בלאט 1 פון 1

מיינע אלול קבלות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:30 pm
דורך מנחם
אין די ימי אלול ווען עס שטייט שוין אין רמ"א אז מען זאל מחמיר זיין נישט צו עסן קיין פת פלטרין, איז אעכו"כ וויכטיג נזהר צו זיין אין די עיקרי הלכות וואס זענען שוין נתקבל געווארן ע"י רבותינו ואבותינו, ממילא שפירן מיר פאר וויכיטג איבערצוגיין די יסודות הפשוטים וואס יעדער זאל זיך פון פריש מקבל זיין, וישמע חכם ויוסיף לקח, וכל המרבה ה"ז משובח.



[center]*******************[/center]

ווען מען זעט א פרוי טראגן מיט א קערעדיזש שבת זאל מען נישט קוקען אין פנים נאר תיכף אריבערגיין די גאס און שרייען פון די אנדערע זייט שבת!
לא תכירו פנים, אויב באגעגענט זיך מיט אן עלטערע איד וואס טראגט זאל מען זיך נישט דערשרעקן וידמה לפניו כאילו בעל המילך קעסטל עומד לפניו.

הפגנות בחוצות ירושלים, קארבידזש קאנען זענען דעגנעזירט אינטערגעצינדן צו ווערן, אויב שטערט עס פאר די שכינים זאל מען וויסן אז עס איז נישט די רויך וואס שטערט זיי, עס איז עפעס אנדערשט וואס שטערט זיי.

ווען מען עפענט א קרעדיט קארטל זאל מען זיכער מאכן זיך אונטערצוהאלטן אויפ'ן חשבון פונעם אינדיאנען באצאלטן ארבייטער, א גוטע וועג מודיע צו זיין פארן ארבייטער אז מען ווייסט זיין היימלאנד איז דורכ'ן זיך נאכפרעגן די וועטער אין אינדיע.

ווען עס איז דא א לאנגער ליין ביים באנק, ווערט געברענגט פון פריערדיגע מען זאל זיך געבן א ריק אריין גאנץ אנפאנג מיט'ן אויסרייד אז מען איז שוין געשטאנען דא פאר א לאנגע צייט מען איז נאר ארויס פאר הכנות.

ווען א פרוי שלעפט ארויף דריי קינדער מיט א קערידזש אויף די סטעפס איז געזאגט געווארן דעם "והתעלמת מהם" פעמים שאתה חייב להתעלם.

די פלאר אין די מקוה איז מיוחד פאר; זייף שאכטלעך, ניי העמעדער פלעסטיקס, וכו'. גענוצטע האנטוכער איז אויך ראטזאם צו לאזן דארט.

די בור איז מיוחד זיך מכין צו זיין כדת וכראוי כעומד לפני המלך, לכתחלה זאל מען אויפזיכן א דאבבעל קארנער.

ווען מען האט זיך אפגע'טובל'ט און אנגעטוהן קען מען א בלאז טאן די צוויי לעכער העכער די ליפן מיטן האנטוך, ואל יבוש מפני המלעיגים.

א שאויער בעפאר'ן טובל'ן איז נאר ערב שבת, און אויך נאר נאכדעם וואס די וואסער אין בור איז שוין מצטמצק ורע לו. זיך נישט לאזן פון די לעצטיגע מחדשים וואס זענן מקדים טבילה לסריחה.

פלארידא איז נאר מותר פאר קראנקע, אלטע, עסקנים, און רבנים. סתם אנ"ש זאלן זיך קראצן די פיס אין אלפיין עיקערס.

געשעפטן מיט גלאזענע טירן איז אסור בכניסה, ספרע"י פעינט איז אן אלטער מיטל פטור צו ווערן פון די אבן הנוגפות.

מאגאזינען אויפ'ן אידישן שפראך איז שולדיג אין צען פראצענט פון די גיטין (די איבריגע נייניציג פראצענט איז שוין מבורר געווארן בימי גאלאנטא), ממילא זאל מען בויקעטירן די געשעפטן וואס האבן דאס אין באזיץ. א ביינדל פארן סיטרא אחרא האט מען צוגעווארפען די "בינה".

ווידיא קליפס אפילו בדרך דיזשעט"ל קעמר"א בעלמא איז אסור בתכלית האסורים, חוץ ווען עס איז להפיץ תורת הבעש"ט וממשיכיו.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 8:12 am
דורך כוכב
ביי תיקון איז כדאי צו אוועקלייגן זיבן טשיז דעלקעלעך אין א נעפקין אזוי סזאל נישט בלייבן פאר א צווייטן.

טאמער מזעט א איד זאגן סליחות חלילה ביינאכט, זאל מען אים מעורר זיין היתכן, דיין טאטן האסטו געזען זאגן סליחות ביינאכט?

אז א יונגערמאן קומט אריין פון נאך זיבן אין ביהמ"ד איז דער מנהג אים צו זאגן, יעצט גייסטו זאגן שחר קמתי, בעסער אויב מזאגט עס מיט א שמייכל.

ביים עסן די פיש ראש השנה אויפדערנאכט גיט מען אזא קרעכץ, דער מהרשל האט נישט געגעסן קיין פיש ראש השנה.

פאר תקיעת שופר איז א מנהג צו עסן קאקאש קעיק און דערנאך גיין אין מקוה אז די קאקאש אויף די וואנצעס זאלן שווימען אין בור.

מפירט זיך צו פייניגן יעדן וואס כאפט א דרימל ראש השנה אז מפארשלאפט די מזל, והמשכילים עונים, אז דער אר'י איז אויך געשלאפן נאך חצות.