יישר כוח פארן ארטיקל, זייער שיין און באלערנד.
איך וואלט וועין געצויגן די מעשה ווייטער, ווען דער טאג האט זיך פארענדיגט האט דער יתום זיך געמאכט א חשבון הנפש,, וואס, ווי לאנג וועל איך ברויכען זיין דער פריילעך קלאפער פארן גאסן מוזיקאנט, געניג איז געניג, עס איז צייט צו טיען עפעס פאר מיין אייגען זעיל, נו איז געגאנגען אהיים און צו זיך געקלערט אויב טויג איך פריילעך מאכן וועל איך מאכן א געשעפט מיט אלע מוזיקאנטען און שטאט, ער וועט פארמירן א געניטע קליקע פון קלעזמער, ער מיט זיין טאלאנט וועט מאכן זיכער אז זיי וועלן זיין גאר פראפעסיאנאל, און אויב איינע פון די מוזיקאנטען וועלן איינשלאפן וועט דער פראפעסיאנאלער קלאפער בטעות אריין קלאפען און יענעם אזוי אז דער יעניגער זאל פליען, אזוי האט ער מצליח געוועין און איז געווארן דער הויפט אינטערטעינער פינעם לאנד, ביז דער קייזער האט זיך דערוויסט פינעם קליקע זינגער טענצער און קונצען מאכער, און ער האט אים אויפגענימען אלס זיין הויפט לייב זינגער און פריילעך מאכער