'ווייס נישט פארוואס, אבער פאר סאם ריזען האלט איך אז די שחיטות איז א בלויזע שפיל צו טערארעזירן די מעריב וועלט.
ס'איז גרינג צו פעלשן אזא זאך נאכדערצו ווען זיי ווייזן נישט די עצם מעשה נאר די הכנה און א (פאטאשאפט?) בילד פון דערנאך.
דאס וועט אפשר אויך פארענטפערן וויזאזוי די וויקטעמס שפילן אזוי שיין מיט.

זאל איך דיר שיקן די ווידיא ווי מ'שניידט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:05 pm
דורך יעדער לאכט
לאליפאפ האט געשריבן:
יעדער לאכט האט געשריבן:כ'ווייס נישט פארוואס, אבער פאר סאם ריזען האלט איך אז די שחיטות איז א בלויזע שפיל צו טערארעזירן די מעריב וועלט.
ס'איז גרינג צו פעלשן אזא זאך נאכדערצו ווען זיי ווייזן נישט די עצם מעשה נאר די הכנה און א (פאטאשאפט?) בילד פון דערנאך.
דאס וועט אפשר אויך פארענטפערן וויזאזוי די וויקטעמס שפילן אזוי שיין מיט.

זאל איך דיר שיקן די ווידיא ווי מ'שניידט?


ס'איז דען דא פון די עצם מעשה?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 1:55 pm
דורך רויטע וואנצעס
This is so messed up on so many levels

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Vcew3qmidRI[/youtube]

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 1:28 pm
דורך יואב
Man Survives an ISIS Massacre

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=i1Eqe5s1rmY[/youtube]

אייסיל נוצט מאסן פארניכטונג וואפן,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 7:37 pm
דורך ישראל קאפקע
די פרעמיער מיניסטער פון איראק האט היינט באשולדיגט אז די איסלאמיסטישע שטאאט קעמפער האבן גענוצט כלארין גאז צו אומברענגען איראקער סאלדאטן, לויטן באשולדיגונג זענען דריי הונדערט סאלדאטן פון די איראקער מיליטער אומגעקומען נאכן פארגאזט ווערן פון די טויטליכע כלארין אטאקע אין די מערב'דיגע סוני שטאט פאלוזשא.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 23, 2014 10:00 am
דורך רויטע וואנצעס
ניו יארק טיימס טוט א געוואלדיגע ארבייט, מסביר צו זיין מיט גרעפס, וויאזוי אייסעס אפערירט.

http://www.nytimes.com/interactive/2014 ... works.html

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 3:23 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איך קען נישט משיג זיין פון די אייסיס חברה, בפרט פון די וועלכע גייען אהין בחפץ לב, שווערע צענדליגער טויזענטער, אין די מאסן!

להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי אונז אידן, טראץ אונזער "זיסע אידישקייט", פאלן שטיקער יעדן טאג צו די פרייע וועלט. פארפאלן, עבדא בהפקירא ניחא להו, מענטשן האבן ליב "פרידאם", קיינער זאל זיי נישט שטיין אין וועג. דאס איז שוין ביי אונז. ואם בארזים וכו', וואס זאל מען שוין זאגן צו די ברוטאלע שאריא געזעצן? צב"ש מען טאר נישט טרינקען אלקאהאל, מען טאר נישט הערן מוזיק, מען מוז טעגליך אויפשטיין גאר פרי און דאווענען 5 מאל א טאג אן קיינע תירוצים, און מען שטעלט מער משגיחים דערויף ווי אונזער וועד הצניעות, און אויב כאפט מען דיר עובר זיין הרג'עט מען תיכף ומיד, פארן גנב'ענען און געוויסע אנדערע עבירות האקט מען גרויזאם הענט און פוס, מען שניידט אראפ אברים, פאר יעדעס מינדעסטע שטות אדער מחשבה זרה קוילעט מען אויס מאסן אנשים נשים וטף, עס העלפט נישט קיין תשובה אדער חרטה; לכאורה וואלט דאך יעדער נארמאלער מענטש שיש לו מח בקדקדו געברויכט אנטלויפן פון אזא סארט לעבן כמטחוי קשת, מוחה זיין און לוחם זיין דערויף!!! און דערווייל לויפן מענטשן מיט א ענטוזיאזם זיך אנשליסן אין די גרופעס.

איינער פארשטייט עס? איך בין עס נישט משיג.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 4:36 pm
דורך ישראל קאפקע
טערקישע פארליאמענט אויטאריזירט מיליטערישע אקציע קעגן אייסיס אין איראק און אין 'סיריע',

ס'איז היבש אינטערעסאנט ווי טערקיי וואס איז געווען די ערשטע און פילייכט די מערסט אויסגעשפראכענע שטיצער צו די אנטי אסאד רעבעלן אין סיריע, גייט איצט מעגליך גאר זיין די איינציגסטער (צוזאמען מיט אמעריקע) צו אטאקירן קעמפער פון די איסלאמישע שטאאט גרופע אין סיריע, (ענגלאנד פראנקרייך וכו' האבן קלארגעשטעלט אז זייערע אטאקעס גייט זיין דווקא אין איראק)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:00 pm
דורך טאמבל סאס
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איך קען נישט משיג זיין פון די אייסיס חברה, בפרט פון די וועלכע גייען אהין בחפץ לב, שווערע צענדליגער טויזענטער, אין די מאסן!

להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי אונז אידן, טראץ אונזער "זיסע אידישקייט", פאלן שטיקער יעדן טאג צו די פרייע וועלט. פארפאלן, עבדא בהפקירא ניחא להו, מענטשן האבן ליב "פרידאם", קיינער זאל זיי נישט שטיין אין וועג. דאס איז שוין ביי אונז. ואם בארזים וכו', וואס זאל מען שוין זאגן צו די ברוטאלע שאריא געזעצן? צב"ש מען טאר נישט טרינקען אלקאהאל, מען טאר נישט הערן מוזיק, מען מוז טעגליך אויפשטיין גאר פרי און דאווענען 5 מאל א טאג אן קיינע תירוצים, און מען שטעלט מער משגיחים דערויף ווי אונזער וועד הצניעות, און אויב כאפט מען דיר עובר זיין הרג'עט מען תיכף ומיד, פארן גנב'ענען און געוויסע אנדערע עבירות האקט מען גרויזאם הענט און פוס, מען שניידט אראפ אברים, פאר יעדעס מינדעסטע שטות אדער מחשבה זרה קוילעט מען אויס מאסן אנשים נשים וטף, עס העלפט נישט קיין תשובה אדער חרטה; לכאורה וואלט דאך יעדער נארמאלער מענטש שיש לו מח בקדקדו געברויכט אנטלויפן פון אזא סארט לעבן כמטחוי קשת, מוחה זיין און לוחם זיין דערויף!!! און דערווייל לויפן מענטשן מיט א ענטוזיאזם זיך אנשליסן אין די גרופעס.

איינער פארשטייט עס? איך בין עס נישט משיג.

דו ווילסט צוגלייכן? דו מיינסט טאקע אז דו וואס גייען אהין זענען ערליכע יראים וואס מוטשען זיך מיט'ן מה חובתי בעולמי? רעדסטיך איין פאר א מינוט אז זיי חזר'ן איבער א פנחס'דיגע קנאות? א מכה. די חברה וואס גייען אהין קעמפן זענען רוצחישע פסיכאפאטן וואס זייערע תאוות זענען צו קוילען יונג און אלט, רעיפן תמימות'דיגע מיידלעך און הערשן אויף אנדערע מיט א מין אכזרישע מאכט הונגעריקע סאדיזם. אסאך פון זיי האבן שוין א קרימינאלע רעזומעי נאך פאר זיי זענען אהין אנגעקומען. די רעליגיע איז נאר א תירוץ, א מיטל, און אין בעסטן פאל א מאניפעסטאציע פון א פסיכישע דיפעקט. און נישט עפעס צו וואס זיי זענען consciously aware of.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 5:07 pm
דורך שמעקעדיג
דאס מיינט אז די תאוה פון רצח'ענען מענטשן איז זיי ווערד אויפצוגעבן יעדע טראפ פרייהייט פון זייער לעבן?
מאדנע.