בלאט 1 פון 1

ארטיסטישע תורות

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 1:20 pm
דורך בן תמליון
סאיז מיר פארגעקומען אזוי ביי אונז איז קונסט קיין ארטיקל מיין איך אבער אז אפטמאל חסידישע טייטשעלעך און תורה'לעך חוץ דעם גייסטליכער מוסר זענען בגדר קונסט. אט למשל האב איך געזען פונעם קאצקער רבי'ן ער טייטשט דעם פסוק אין תהלים: גם חושך לא יחשיך ממך, פינסטער איז נישט טינקל, גם חושך לא יחשיך, ממך, ווען מ'ווייסט עס איז פון דיר זיסער רבונו של עולם. גיוואלדיק ארטיסטיש פיל איך. טיילט מיט וואס איר פילט זענען אזאלכע.

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 1:33 pm
דורך בן תמליון
אט למשל האב איך יעצט געזען א איד ברענגט פון א דרשה ר' מנחם זעמבא האט געזאגט אין ווארשעווער געטא.
כי יודע ה' דרך צדיקים ודרך רשעים תאבד. ווען ס'איז צרות וואס זאגט א רשע? תאבד, עס איז דערנאך ס'איז פארלוירן. אן ערליכער איד אבער זאגט כי יודע ה' דער אייבישטער ווייסט, דאס איז דרך צדיקים, ודרך רשעים תאבד. געוואלדיק.

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 1:45 pm
דורך זר זהב
זייער שיין!

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2012 2:23 pm
דורך בן תמליון
באקאנט וואס דער ישמח משה זאגט: מגיננו ראה אלקים, קוק ווער'ס זענען אונזערע מנהיגים, והבט פני משיחך, שיק שוין נאר דעם משיח.