בלאט 1 פון 1

אם אסק השמים: גאנדאלעס אין די ניו יארקע הימלן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 7:46 pm
דורך יידל
איר דארפט שוין נישט פארן קיין ווערמאנט אדער ניו העמפשיר צו ווי צו פארן אויף גאנדאלעס! זיי קומען צו אונז, קיין וויליאמסבורג... יא, אזוי ווי איר הערט, א חלום פון א ריעל עסטעיט בראוקער/אינוועסטער וועלכער האט זיך דערזען מיט א פראבלעם אז צווישן וויליאמסבורג און מאנהעטן איז דא א גרויסע טייך וואס פאראורזאכט אז מ'זאל מוזן פארן לכה"פ פערציג מינוט בעפאר מען קען קומען און גיין פון מאנהעטן צו וויליאמסבורג און צוריק. אט איז עס ווי ער לייגט עס אראפ:

"דער פראבלעם: דער L טרעין איז איבערגעפולט. טרעפיק ביים בעדפארד עוועניו סטאנציע [אין נאורט וויליאמסבורג] האט זיך פארמערט מיט איבער פופציג פראצענט זינט 2007. דירות וואוקס אין וויליאמסבורג האט זיך פארמערט דראמאטיש אין די לעצטע צען יאר, ועוד ידינו נטויה. פובליק טראנספארטאציע איז שוין אויסגעצויגן צו אירע לימיטס און קיין "טראדיציאנאלע" לייזונגן איז נישט פארהאן. צו בויען נאך א סובוועי ליניע וועט אפקאסטן אסטראנאמישע סומעס.
די לייזונג: איסט ריווער סקייוועי איז דער לייזונג! שפאן אריבער דעם איסט ריווער אונטער פיר מינוט!"

בילד

ווי האט יענער געזאגט? אלעס הייבט זיך אן מיט א חלום. בעגלא ובזמן קריב. כאפטס א בליק אויפן וועבזייט, אין ערגסטען פאל וועט איר שמייכלן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 7:55 pm
דורך ישראל קאפקע
איך קען קוים ווארטן!! :דאבללייק: :דאבללייק:
אבער מיינט נישט גאנדאלא די שיפל וואס מען נוצט אין ווענעציע צו נעוויגירן די ארטיגע קאנאלן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 7:56 pm
דורך כוכב
יידל לעבט זיך אין זיין באקס און פון לייבל כהן ביז שוועבן אין די לופטן הערט מען נישט פון אים?
וואס זאגט איר עפעס צו די אלכסנדר סומאטוכע?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 7:57 pm
דורך יידל
אלכסנדר, וואס איז דאס, אן עקזאטישער פויגל?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 7:58 pm
דורך יידל
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך קען קוים ווארטן!! :דאבללייק: :דאבללייק:
אבער מיינט נישט גאנדאלא די שיפל וואס מען נוצט אין ווענעציע ארומצופארן די קאנאלן?

הא לן והא להו

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:55 pm
דורך אויס מענטש
אך א שאד דער צדיק ר' יחזקאלע מערץ זי"ע האט דאס נישט דערלעבט
דאס וועט דאך זיין א מוראדיגע מעלה פאר צניעות, און פאר די געוואלדיגע מכשולות פון די תערובות אויף די טרעין.
די שאלה איז נאר וויפיל פערזאנען קענען גיין אויף איינמאל אין א באקסל ?

וואס איז מיט די זיכערהייט ? איז דאס הערמעטיש פארמאכט א גאנצע וועג ?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:27 pm
דורך Big Boy
There is already one from Manhattan to Roosevelt Island. I took my kids on it once. It actually became stuck one chol hamoed with a bunch of heimish yiden in it