בלאט 1 פון 1

לייבל כהן - כמעט ווי "די בלוס"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:21 pm
דורך יידל
לעצטנס האט דער רוח ה' ווידעראמאל גערוט אויף אחד משרידי דור הישן, אויגן וועלכע האבן נאך געזען אויגן, ר' לייבל כהן זז"ג. דער נייער ניגון זיינער - אויב עס קען בכלל ווערן אנגערופן ניגון - הייסט כמעט ווי די בלוס.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=9VYXECtjOos[/youtube]

אט זענען די ליריקס:

I saw some people starving
There was murder, there was rape
Their villages were burning
They were trying to escape
I couldn't meet their glances
I was staring at my shoes
It was acid, it was tragic
It was almost like the blues

I have to die a little
Between each murderous thought
And when I'm finished thinking
I have to die a lot
There's torture and there's killing
And there's all my bad reviews
The war, the children missing
Lord, it's almost like the blues

So I let my heart get frozen
To keep away the rot
My father said I'm chosen
My mother said I'm not
I listened to their story
Of the Gypsies and the Jews
It was good, it wasn't boring
It was almost like the blues

There is no G-d in Heaven
And there is no Hell below
So says the great professor
Of all there is to know
But I've had the invitation
That a sinner can't refuse
And it's almost like salvation
It's almost like the blues

מיין פשט אין די ניגון בעזרת צורי עלי איז אז די בלוס רעפערענצן די מוזיק זשאנרע מיט דעם נאמען. מער ספעציפיש, די בלוס אין די ערשטע יארן זענען געווען באקאנט אלס ניגונים וועלכע האבן ארויסגעברענגט ערנסטע פראבלעמען אינעם אפריקאנעם-אמעריקאנעם געזעלשאפט. לדעתי לדעתי איז כהן'ס כוונה צו זיין גאר ציניש מיטן פארגלייכן די אלע שרעקליכע זאכן צו די בלוס, ווי צו זאגן, איך מיין עס אזוי ערנסט און דראמאטיש ווי די בלוס - א איבערגעטריבענע זארג און שרעק איבער א צווייטנס מצב.

ועוד י"ל, מער על פי פשוטו, די בלוס איז דיפרעשאן. כהן זאגט אז גארנישט קומט נישט צו צו דיפרעשאן. אבער לפ"ז צע"ג דער לעצטער סטאנזא.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
אויב עס קען בכלל ווערן אנגערופן ניגון

איך טראג זיך לעצטענס ארום מיט א שטארקע חשד אין הארצען אז ווען כהן גייט נסתלק ווערן (אדער ס'וועט אים שוין איינמאל געלונגען אליינס צו מאכן די מעשה), גייט מען טרעפן זיין צוואה א גרויסע סמיילי פון איין עק בלאט ביזן צווייטן, פון אויבן ביז אראפ. ווי צו זאגן "ס'איז מיר געלונגען, כ'האב ענק אלע געפירט אין באד אריין". כ'בין ערענסט ביי די מיינונג אז ער זיצט ביינאכט אין בעט און קייקעלט זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיניגער סייקאפעט פון אלע וואס פלאגן זיך צו לערנען פשט אין זיינע לידער וואס האט לכתחילה נישט קיין שום משמעות (כ'מיין בעיקר זיינע לידער פון די לעצטערע יארן). דאס מאל איז אים געגאנגען און שגעון אריין אזוי ווייט אז אפילו א טאן האט ער נישט פארגינען זיינע חסידים, פון ליריקס אפגערעדט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 3:44 pm
דורך אפטעמיסט
איי, מורא'דיג.

איך הער אין דעם ניגון (?) א טיפע דעפרעסיע, ווייטאג און יאוש אין די מענטשהייט. כ'פארשטיי אז ער פרובירט ארויסצוברענגן ציניש ווי דער וועלט ווערט נאר אן ערגערע פלאץ צו וואוינען מיט'ן ארויסברענגן דער היינטיגער מצב קעגן דער אמאליגער שוין שלעכטער וועלט.

וואס קומט היינט פאר איז דאך איום ונורא. נישטא קיין צלם אלוקי מער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 4:27 pm
דורך איך אויך
אז אזא זעלטן מיעסע קול הייסט א זינגער האב איך נאך האפענונג.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:24 pm
דורך לעיקוואד
יידל האט געשריבן:דער נייער ניגון זיינער - אויב עס קען בכלל ווערן אנגערופן ניגון
.

פארדעם האב איך הנאה געהאט אז דער ניו יארקער האט מפרסם געווען ווי ר' לייבל ליינט דער פאעם כמו שהוא אן דער א"ג ניגון. https://soundcloud.com/newyorker/listen ... -the-blues

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:39 pm
דורך יואליש
ער איז אלעמאל געווען א פאעט וואס זינגט בעריטאניש זיינע ניגונים. אבער די שטומע אויף זיין יעצטיגע אלבום צום אכציגסטע געבורטסטאג איז א גאנג. עפעס גייט פאר מיטן כהן גדול ביי די שמונים.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:47 pm
דורך יואליש
כ'האב געקלערט אז
My father said I'm chosen
באציט זיך צו די כהונה און די רבונישע משפחה פון וואס ער שטאמט.

נאדיר א ניגון וואס לענארד זאגט איז אינספירירט ביי דעם ונתנה תוקף
Leonard Cohen - Who by fire: http://youtu.be/EQTRX23EMNk

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
און אז מ'רעדט שוין פון Leonard Cohen פאר ראש השנה איז כדאי צו דערמאנען זיין ונתנה תוקף

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=EQTRX23EMNk[/youtube]

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:02 am
דורך ונבנתה העיר
און זיין 'הללויה' - וועלכע ווערט געזונגען תחת כל עץ רענן - איז עפעס א קלייניגקייט?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=YrLk4vdY28Q[/youtube]

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:06 am
דורך [NAMELESS]
ונבנתה העיר האט געשריבן:און זיין 'הללויה' - וועלכע ווערט געזונגען תחת כל עץ רענן - איז עפעס א קלייניגקייט?

וואו ער מאכט א קוגל פון דוד המלך מיט שמשון הגבור

Re: לייבל כהן - כמעט ווי "די בלוס"

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:29 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
אן עכטער כעלעמר מגיד.
עס ברענגט זיך ארויס ביי די אלע ציורים, ווי די התפרצותדיגע כוחות פון דעם מאנסביל, ווערט פארהאקט און פארצוימט דורך די שטילע אבער שטולענע כוחות פון די פרוי.
דארף עס טאקע זיין איין מענטש ממש??

בנוגע דיין ערשטע טענה וואס דו שרייבסט אויבן, אויב ר' לייבל לאכט א גוטס.
וואס איז דען דאס נוגע, קוק און שפיר וואס די ווערטער רעדן צו דיר, ובזה יצאת ידי חובתך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 1:00 am
דורך יואליש
ידידי שמעון פון אן די מעין ליין האט אמאל געפאסט איבער א ספר פון כהן'ס זיידע ווי דער פינעף יעריגער לענארד ווערט דערמאנט. לענארד האט דאן געזאגט פאר א חבר אז ער האט נישט געוויסט דאס אז ער איז דערמאנט אינעם ספר.

http://onthemainline.blogspot.com/2012/ ... w.html?m=1

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 1:14 am
דורך [NAMELESS]
יואליש האט געשריבן:ידידי שמעון פון אן די מעין ליין

הייסט דאס אז Fred MacDowell הייסט באמת "שמעון"?
דארף מען נאר נאך געוואר ווערן זיין לעצטע נאמען (און מיר ווייסן שוין נישט צוויי מענטשן)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:19 am
דורך יאיר
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
אויב עס קען בכלל ווערן אנגערופן ניגון

איך טראג זיך לעצטענס ארום מיט א שטארקע חשד אין הארצען אז ווען כהן גייט נסתלק ווערן (אדער ס'וועט אים שוין איינמאל געלונגען אליינס צו מאכן די מעשה), גייט מען טרעפן זיין צוואה א גרויסע סמיילי פון איין עק בלאט ביזן צווייטן, פון אויבן ביז אראפ. ווי צו זאגן "ס'איז מיר געלונגען, כ'האב ענק אלע געפירט אין באד אריין". כ'בין ערענסט ביי די מיינונג אז ער זיצט ביינאכט אין בעט און קייקעלט זיך פאר געלעכטער ווי א וואנזיניגער סייקאפעט פון אלע וואס פלאגן זיך צו לערנען פשט אין זיינע לידער וואס האט לכתחילה נישט קיין שום משמעות (כ'מיין בעיקר זיינע לידער פון די לעצטערע יארן). דאס מאל איז אים געגאנגען און שגעון אריין אזוי ווייט אז אפילו א טאן האט ער נישט פארגינען זיינע חסידים, פון ליריקס אפגערעדט.

:lol:

דאס איז שוין אן אלטע פראבלעם וואס איך האב, אז זיבעציג פראצענט פון די פאפ ניגונים ווערטער האבן נישט קיין הענט און קיין פיס. דאס ווערט דאך געמאכט בדרך כלל דורך האליוואד זשאנקיס, וואס קען מען שוין ערווארטן פון זיי. נאר די טענער קענען אמאל זיין גאנץ טיף און רירנד.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:46 am
דורך יואליש
יאיר האט געשריבן:

לענארד איז קיין פאפ סטאר. זיינע לידער זענען מעלעכאניש און נאסטאלאגיש, און עגנימעטיק און אפען פאר ע' פנים אינטערפריטעשאנס. אמאל איז ער קהלת און אמאל שיר השירים, און רוב מאל ביידע צוזאמען.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:55 am
דורך יואליש
אייגענטליך, כ'קלער יעצט אריין. כהן האט א ביבלישע אונטערטאן דורכאוס זיינע לידער, אמאל כתובים און אמאל נביאים, א שיר השירים, קוהלת, איוב, איכה, ירמיהו, ישעיהו, אביסל משלי.

ס'וואלט געווען אינטערעסאנט צו דורכקוקן זיינע לידער מיט ביבלישע ברילן.

אין די ווערטער פון פאול סיימאן (וואס כ'האב געהערט כהן עס פארליינען, נישט זינגן, the words of the prophets are written on the subway walls.

Re: לייבל כהן - כמעט ווי "די בלוס"

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:49 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
זיין קאריערא האט זיך אנגעהויבן מיט ארויסגעבן א בוך פון poetry. הערשט אסאך שפעטער האט ער אנגעהויבן צו קאמפאזירן און זינגען לידער.
זיין ערשטע פאעטישער בוך האט גאנץ פיין אויסגענומען ביים עולם.
ער איז ווייט ווייט פון א פאפ זינגער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 9:35 am
דורך אפטעמיסט
משוררים קאפעליע זינגט "בואי כלה" אויף ר' לייבל'ס "הללויה"

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 11:23 am
דורך רויטע וואנצעס
אפטעמיסט האט געשריבן:משוררים קאפעליע זינגט "בואי כלה" אויף ר' לייבל'ס "הללויה"

wow משוררים ווערט בעסער יעדן טאג. הערליך אדאפטירט דעם ניגון. דודי ווערט אויך צוביסלעך א שטערן.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 7:07 pm
דורך דענקער
נאך א שיינע הללויה אויף לכה דודי.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=qbDI_0z7otU[/youtube]