בלאט 1 פון 1

אוויר הרעים, מיין ביזנעס איז שטערקער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:46 pm
דורך הערשי
מיט פרייד נעמט דער ציבור הרחב אויף די בשורה מרנינה אז מאלעיזשן עירליינס גייט באנקראט!

יעדער ווייסט אז עס הערשט א געוואלדיגע קריזיס אין זשאבס. ביזנעסער ווארפן זיך מיט ארבייטער אויף א שרעקליכן פארנעם. ליידער זענען דא מאלעזער וועלכע זיצן אינדערהיים, צום טרויער פון די זייערע משפחות, אן טרעפן א שטאך ארבייט.

אנגעהויבן האט זיך די צרה נישט מיט קלענערע ביזנעסער, נאר צוערשט מיט די נאציאנאלע לופטליניע, און פון דארטן רוקט זיך עס. די נאציאנאלע פארקערפערשאפט, די פארשאלטענע פאלשע מושג וואס האט גארנישט מוסיף געווען צו מאלעזיע אויסער די יעצטיגע קריזיס פון ארבייטסלאזיגקייט.

די לופטליניע איז איין גרויסע לופט באלאן. ס'פליט אין די לופטן, כמגדל הפורח באויר, אן קיין שום קאנקרעטע אחיזה. ס'דאכט זיך אז מ'פארט ערגעץ, אבער למעשה פליט מען אהין און צוריק, היינו שיבה היינו ביאה. היינט רוקט מען זיך פארווערטס פון קואלא לאמפור קיין בעידזשינג, מארגן צוריק, און איבערמארגן עודך, ככלב ששב על קיאו.
די פילאטן זייערע זענען ווייט פון געלערנטע פליער. איינער וועלכער פליט צוואנציג יאר די זעלבע פאר מ"ב מסעות הייסט א גוטער פליער? אחוץ זיך דרייען רעכטס לינקס, אהער און אהין, ויסעו ויחנו, טויגן זיי אויף גארנישט.

צוריק צום עניין, מאלעיזשן עירליינס האט מיט א געוואלדיגע גאווה געהרגעט די זשאבס מארקעט מיט זייער פאמפע אז זייערס איז דאס בעסטע ארבייטס פלאץ אין לאנד. זייער שחצנות'דיגע וועג פון אויפנעמען נאר פעאיגע פילאטן און יפת תואר'דיגע דינערין האט געהרגעט אסאך קאפע הייזער, וויבאלד די וועלכע האבן זיך גערופן בעסערע נעזער האבן איבערגעלאזט זייער סארווער פאזיציעס. דאס האט אריינגעפירט די מושג פון זיך ווארפן מיט ארבייטער. דאס האט ליידער געפירט צו די היינטיגע מושג אז געשעפטן ווארפן זיך מיט מאלעזער נשמות. 

פון די אלטע מושג פון עפענען א פאבריק צו אויפטון פארן לאנד, אזויווי אלע גרויסע אינטערנעמונגען האבן זיך אנגעהויבן, אזויווי לענין האט געמאכט, ווי מאו האט געמאכט, אדער אפילו ווי, להבחל"ח, קאסטראו, איז עס געווארן א ביזנעס. עפענען א ביזנעס סתם אין די וועלט אריין צו האבן כבוד און געלט און מיט דעם צוברעכן זיי די זשאבס מארקעט און האבן דורכדעם געברענגט די קריזיס אין די גאנצע עקאנאמיע.

מאלעיזשן עירליינס התחיל בעצה תחלה, זאלן זיי די ערשטע אונטערגיין, און דאס לאנד וועט שטיין אסאך שענער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 8:49 pm
דורך בר דעת
אשפ"ג!!!!! ריזיג, גאוניש

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 10:45 pm
דורך מנחם
:D :D :D

ווי איך הער יעצט אויף ק/פ, זענען די פילאטן שארף צוטיילט ווען א רייע סטראשענען זיך גענצליך אפצוטיילן און גיין אליינטס אין ביזנעס.
עס וואלט געווען באגריסווערנד צו הערן אז זיי גייען פארשטיין די טעותים וואס זייער מוטער קאמפאני האט געמאכט, למעשה ווי עס קוקט אויס פלאנען זיי ווייטער אנצוגיין מיטן יפת תואר'דיגן מהלך פון קלויבן פילאטן. פרישע ביזנעס מיט די סעים ש**.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 3:32 am
דורך מאטי
אין א שטורמישע זיצונג וואו די עקזעקעטיווע דירעקטארס פון די לופט-ליניע צוזאמען מיט די עקאנאמישע פארשטייער פון די רעגירונג, האבן די לעצטע - בעת א פרואוו מצד די לופט-ליניע צו פארטיידיגן זייער שטעלונג - זייער שארף אראפגעריסן די פירמע, זאגענדיג צווישן אנדערע: "איר קענט זיך נישט באשיצן אונטערן שירעם פון קאפיטאליזם! אייערע רעקלאמעס פלעגן כסדר לויפן מיט לאזונגען; "מיר  זענען נישט דא בלויז פאר רעסיפראקאצינאלע אנגעלעגענהייטן, נאר אויך, און בעיקר! צו הייבן די גייסטישע און רעליגיעזע שטאפלען פונעם פאלק.

איר האט ליב געהאט צו באטאנען; "מיר טוען גאט'ס ארבייט, מיר זענען דא צו ברענגן די איינוואוינער העכער,  - און דערונטער נענטער צו גאט."  שילדן האבן געווארנט: "מיר זענען די איינציגע אפציע פאר אייער עתיד, מיר זענען די  איינציגע פארמיטלער צווישן די איינוואוינער מיט גאט. אנדערע דרכים וואס קוקען אפשר אויס זיס אין אנהייב, ענדיגן זיך אבער מיט שטעכיגע דערנער שפעטער" האט איר געליארעמט.

ווען די איינוואוינער האבן זיך געבעטן און געוויינט ''מיר קענען נישט מער! מיר האבן שוין נישט קיין כח פאר אזויפיל נסיעות, קוים וואס מיר אריענטירן  זיך פון אונזערע אייגענע נסיעות, לאזט  איר אונז  נישט אטעמען איידער איר באפעלט אונז מיר זאלן באזארגן אונזערע קינדער מיט א קארטע". האבן אייערע גייסטישע פירער מיט א קאלטבלוטיגקייט קאטעגאריש אפגעזאגט אונזערע פארלאנגן, איר האט אונז אפגעשראקן אז גאט וועט אויף אונז שטארק בייז זיין, און אך און וויי פאר ווער עס באגעגנט זיין צארן. מיר טארן נישט מאכן קיין פינאנציעלע חשבונות - האבן אייערע גייסטישע זיך געאייסערט - ווען מיר רעכענן אויס די הוצאות פון די קארטעס פאר אונזערע קינדער. מיר דארפן בלינדערהייט זיך איינהאדלען מער און מער... כדי צו זיין פון די גליקליכע וואס האבן פיל נשמות אויף אייערע פליגער וואס הייבן זיך אויף זיך צו דערנענטערן צו גאט.

אלזא, ווען די  מאלאזיער איינוואוינער האבן אייך ערליך געפאלגט, ווארפט איר זיך מיט זיי ווי א טאבע? דאס איז דאך אייערע מענטשן, פרי עמלכם וואס איר האט פראפעגאנדירט אין נאמען פון גאט דאס זאל פרודאצירט ווערן. מיטאמאהל שפילט איר דעם "ביזנעס שפיל" כאילו דאס האט גארנישט מיט אייך, איר פירט דא אויס בלויז א פינאנס געטריבענע פונקציע.

ניין און ניין! מיר וועלן נישט פארגעסן די היסטאריע אזוי שנעל.

דעריבער ווען מיר הערן א בשורה אז אייערע אינערליכע גייסטישע האבן אנגעהויבן דירעקטירן "דאמעסטיש", זייער זעלבסט געטריבענע האס וואס זיי זענען געווען געוואוינט די לעצטע צענדליגער יארן צו באגיסן דעם ציבור, און דערמיט, דאס צושפליטערונג פון אייער בלוט דורכגעווייקטע אזויגערופענע "ביזנעס געטריבענע" אינסטיטוציע, איז דאס א פריידיגע באגריסנווערדע געשעעניש.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 10:47 am
דורך ביבער
@הערשי, געטראכט אקוראט די זעלבע ליינענדיג יענעם אשכול.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 10:48 am
דורך בר דעת
די משל איז זייער גוט, ערקלערט ביטע די נמשל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 1:09 pm
דורך ידען
ביבער האט געשריבן:@הערשי, געטראכט אקוראט די זעלבע ליינענדיג יענעם אשכול.

וואס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:55 pm
דורך שמעקעדיג
דו דרייעסט זיך נישט גענוג דא..
דערא אשכול באציהט זיך אויף א ענליכע קעפל
viewtopic.php?f=5&t=7001

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:57 pm
דורך שמערל
וויי געוואלד ווי מיר שטייען דא אז די אמת קען נאר ארויסגעברענגט ווערן בהסתרה שבתוך ההסתרה, שוין ממש בעקבתא דמשיחא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:57 pm
דורך יתרו
בר דעת האט געשריבן:די משל איז זייער גוט, ערקלערט ביטע די נמשל

קודם אשפ"גסטו פונעם גאונות און נאכדעם פארשטייסטו נישט די נמשל... איך האב מיך קודם געשפירט ווי א תלוש, בר דעת זעט דא גאונות, און איך יקל פארשטיי נישט די נמשל. שוין, יעצט זעע איך אז מיר זענען אין דעם זעלבן שיפל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:29 pm
דורך הערשי
פאראדיע פון
viewtopic.php?f=24&t=7184

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 10:45 pm
דורך בר דעת
יתרו האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:די משל איז זייער גוט, ערקלערט ביטע די נמשל

קודם אשפ"גסטו פונעם גאונות און נאכדעם פארשטייסטו נישט די נמשל... איך האב מיך קודם געשפירט ווי א תלוש, בר דעת זעט דא גאונות, און איך יקל פארשטיי נישט די נמשל. שוין, יעצט זעע איך אז מיר זענען אין דעם זעלבן שיפל.

די וועג וויאזוי די פאראדיע איז געשריבן איז גאר טאלאנטפול, טאלאנט איז טאלאנט, אבער די קשר צום נמשל איז נישט אמת לדינא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 11:56 pm
דורך פליקער
בר דעת מיז זיין לכאורה א בלאנדער

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:24 am
דורך בר דעת
איך בין שווארץ ווי פעך, אבער פאר וואס א בלאנדער?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:49 am
דורך איך אויך
האסט שוין אמאל געהערט וואס די וועלט זאגט אויף בלאנדע ווייבער?