בלאט 1 פון 5
לך בשלום, אלכסנדר, תנוח בשלום על משכבך
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:45 am
דורך בר דעת
בשכנות פון אונזער באליבטע שטובל רוהט זיך במנוחה די "צימעס אפטיילונג" ווי עס פאשען זיך רוהיג אזעלכע וואס זענען בגדר "א ווארעם עסט זיך אריין אין רעטעך מיינט ער אז עס איז נישטא קיין בעסערס" על כל בנים, דארטן רודערט זיך שוין א שטיק צייט איבער די העפטיגע מחלוקת אין ישיבת אלכסנדר. עס זעהט דארטן אויס ווי יעדער אייניקל לבית זינגער האט שוין געמאכט דארט א ניק צו פארטרעטן זיין טאטע אדער פעטער. דאס איז אבער אלעס צימעס, איך וויל בארירן די נושא פון א נישט צימעס'דיגע פרעספעקטיוו, און איך וויל ערקלערן פארוואס איך ווינטש גרויס הצלחה פאר ביידע צדדים אין די מחלוקת, למכה מצרים בבכוריהם, און אז עס זאל זיי געלונגען צו צוברעכן די דאזיגע אבן נגף.
יעדער ווייסט אז עס הערשט א געוואלדיגע קריזיס אין חינוך, מוסדות ווארפן זיך מיט קינדער אויף א שרעקליכן פארנעם און ליידער זענען דא קינדער וואס זיצן אינדערהיים, צום טרויער פון די עלטערן, אן טרעפן א בית חינוך פאר זיי.
אנגעהויבן האט זיך די צרה נישט מיט קינדער נאר צוערשט מיט בחורים, און פון דארטן רוקט זיך עס.
די אנפאנג פון די צרה ביי די בחורים איז געווען מיט די ישיבות למצויינים, די פארשאלטענע פאלשע מושג וואס האט גארנישט מוסיף געווען צו כלל ישראל אויסער די יעצטיגע קריזיס פון נישט נעמען קינדער.
די ישיבת למצויינים איז איין גרויסע פאלשע באלאן, די ישיבת למצויינים ערצייגן נישט קיין בעסערע בחורים און די בחורים וואס ווערן אנגענומען זענען לאו דווקא מצויינים.
די ערשטע און מערסטע חוצפה'דיגע למצויינים איז געווען אלכסנדר. אלכסנדר איז בעצם גארנישט, עס איז אן איסתרא בלגינא, נישט ר' ברוך, דער ראש ישיבה, נישט ר' יאסל דער רבי און נישט זייער טאטע זענען געווען אנשים מורמים מעם. זיי זענען זייער פשוטע מענטשן וואס האבן זיך זייער ליב און האבן געעפענט א ישיבה בלויז צו בויען זיך א נאמען און באקומען כבוד. די ישיבה איז נישט עפעס עכט זייער תוכן'דיג, והראיה, קוק אויף די ליסטעס וואס די צימעס אידן האבן ארויפגעלייגט אז היינט זענען שוין א ריזיגע פראצענט פון די מגידי שיעור בסך הכל זינגער אייניקלעך און קרובים, דאס טייטשט מגידי שיעור סוג ג', אזוי ווי אין יעדע אלגעמיינע מוסד. בסך הכל זענען דא איינס אדער צוויי גוטע מגידי שיעור. (אויב הרב קוויאט איז א גוטע מגיד שיעור, מיר זעהט ער אויס ווי א צעווילדעוועטער בעל מחלוקת, קוקנדיג זיינע דרשות בייים עירוב אדער זיין יעצטיגע אקטיווע ראלע אין די מחלוקת)
וואס הייסט בכלל א גוטע ישיבה אדער א גוטע מגיד שיעור? עס איז ליידער נישטא אזא זאך אין די היינטיגע עולם הישיבות. ווי קען איינער וואס לערנט פאר צוואנציג יאר אין א ציה די זעלבע סוגיות אין ארבעה אבות זיין א תלמיד חכם? די בחורים גייען ארויס פון די אלע ישיבות אדער עמי ארצים, אדער נאך ערגער איינגערעדטע לומדים וואס קענען בסך הכל הונדערט בלאט גמרא און אביסל פארקרומטע לומדות. מען קומט נישט ארויס פון די ישיבות נישט מיט קיין תורה און נישט מיט קיין סחורה. מען קומט נישט ארויס מיט תנך, הלכה, מוסר, חסידות, אביסל קבלה, אביסל היסטאריע און אביסל לומדות, ניין, מען קומט ארויס מיט די זעלבע פיר חידושים פון רבי חיים און מען גייט אריין אין לעבן פוסט און לער, אדער לאזט מען אפ די לומדות און מען ווארפט זיך אריין אין ביזנעס אדער ווערט מען אליין א דעפרעסטער מגיד שיעור וואס וועט ווייטער פארלערנען ארבעה אבות נזיקין מיט די זעלבע פינף שטיקלעך סוכת דוד פאר די גאנצע לעבן.
צוריק צום עניין, אלכסנדר האט מיט א געוואלדיגע גאווה געהרגעט דעם עולם התורה מיט זייער פאמפע אז דאס איז די בעסטע ישיבה און מיט זייער שחצנות'דיגע וועג פון נאר נעמען קינדער פון גרויסע גבירים און רבי'ס, דאס האט געהרגעט אסאך ישיבה קטנה'ס ווי די וואס האבן זיך גערופן די בעסערע בחורים זענען זיך צעלאפן, און האט אריינגעפירט די מושג פון זיך ווארפן מיט בחורים.
דאס האט ליידער געפירט צו די היינטיגע מושג אז מוסדות פייניגן עלטערן און קינדער און ווארפן זיך מיט אידישע נשמות.
פון די אלטע מושג פון עפענען א מוסד צו אויפטון פאר אידישקייט, אזוי ווי אלע גרויסע מוסדות האבן אנגעהויבן, אזוי ווי באבובער רב האט געמאכט א מוסד און ווי צעלימער רב האט געמאכט א מוסד. אדער העכסטנס אז א תלמיד חכם מופלג ווי רבי משה גרין אדער רבי יוסף ראזנבלום האט געמאכט פאר זיך אליין א ישיבה צו קענען מרביץ תורה זיין און האבן אייגענע תלמידים, איז עס געווארן א ביזנעס ווי אזא בעל הבית ווי ר' ברוך זינגער אדער אזא איש פשוט ווי ר' משה ווייס, הרב וואלנער, הרב גרינבערג פון שער אפרים וכדומה עפענען זיך ישיבות סתם אין די וועלט אריין צו האבן כבוד און מיט דעם צוברעכן זיי די עולם הישיבות און האבן געברענגט די קריזיס אין די גאנצע עולם החינוך.
אלכסנדר התחיל בעצה תחלה, זאל ער די ערשטע אונטערגיין, זאלן ביידע צדדים האבן גרויס הצלחה און די גרויסע ישיבות זאלן בלייבן באלאנסירט מיט אלע סארטן בחורים און די עולם הישיבות וועט שטיין אסאך שענער.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:07 pm
דורך אפטעמיסט
הייליג גערעכט, [tag]בר דעת[/tag].
וואס כ'קען נישט פארשטיין איז פאר וועלכע סיבה אין דער וועלט זאל א טאטע שיקן זיין זון לערנען אין א ישיבה וואו מען שלאגט זיך מיט ציין און נעגל. מילא אין א פארטיי'ישע ישיבה, נו, געהערט דאך דער פאטער צו יענער מקום. אבער א פרעמדער מענטש זאל שיקן זיין קינד צו א ישיבה וואו מ'הרגעט זיך איבער'ן קאפ, וויי אין דע ווארלד???
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:14 pm
דורך אויס מענטש
על הר גבוה עלי לך בר דעת וכשופר הרים קולך!
אויפריכטיגע ווערטער און קלאר צום פינטל אמת עס איז שוין זייער שפעט, ווייל די מדה רעה האט שוין געשלאגן ווארצלען באורך וברוחב פון יהדות, און האט שוין געצייגט אירע פינסטערע פירות אויף א מאסאשטאבליכען פארנעם.
אנגעהויבן מיט דעם וואס אנדערע האבן דאס גענומען פאר א מוסטער און דאס נאכגעמאכט, און דערמיט ווייטער אפגעהארגעט פילע תלמידים וואס וואלגערן נעבעך ארום אינעם עולם התוהו פון גיאות מיט לומדות צוזאם געמישט, וואס רבים חללים הפילה, און אין בעסטן פאל איז מען אויפגעוואקסן א נארמאלער בעלעבאס, און ליידער אסאך מאל פיל פיל ערגער, כידוע ליודעים, פון קיינע נייע גאונים איז קיין ריידע נישט.
און גענדגיט מיטן דעם חורבן פון סעלעקטירן בחורים זה הולך לחיים וזה הולך לעזאזל.
וואס איז געווארן מיט דעם מאמר חז"ל אם הרב דומה למלאך ה' צבאות תורה יבקשוהו מפיו, ווער איז ממלא דעם אפטייטש פון מלאך ה' צבאות ווער פון אט די עומדים בראשי ישיבות למצויינים???
אוי לך אלכסנדר! עדיין לא שתית את הכוס על כולה, מי יגלה עיניך לתקן את המעוות וליישר את המעוקם, וסר חטאך וענתך תכופר.
עס וואלט ווען געפאסט געזאגט צו ווערן ביי אן עצרת רבתי במקהלות רבבות אלפי ישראל דורך אלע מוכיחי בשער.
אבער עכשיו שלא זכינו נקבל את האמת ממי שאמרו!!!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:16 pm
דורך ראש הישיבה
דו ביסט גערעכט מיט די נקודה וואס 'דו טענהסט.
אבער מען דארף קוקן אויף די אנדערע זייט קיין פתרון האב איך נישט.
קוק למשל רעב שמעלקא לייפער- חוסטער רבי, האט געעפנט א ישיבה פאר יעדן בחור וואס וויל לערנען. ווי לאנג ער איז נישט קיין קאליקע האט ער געקענט אריין דארט. ער האט מצליח געווען פאר א פאר יאהר, געהאט איבער 150 בחורים, אבער האט נישט צו לאנג מאריך ימים געווען.
הרב גינזבערג האט געהאט א בינוני ישיבה וואס איז אונטער געגאנגען. איך מיין אז ער האט געהאט גוטער צייטן.
איך האב געלעאנט אין די נ' יארן אין נזר התורה. עס האבן געלערנט דארט איבער 400 בחורים. יעדער האט געקענט אריין.
די מגידי שיעור זענען געווען גאונים. ר' זכריה שפרונג, ר' משה פריעדמען, ' חיים ווייס, ר' מרדכי שטערן, ועוד.
דאס זענען חוץ זייער עמקות זענען זיי געווען גאונים בהרבה מקצעות התורה.
אבער דער ישיבה ערזיסטירט שוין נישט היינט, אדער איז דא 20 בחורים, נישט מברר געווען לעצטנס.
עפעס מוז פארענטפערט ווערן פארוואס די מציונים ישיבות האלטן זיך, אבער די אלע וואס זענען דא צו סערווירן די ציבור הרחב האט נישט צו לאנג א קיום.
אויסער די חסידות'ן זיי האלטן אהן. איך מיין ווייל די חסידות'ן באקומען נאטירלעך פלייש וויפיל עס פעלט אויס פאר זיי.
נאכאמאל איך בין מסכים וואס דו האלטסט. אבער מען מוז משים לב זיין צו וואס איך בין אויך מאיר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:22 pm
דורך בר-כוכבא
אלכסדר איז געווען פון די הדיוטים קופצים על ראש עם קודש מיטן אנהייבן דעם ראסיסטישן סיסטעם פון קלויבן און ווארפן אויף קיין שום אנדערע סמך אויסער גאות. איך געדענק נאך ווער פון מיינע חברים זענען אהין געגאנגען לערנען און ווי אזוי זייער לעבן און השקפה איז געווען.
סאיז א ישיבה מיט א רוח פון דל גאות שאין הדעת סבלתו און יעצט ווען די בלאף האט געקראכט עקעלט זיך יעדער נארמאלער מענטש פון קוקן אויף זייער זייט.
דער תיקון פון די השחתה וואס אלכסדר האט אריין געברענגט וועט זיין אויב אנדערע מוסדות וועלן ארויסנעמען א מוסר השכל וואו זיי וועלן אנקומען מיטן נאכמאכן דעם מהלך.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:26 pm
דורך ברסלבער
בר דעת רעדט מיט דעת. מען דארף קענען צוזאמשטעלן דער קשר פון די אנטוויקלונגען צו זעהן אז דאס האט געברענגט זייער מפלה.
ראש הישיבה זאגט א גוטע פוינט, אבער דער תירוץ ליגט אין דיינע ווערטער, אז מען נעמט מגידי שיעור גאונים צו לערנען מיט בינוני בחורים וועט זיך עס נישט אויסארבעטן, אבער אז מען נעמט מגידי שיעור וואס פארשטייען די געברויכן פון א בחור, און קענען רעדן מיט אים זיין
שפראך, זיי קענען רעדן צום בחור זאכן וואס וועט אים צוניץ קומען אין לעבן, דאן האט עס מער שאנסן מצליח צו זיין.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:50 pm
דורך איך אויך
בר דעת קען זיין ביסט גערעכט און קען זיין מען קען זיך אביסל דינגן ,אבער לאמיר דיר פרעגן למשל איבער ר' מאיר שפירא'ס ישיבת יח''ל אין לובלין וואס האט אויפגעשטעלט א ישיבה נאר פאר מצוינים (מען האט שטרענג פארהערט 200 בלאט אויסווייניג פאר מען האט געקענט נתקבל ווערן) ווען די וועלט האט געהאט אסאך בינוני ישיבות ,אויף עם וואלסטו געזאגט די זעלבע?
---------------
ראש ישיבה ,אויפגעכאטע ישיבות/אויפגעכאפטע בעלי דרשנים ומשפיעים /אויפגעכאפטע זינגערס וניגונים וכו. טוישן זיך כסדר והארץ לעולם עומדת ,כך היא דרכה של העולם און עס מוז נישט מיינען עפעס ספעציעל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:56 pm
דורך ברסלבער
איך אויך, אין די צייט פון ישיבת חכמי לובלין האט נישט יעדער בחור געמוזט גיין אין ישיבה, און אז א בחור איז נישט געגאנגען אין ישיבה האט אים אויך גארנישט געפעלט. אבער אז די סטאנדארט איז אז יעדער בחור מוז גיין אין ישיבה, און אויב נישט פאלט ער אינגאנצן ארויס פון סיסטעם און פון אידישקייט, און די ישיבות ווארפן זיך מיט די בינוני בחורים, איז די פיקטשער גאר אנדערש.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 2:03 pm
דורך כוכב
אלכסנדר האט אנגעהויבן דעם גאלד גאלאפ אז מנעמט נאר גוטע בחורים מ'שטיינס געזאגט, און זינט מענגעלע איז נאכנישט געווען אזא ברוטאלע און רשעות'דיגע סעלעקציע ווי אידיש בלוט איז הפקר פעטרישקא.
וכל זאת החרשתי, נאר מגלגלין חובה ע"י חובה, און פון דארט האט זיך אנטוויקלט א קאטאסטראפע וואס שטעלט גלאבל ווארמינג אין שאטן, און אלע ישיבות מוזן זיך ווארפן כדי צו קענען עקזיסטירן ווייל די טאטעס זוכן דעם מארקעט פון "גוטע ישיבה" און מיט דעם ווערט פארענטפערט די תמי' פון ראש ישיבה, ווייל קיינער וויל נישט שיקן אין סתם א ישיבה נאר אין א "גוטע ישיבה" וואס נעמט נאר "גוטע בחורים" און אויב טאנצטו נישט נאך וועט דיין ישיבה צעפאלן.
אלכסנדר האט ארויסגעגעבן הונדערטער לומדים, אבער אויך הונדערטער בחורים וואס דרייען זיך אין די גאסן פארדראגט און מיט טאטאס וואס האבן נישט קיין ישיבה. די קרעדיט איז פאר אלכסנדר. יעדער בחור מיט דזשינס און א גירלפרענד קען מיט רעכט זאגן ער איז אן אלכסנדר תלמיד, א פראדוקט צום פארדאנקען ר' ברוך און ר' יוסל און אלע אנדערע לעפקאס און קליינס וואס זענען אויפגעקומען און געשפייזט דעם וואנזיניגן און גאווה'דיגן שחצנותדיגן איינפאל.
ס'איז א ריכטיגער מעוות שלא יוכל ליתקן, די טרייסט איז זייער א קליינע ווייל אפילו די ישיבה וועט אונטערגיין וועט אבער דער פראבלעם בלייבן קאי וקיים בעווה"ר.
אלנפאלס, שפתיים קישאק פאר בר דעת, צום קישן און צום לעקן יעדעס ווארט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:05 pm
דורך סימפל
1) צו שווער צו זאגן אז א מציונים ישיבה איז אייביג א שלעכטע זאך. עס איז דא א ישיבה אין מאנסי וואס הייסט מאור יצחק. עס איז אינטער די פירערשאפט פון הרב וואקסמאן שליט״א. איך קען אביסל די ישיבה. איך זאג אפן, איך וואלט נישט געוואלט לערנען דארט פאר קיין פינעף מינוט. עס איז געמאכט פאר עקסטרימלי ערענסטע בחורים. און זיי נעמען נאר אן טאפ בחורים.
אבער למעשה, וואקסט אריין אין די ישיבה, וועסטו נישט זען קיין בריא אין די האלוועיס. גייסט אריין אין די בית המדרש וועסטו זען ווי דער עולם זיצט און הארעוועט. וועסט זייער שווער טרעפן איינעם שמועסן.
איך קען אפאר גוטע בחורים וואס זענען אהין געגאנגען, וואס אויב וואלטן זיי געבליבן לערנען אין א עוורעזש ישיבה, וואלטן זיי געבלין מער וויניגער די זעלבע. אפשר וואלטן זיי אפילו פארוואסערט געווארן, אפשר פארקערט. למעשה זענען זיי אהין געגאנגען, און זיי האבן זיך געטוישט צו די גוטע זייט אויף א אומגלויבליכן אופן. אדאנק וואס זיי לערנען און א מציונים ישיבה. א זאך וואס וואלט קיינמאל נישט געשעהן ווען זיי לערנען ווען אין א עווערזש ישיבה.
סאו למעשה מיין איך אז עס איז נישט אזא שלעכטע זאך, אז ס׳איז דא איין, צוויי, מצוינים ישיבות.
2) וואל מארט, וואס אפיציעל נעמען זיי אן יעדן איינעם, האט אויך געוויסע גייד ליינס וועם זיי נעמען אן. און זיי מאכן אויך בעקראונד טשעקס. ווייל קיין שום סטראקטשערד פלאץ קען נישט אן נעמען ׳יעדן׳ איינעם. א ישיבה קען נישט אן נעמען פון די וואסער שעפער ביז די האלץ האקער. ( מענינא דיומא ) איט וואונט ווערק. איך זאג נישט אז די ישיבות טיען נישט קיין אומרעכטן. אבער מען קען נישט מאכן א בלענק סטעיטמענט, אז זיי מוזן אן נעמען יעדן איינעם. און נישט דיסקראמענירן קעגן קיין שום בחור. געוויסע בחורים באלאנגן אין שוואכע ישיבות.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:36 pm
דורך [NAMELESS]
סימפל האט געשריבן:איך קען אפאר גוטע בחורים וואס זענען אהין געגאנגען, וואס אויב וואלטן זיי געבליבן לערנען אין א עוורעזש ישיבה, וואלטן זיי געבלין מער וויניגער די זעלבע. אפשר וואלטן זיי אפילו פארוואסערט געווארן, אפשר פארקערט. למעשה זענען זיי אהין געגאנגען, און זיי האבן זיך געטוישט צו די גוטע זייט אויף א אומגלויבליכן אופן. אדאנק וואס זיי לערנען און א מציונים ישיבה. א זאך וואס וואלט קיינמאל נישט געשעהן ווען זיי לערנען ווען אין א עווערזש ישיבה.
סאו למעשה מיין איך אז עס איז נישט אזא שלעכטע זאך, אז ס׳איז דא איין, צוויי, מצוינים ישיבות.
אין
יעדע average ישיבה איז דא א מספר בחורים מצוינים, top quality, וואס זיצן און הארווען און דרייען זיך נישט אין די hallways און איז שווער צו טרעפן זיי שמועסן. איך זעה נישט וואס די "מצוין" ישיבה וואלט ווען צוגעגעבן פאר זיי חוץ א ברייטערע אויסוואל פון חברים פון זייער סארט וואס יעצט זענען זיי פארכאפט בין כותלי ישיבת המצוינים וואס גיבט זיי גארנישט צו צום לעבן חוץ זיי אונטערדרוקן אונטער די עול פון שפילן "פיינע בחור" מיט א ביליאן הגבלות.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:49 pm
דורך איך אויך
וואט עבאוט קנאת סופרים תרבה חכמה?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:21 pm
דורך יאסל ראקאווער
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט יעדע ישיבה אנגענומען צוואנציג פראצענט פון זייערע תלמידים על פי גורל. די על פי גורל רעדזשיסטרעישען וואלט געווען אפען צו יעדע יידישע נשמה. מחוטב עציך עד שואב ממיך. און די גורל וואלט געווען רעגולירט דורך א אינדעפענדענט באורד.
א גורל איז על פי השם. אונז דארף מיר נישט זיין גאטס פאליציי.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:57 pm
דורך מנחם
ווען וועלט וואלט ווען געווען וועלט וואלט בכלל נישט עקסעזטירט די פארשאלטענע ראסע סעלעקציע, אז די היינטיגע חינוך סיסטעם האט זיך אוועקגעשטעלט (ליידער) אז א בחור דארף זיין אין ישיבה, דארף די טויערן זיין אפען פאר יעדעם גלייך.
ווילסט סעלעקטירן? זעה אז עס זאל זיין א נארמאלע זאך פאר א עוורידזש בחור צו גיין ארבעטן. בי ענד עידזש וואלט זיך מחיה געווען, און דער בחור וואלט טאקע חתונה געהאט מיט אפאר בריסקע קוועטש פארדרייענישן ווייניגער, ער וואלט טאקע נישט געוויסט פונקטליך ווען דער חלות הנשיאין איז, ווען ער ווערט פון א חפצא א גברא (אדער פארקערט), אבער פון די אנדערע זייט וועט ער קענען מקיים זיין דעם ואפרנסך ושאר חלקי הכתובה למעשה נישט נאר להלכה.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:06 pm
דורך מאטי
דרייען זיך צופיל בחורים אויף די גאס? יא
פירן זיך די ישיבות בארבאריש? יא
איז אלכסנדר געווען א ישיבה בלויז פאר מצוינים? יא
האבן זיי זיך געווארפן מיט עמך בחורים מיט פוסטע גאווה? יא
וואלט דער אלגעמיינער מצב געווען בעסער ווען נישט אלכסנדר? איי דאונט טהינק סאו.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:15 pm
דורך שעפטל
מאטי האט געשריבן:דרייען זיך צופיל בחורים אויף די גאס? יא
א דירעקטע תוצאה פון די לינקס און רעכטס פינגער געווייזעכטס
מאטי האט געשריבן:פירן זיך די ישיבות בארבאריש? יא
ווענצעך וועלכע, און ווי ווייט אבער יעדער מיט זיין שטייגער
מאטי האט געשריבן:איז אלכסנדר געווען א ישיבה בלויז פאר מצוינים? יא
געהייסן אזוי. ס'קען זיין ס'זענען אריין מצויניים, זענען ארויסגעקומען מצוינים? ניין! און נאכאמאל ניין! און נאדער א דריטע מאל ניין! ניין, ס'זענען נישט ארויסגעקומען פון דארט קיין גרעסערע כלים ווי פון סיי וואסערע אנדערע ישיבה, ווי זענען זייערע גאונים? דיינים? מורה הוראה? ראשי ישיבות? פון די לעצטע ווייסעך וויפיל יאר זיי זענען אפען? דרייען זיך ארום גרעסערע קעפ אינעם עולם התורה וואס האבן געלערנט אין אלכסנדר ווי אנדערע פלעינע ישיבות? איך האב זיי נישט געטראפן.
מאטי האט געשריבן:האבן זיי זיך געווארפן מיט עמך בחורים מיט פוסטע גאווה? יא
יא פאר גאווה אבער נישט פאר תאווה, נישט אז זיי זענען געווען געלט גייציג, אבער געניג און נאך האבן באלאנצירט דעם באדזשעט דארט...
מאטי האט געשריבן:וואלט דער אלגעמיינער מצב געווען בעסער ווען נישט אלכסנדר? איי דאונט טהינק סאו.
זעכער אז יא! זיי זענען געווען פון די סאמע ערשטע איינצושטעלן דעם מענגעלע סיסטעם.
באמת, איך האלט נישט אז אלכסנדר האט געמוזט אננעמען יעדן בחור, זיי האבן נישט קיין חדר וואס א בחור וואס האט געלערנט אין תלמוד תורה בני וואטעווער ד'אלכסנדר וואלט ווען געמוזט דארטן אנקומען, נאר די חורבן וואס זיי האבן געמאכט איז פשוט, ארויסגענומען די גוטע פון די אנדערע ישיבות, און אזוי געלאזט די נארמאלע ישיבות מיט ביניני'ס און פראבלימאטישע, די תוצאה דערפון איז אז די אנדערע ישיבות האבן אויך געמוזט ווערן סעלעקטיוו און פאנג אן די שאלות ותשובות נאכאמאל....
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:18 pm
דורך כוכב
צום פינטל שעפטל.
ווי אלעמאל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:22 pm
דורך כוכב
פון מיין כיתה זענען זיך אלע מצוינים אנטלאפן דריי קיין אלכסנדר, דריי קיין געלטצעהלער וכו'.
ווי שאקירט בין איך געווען א טאג נאך דער חתונה צו טרעפן אלע צוריק אין כולל פון אונזער קהלה ביים זעלבן שלחן ערוך הל' גרופה וקטומה.
סתם בעלאני מאקארני, איין טאג נאך דער חתונה זיצט דער געיטסטער, בריסקער, נאוואמינסקער, בית התלמיד'סטער, וכו ביים זעלבן פארקוועטשטע כולל באנק האלטנדיג ביי קאווע רונדע נומער פינף.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:35 pm
דורך מאטי
נו אויב אזוי, וואס האט דיר געבאדערט אז זיי זענען געגאנגן
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 6:58 pm
דורך מאטי
זעכער אז יא! זיי זענען געווען פון די סאמע ערשטע איינצושטעלן דעם מענגעלע סיסטעם.
דאס איז א גוטע טעאריע אבער נישט קיין זיכערע מסקנה. איך נעם זיך נישט אן פאר די חברה, לגמרי נישט! איך פארלאנגט בלויז אינטעלעקטואלע ווארהייט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 7:57 pm
דורך שעפטל
מאטי האט געשריבן:נו אויב אזוי, וואס האט דיר געבאדערט אז זיי זענען געגאנגן
ווי איך האב שוין געשריבן אויבן
שעפטל האט געשריבן:נאר די חורבן וואס זיי האבן געמאכט איז פשוט, ארויסגענומען די גוטע פון די אנדערע ישיבות, און אזוי געלאזט די נארמאלע ישיבות מיט ביניני'ס און פראבלימאטישע, די תוצאה דערפון איז אז די אנדערע ישיבות האבן אויך געמוזט ווערן סעלעקטיוו און פאנג אן די שאלות ותשובות נאכאמאל....
מאטי האט געשריבן:זעכער אז יא! זיי זענען געווען פון די סאמע ערשטע איינצושטעלן דעם מענגעלע סיסטעם.
דאס איז א גוטע טעאריע אבער נישט קיין זיכערע מסקנה. איך נעם זיך נישט אן פאר די חברה, לגמרי נישט! איך פארלאנגט בלויז אינטעלעקטואלע ווארהייט.
טשעק עס אויס, איך האב געמאכט אביסעלע ריסודזש א שיינע שטיק צייט צוריק ווען מיין קהילה האט אויך געהאט איינגעשטעלט מער א מציינים'דיגע ישיבה פון די ריינע ראסע.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:02 pm
דורך כוכב
מאטי האט געשריבן:נו אויב אזוי, וואס האט דיר געבאדערט אז זיי זענען געגאנגן
נישט געבאדערט בכלל.
די נקודה איז ווי פאלגנד, ווארום ווען איינער פארט קיין יעיל אדער הארווארד ערווארט מען ס'זאל עפעס נושא פירות זיין נישט מזאל אים טרעפן ביים לאקאלן סטארבאקס רעזשיסטער.
אט דאס איז די פוינט, רובו דרובו פון די אלע 'מצוינים' האבן נישט קיין שענערן עתיד און טיילן מיט דעם זעלבן גורל ווי דער בחור וואס איז מיטגעפארן מיטן אלגעמיינע סיסטעם אן זיך געגאנגען זוכן גליקן ביי רב פינקל און רב ברוס. ווען מטרעפט זיך אין כולל איז אלעס בערך די זעלבע.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:06 pm
דורך zurich
כוכב האט געשריבן:פון מיין כיתה זענען זיך אלע מצוינים אנטלאפן דריי קיין אלכסנדר, דריי קיין געלטצעהלער וכו'.
ווי שאקירט בין איך געווען א טאג נאך דער חתונה צו טרעפן אלע צוריק אין כולל פון אונזער קהלה ביים זעלבן שלחן ערוך הל' גרופה וקטומה.
סתם בעלאני מאקארני, איין טאג נאך דער חתונה זיצט דער געיטסטער, בריסקער, נאוואמינסקער, בית התלמיד'סטער, וכו ביים זעלבן פארקוועטשטע כולל באנק האלטנדיג ביי קאווע רונדע נומער פינף.
אוי זאגסטו גיט!!