בלאט 1 פון 1

אבלה הארץ

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:36 am
דורך הערשי
[justify]את אשר יגורנו בא לנו

די טויטליכסטע מגיפה אין מענטשליך רעקארדירטע היסטאריע האט שוין אויסגעבראכן און בושעוועט אצינד אין מערב אפריקע. די מגיפה באדראעט יעדער מענטש וועלכער וואוינט אין א שטאט פארבינדן מיט שאסייען צו א שטאט מיט א לופטפעלד וואו עס לאנדן עראפלאנען וואס פליען אריין פון לופטפעלדער פארבינדן מיט אפריקע.

דער מלאך המשחית הייסט איבולא, וא"ד עבאלא (Ebola).

איבאלא הרג'ט אוועק 90% אנשטעקיגע. צו לייגן אין פראספעקטיוו, די שווארצע מגיפה (Yersinia pestis) אין מיטל-אלטער האט אויסגעראטן מערסטנס 50% פאפולאציע אין געוויסע שטעט. דאס איינציגסטע חולאת ארגער פון איבאלא איז רבי'ס (rabies), כל באיה לא ישובון, (ווען סימטאמען קומען שוין ארויס, און ס'לעצנטס געווען אויסנאמען פעלער). רבי'ס שטעקט אן נאר א געקליבענע צאל יחידים, די וועלכע זענען ארומגענומען מיט הינט, סבבוני כלבים עדת מרעים, אדער אן עטלף, אדער געביסענע פון אנדערע רבי'ס פאציענט. איבאלא אבער פארשפרייט זיך שנעל און אנדרלמוסיא באה לעולם, וכיון שניתנה רשות למשחית. דערפאר איז איבאלא דאס ארגסטע וואס איז נאר אמאל געווען, און די גויאישע טפשים וועלכע מיינען זיי פירן די וועלט זענען ערנסט באזארגט פארן עתיד פון דאס מבחר היצירה.

די אונטערגאנג וואס האט אויסגעבראכן סוף מערץ דהאי שתא, נעמט שוין ארום פיר לענדער אין מערב אפריקע, האט שוין אנגעשטעקט כמעט פינף טויזנט, און האט שוין פארלענדט צוויי האלב טויזנט, ועוד ידו נטויה, יד חזקה זו הדבר.

די פאראייניגטע שטאטן האט זיך נעכטן ווידער אפגערופן צום רוף פונעם וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע (WHO), און פארשפראכן דריי טויזנט טרופן און א דריי פערטל ביליאן דאלער צו העלפן אפריקע ספראווען זיך מיט איבאלא. מוסד ביל ומלינדה גייטס האט פארשפראכן א ברייטהארציגע 50 מיליאן דאלער. כאטש וואס די חשובע מוסד איז בעיקר קאנצעטרירט צו באקעמפן איידס און מ'מישט נישט אויס קיין צדקות, האט זי געמאכט דא אן אויסנאם.

איבאלא איז א מחלה וואס מ'קומט איינס צו דריי וואכן נאכן אנגעשטעקט ווערן מיט איבאלא-וויירוס. ס'דא פינף סארטן איבאלא-וויירוס, חוץ מארבורג, און איבאלא זאאיר איז דאס ווילדסטע. ס'פעלט זיך אויס בלוט אדער פליסיגקייט קאנטאקט. איבאלא-וויירוס ווערט נישט פארשפרייט אין די לופט, חוץ איבאלא רעסטאן, וואס איז אומשעדליך פאר מענטשן.

די וויירוס איז א פאדעם-וויירוס און איז (איראניש, אדער דוקא) גאר א פשוט'ע, מיט א נישטיגע אכט פראטינען, א נעגאטיוו רנ"א, און קיין קאנווערט. וויירוס שטעלט אפ אימיון פונקציע דורך בלאקירן אינטערפעראן וואס איז וויכטיג פאר ווייסע צעלן צו קאמיוניקירן, הויפטזעכליך אין קאמף קעגן וויירוסעס. ווי אויך שעדיגט עס אינעוויניג פון די אדערן, אקטיוויזירנדיג דערביי קאעגולאציע און DIC. אינערליכע בלוטיגונג טוט נאכפאלגן. ענדגילטיג טויט פון נירן אפשטעל (כליית כליות), לונגען, לעבער, הארץ אפשטעל. עד כאן לשונו, סתם ולא פירש, ומי יתן והיה כל עם ה' נביאים.

אין יאר תשנ"ה האט ריטשרד פרעסטאן ארויסגעגעבן די גאר אויפגעכאפטע חיבור The Hot Zone, א נ"י טיימס קופצין עליה זבינין. דער ספר שילדערט די איבלען פון איבאלא גאר דראמאטיש און רויט פון בלוט געשפריצעכץ, און האט בשעתו אנגעזייט אימתה ופחד אין די הערצער פון ליינער. אין אן אנדער קופצין זבינין, איבערגוס פון דוד קוויימאן (Spillover, 2012), דעקט ער אויף אז פרעסטאן האט היבש מגזם געווען און צוגעפוצט. נישט אז איבאלא איז ווייניגער טויטליך, נאר ס'איז מער טויט ווי רויט, און נישט אלס זעט מען די טויזנט פאר אויגן פונעם מלאך המוות. פרעסטאן פאררופט זיך א נישט-פיקציע דראמאטיסט. אן אנדער בוך זיינער, דוקא יא א פיקציע, איבער ביאלאגישע טעראר אין די הימלען האט, אזוי הייסט עס, גוט איבערגעשראקן פרעז. קלינטאן, און אים באאיינפלוסט צו אינוועסטירן מיליאנען אין קאנטער-טעראר. דאס איז געווען בעפאר די 9/11 עפאכע. שטייטצעך קלינטאן לייקנט ער האט געפאסט באשלוסן איבער א ראמאן.

פון וואו איז ארויסגעוואקסן דער איבאלא אנשיקעניש, און אין וועלכע טאג איז דאס באשאפן געווארן?

איבאלא, אזויווי עידס און א טייל אנדערע נייע מחלות, קומען פון בעלי חיים, און כאפן זיך אריבער צו דאס מענטשהייט צוליב די נייע מאדעס וואס קומען ליידער ארויס חדשים לבקרים. מען האקט אויס וועלדער וואס שעפערן מיט מיליאנען סארטן באשעפענישן פון וועלכע דער מענטש האט נאך קיינמאל געהערט אדער באגעגנט פריער. צומאל געלונגט פאר א וויירוס צו מאכן דעם איבערגוס און זיך צו באזעצן אינעם מענטש.

צא ובדוק, שרייבט זשאן קעלי אין זיין בוך איבער די שווארצע מגיפה The Great Mortalility. ותמצא, אז ווען אימער דבר בא לעולם, איז פארדעם געווען רעב באה לעולם אדער חרב בא לעולם. אין וויסנשאפט רופט מען דאס לעבנספערע אן עקאלאגישער סיסטעם. א סיסטעם באשטייט פון קלימאט, צמחים, רמשים, עופות, חיות טורפות און אויך מחלות. ווילאנג די עקאלאגיע איז באזעסן שליו ושאנן זענען די מחלות אונטער קאנטראל. יא, ס'שטארבן בעלי חיים דא אין דארט, אבער ס'נישט נגזר קיין גזרת כלייה ח"ו. איינמאל די עקאלאגיע ווערט אויפגעשאקלט, קענען זאכן גיין ארויס פון קאנטראל. אן אויפשאקלונג קען זיין נאטירליך, ווי א טריקעניש, ערד ציטערניש, מי באש מי במים. אדער קען דאס אנגעברענגט ווערן דורך מענטשן. קנאקן בוימער, אויסשפריצן אינזעקטן, פארפעסטיגן טייכן, אויפפרעסן אלע פיש אין ים, וכדומה.

ועוד יש לומר נאך א טעם פארוואס אינעם היינטיגן דור הערט מען זיך אן פון חולאת'ן אשר לא שערום אבותינו, און דאס איז דער ענין פון תיקון הדרכים. אין אפריקע איז דא א שאסיי גערופן דרך חיבה די עידס שאסיי. אט אויף דעם שאסיי זענען לפי המסורה געפארן אנשטעקיגע פון שטאט צו שטאט און פון דארף צו דארף און פארשפרייט ליבשאפט. אין די מערב וועלט האט געהייסן אז די תועבה פארשפרייט עידס. אזוי האט מען זיך בארואיגט שלום עלי נפשי, כ'בין דאך שטארק מאראליש. ריכטיג ס'איז געווען א זכר א שייגאץ א פראנצויז א שלאנג וועלכער האט דאס באוואוסטזיניג פארשפרייט, און די גימלען האבן דאך נישט אנגענעמען חרם דרבינו גרשום, האט זיך דאס פארשפרייט ווייט. אבער געקומען איז דאס פון אפריקע, דורך באנען און עראפלאנען, נישט פון תועבות.

איבאלא איז גלייך צו עידס, און אנדערש פון עידס. ביידע קומען צו מענטשן פון מיני מאנקיס. SIV איז א מאנקי וויירוס ענדליך צו HIV די מענטשליכע ווערסיע. איבאלא כאפט זיך אריבער צו מענטשן דורך מאנקיס, אבער עס איז נישטא קיין ווערסיע פונעם וויירוס נאטירליך אין מאנקיס. מאנקיס שטארבן געשווינד פון איבאלא. א וויירוס קען קונה שביתה זיין אין א בריה נאר אז דאס שאדט אים נישט, אדער הרג'ט אים אפ פאמעליך. עידס הרג'ט פאמעליך. א קראנקער קען ארומגיין אנזייען וויירוסעס, און איידער די שפראנצונגען וואקסן אונטער, זייען זיי ווידער איין. אזוי האט די וויירוס א קיום. איבאלא שלאגט באלד איר פאציענט שטערבליך קראנק. אלע רוקן זיך אפ פונעם מצורע. איבאלא קען אדער אויסראטן דאס אנושיות מיט איין שאס, אדער אונטערגיין. דאס זעלבע מיט מאנקיס. אין די לעצטערע יארן האט איבאלא אויסגעקוילעט גאנצעטע וועלדער מיט גארילאס און שימפאנזיעס בבת אחת. דערפאר קען נישט איבאלא קומען פון מאנקיס. ס'הייסט אז דער עטלף איז דער ארגינאלער גאסטגעבער.

אויפדערווייל איז נישטא קיין היילונג אדער וואקסין קעגן איבאלא. כאטש מען ארבייט שוין יארן לאנג דערויף, איז א וואקסין הערשט יעצט אין קלינישע פראוו. ס'איז פארשטענדליך די שוועריגקייט אין ארבייטן מיט א וויירוס אין וואס איין שלעכטער טריט איז א טויט אורטייל.

כל המחלה לא אשים עליך כי אני ה' רופאך[/justify]

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 7:11 am
דורך הוגה
דאס איז דאכציך די ערשטע מאל וואס איך שרייב א תגובה בלויז אויף א קאמפלימענט, אבער ההכרח לא יגונה. איך מוז קאמפלימענטירן דיין קלארקייט אינעם נושא, אזש ס'קען זיך דאכטען אז דו ביזט חלילה א מעדיקל שולע גראדואירטע, און די וועג ווי אזוי דו צולייגסט די נושא אזוי פשוט און קלאר כדי אז מיר פשוטי כלי עץ זאלן עס אויך קענען פארשטיין. ועל כולם, דאס קעפל (אבלה הארץ) איז pure genius!


.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 7:24 am
דורך כוכב
הערשי, דו ווארףסט מיך אריין אין א פחד.
איז דאס עפעס פון וואס דער פשוטער בירגער דארף זיך פארכטן?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:28 am
דורך יואליש
כוכב האט געשריבן:הערשי, דו ווארףסט מיך אריין אין א פחד.
איז דאס עפעס פון וואס דער פשוטער בירגער דארף זיך פארכטן?


משכהו לבית המדרש. דערווייל איז נאכנישט באריכטעט געווארן קיין איין קעיס אין די בתי מדרשים. ביי סליחות און ביי שופר בלאזן ווערט מען נישט אנגעשטעקט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 9:57 am
דורך שמעקעדיג
הוגה האט געשריבן:ועל כולם, דאס קעפל (אבלה הארץ) איז pure genius!

און די מליצות, אויסדרוקן און מאמרים פון תורה וחז"ל יעדע פאר שורות איז אויכעט א מייסטער ארבעט! א זעלטנהייט פון א שרייב ארבעט.

אזוי הערליך, און שוידער-שרעקעדיג ביינאזאם.
בשורות טובות!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:05 am
דורך ביבער
די פראבלעם מיט @הערשי'ס ארטיקלעך, מען קען קיינמאל נישט פילן אז מ'האט גענדיגט דעם ארטיקל, יעדעס מאל מען ליינט איז פרישע חידושים.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:07 am
דורך פארוואס?
הערשי האט געשריבן:דאס איינציגסטע חולאת ארגער פון איבאלא איז רבי'ס (rabies), כל באיה לא ישובון, (ווען סימטאמען קומען שוין ארויס, און ס'לעצנטס געווען אויסנאמען פעלער). רבי'ס שטעקט אן נאר א געקליבענע צאל יחידים, די וועלכע זענען ארומגענומען מיט הינט, סבבוני כלבים עדת מרעים, אדער אן עטלף, אדער געביסענע פון אנדערע רבי'ס פאציענט.

איז די רבי׳ס א גענעטישע מחלה, אדער לאו דוקא? (לויט וויפיל איך ווייס איז עס עובר בירושה, און צומאל אויך פונעם שווער צום איידעם).

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:46 am
דורך געפילטע פיש
וואו! אן ארטיקל וואס נאר הערשי קאן. וויסענשאפט געשלענגעלט מיט חרוזים, you never fail to amaze!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 11:18 am
דורך ונבנתה העיר
הערליך, הערשי, איך האב נישט וואס מוסיף צו זיין בשבחך.

די טויטליכסטע מגיפה אין מענטשליך רעקארדירטע היסטאריע האט שוין אויסגעבראכן ...

דער מלאך המשחית הייסט איבולא, וא"ד עבאלא (Ebola).

איבאלא הרג'ט אוועק 90% אנשטעקיגע. צו לייגן אין פראספעקטיוו, די שווארצע מגיפה (Yersinia pestis) אין מיטל-אלטער האט אויסגעראטן מערסטנס 50% פאפולאציע אין געוויסע שטעט.

ווי אזוי רעכענט מען 'טויטליכסטע'? פון די אנגעשטעקטע שטארבן טאקע 90 פראצענט, כ'גלייב אבער נישט אז עס וועט אנשטעקן און אפווישן 50 פראצענט פון די פאפיולאציע.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:30 pm
דורך יידל
מבין רסיסי עניו פון הערשל'ן דערקענט זיך אז צבי חמיד ורגיג דילעון בלעותא, אויסגעהארעוועט אין ספרי דחיים וספרי דמתים. באזונדער זענען מיר געפאלן די רייע בליציגע מליצות, קענען זיך פארמעסטן מיטן וגם לרבות און אפילו מיטן האזהר"ה ללא"ו יוצאת. דבש וחלב תחת לשונ"ך.

הערשי האט געשריבן:רבי'ס שטעקט אן נאר א געקליבענע צאל יחידים, די וועלכע זענען ארומגענומען מיט הינט, סבבוני כלבים עדת מרעים, אדער אן עטלף, אדער געביסענע פון אנדערע רבי'ס פאציענט

הערשי האט געשריבן:ועוד ידו נטויה, יד חזקה זו הדבר.

הערשי האט געשריבן:נירן אפשטעל (כליית כליות)

הערשי האט געשריבן:א נ"י טיימס קופצין עליה זבינין.

הערשי האט געשריבן:ס'איז מער טויט ווי רויט, און נישט אלס זעט מען די טויזנט פאר אויגן פונעם מלאך המוות.

הערשי האט געשריבן:צא ובדוק, שרייבט זשאן קעלי אין זיין בוך איבער די שווארצע מגיפה The Great Mortalility. ותמצא, אז ווען אימער דבר בא לעולם, איז פארדעם געווען רעב באה לעולם אדער חרב בא לעולם.

הערשי האט געשריבן:די גימלען האבן דאך נישט אנגענעמען חרם דרבינו גרשום

הערשי האט געשריבן:א וויירוס קען קונה שביתה זיין אין א בריה נאר אז דאס שאדט אים נישט

:לייק :לייק :לייק

ברוך הבא, איבאלא איז שוין דא

נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 7:27 pm
דורך הערשי
[justify]איבאלא האט דערגרייכט די גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן (פאריגע וואך שוין), און איז אן אנגעלייגטער גאסט אין דעם איינצל-שטערן שטאט. די נייעס סטאנציעס לופטערן אימה'דיגע באריכטן, עלה המוות בחלוננו, אבער די אינסטאצן בארואיגן אז לא תבוא עלינו הרעה.

Ebolavirus.jpg

טאמעס עריק דונקאן (לרפו"ש) פון מאנראוויע ליבעריע האט געהאט דירעקטע באציאונגען מיט איבאלא קראנקע. ער האט טראנספערירט שטערבליך-קראנקע נאנטע אין זיין אויטא צו א שפיטאל אין מאנראוויע. ווען די שפיטאל האט זיי נישט אנגענומען מחמת חוסר מקום, האט ער זיי צוריק אהיים געפירט שטארבן.

דריי טאג דערנאך איז דונקאן ארויסגעפלויגן פון ליבעריע. אין לופטפעלד האט ער אויסגעפילט א פראגע בויגן איבער איבאלא, וויבאלד אנשטעקיגע זענען נישט ערלויבט ארויסגאנג. דונקאן האט ליגן געזאגט אויפן בויגן. ער האט געצייכנט אז ער איז נישט, למיטב ידיעתו, געקומען אין בארירונג מיט קיינע איבאלא פאציענטן. סעפטעמבער ניינצן איז דונקאן אפגעפלויגן פון מאנראוויע קיין בריסל. ויסעו מבריסל ויחנו בוואשינגטאן, ויסעו מוואשינגטאן ויחנו בדאלאס, טעקסאס.

בשעת אידן האבן זיך געגערייט צו אלף סליחות, האט איבאלא געזידט אין דונקאן'ס קערפער, און זיך געגרייט צו דערציטערן מער ווי די פיש אין וואסער. ערב ר"ה האט דונקאן זיך געמאלדן אין א דאלאס עמערזשענסי רום. ער פילט זיך עפעס נישט אזוי אויסגעקניפט. די בויך קוועטשט, די קאפ ווייטאגט, די היץ איז אים אויפגעלויפן. מ'האט אים אפגע'פטרט מיט אנטיביאטיקע און אהיים געשיקט. זונטאג דערויף האט זיך איבאלא שוין צובלאזן אין דונקענ'ן. ער האט זיך גענומען אויסברעכן און איז געווארן א חולה מסוכן ל"ע. מ'האט אים טראנספערירט צוריק צום עמערזשענסי רום, דאסמאל אין אן אמבולאנס. דינסטאג עשי"ת האט די CDC געבראכן די נייעס. איבאלא!

דער עולם איז שטארק אויפגעבראכט אויף דונקאנ'ן. הלמאי ער האט ליגן געזאגט פאר די אינסטאנצן וועלכע ארבייטן אזוי שווער צו איינהאמעווען די מגיפה, און אזוי באוואוסטזיניג האט ער אנגעטראגן א חולאת דא. אלנפאלס, כעסן זיך וועט אונז נישט העלפן. די ארבייט איז יעצט אפצושטעלן איבאלא ס'זאל זיך נישט ווייטער פארשפרייטן. עס זענען אידענטיפיצירט געווארן ארום א הונדערט מענטשן וועלכע זענען געקומען אין בארירונג מיט דונקאן. אויפדערווייל ווייזט זיך אויס אז דונקאן האט דאס ווייטער נישט געטראגן.

דונקאן ווערט באהאנדלט מיט די מעדיצין סידאפאוויר. די מעדעצין איז באצוועקט צו היילן DNA וויירוסן, דורך שטערן א פראטין נויטיג פאר וויירישע DNA נאכקאפירן. מען פרובירט אויס אויב דאס קען ווירקן קעגן אן RNA וויירוס ווי איבאלא אויך. לעת עתה איז דער מצב באצייכנט אלס קריטיש, און מ'ברויך רחמי שמים.

א בעסער רעצעפט, זימאפ ZMapp, איז שוין כלה מן השוק. זימאפ איז אין תוך אן אנטיבאדי ספעציפיש קעגן איבאלא. מיט געוואלדיגער חכמה, אין נאך גרויס געלט געבראקעריי, וואקסט מען זימאפ אין טאבאק בלעטער. מעז יצא מתוק. למעשה איז נאך זימאפ נישט גרייט געווען צום באנוץ ווען די אונטערגאנג האט אויסגעבראכן. די געציילטע דאזעס וואס מ'האט יא געהאט האט מען פארשריבן פאר א געקליבענע צאל אמעריקאנער אין אייראפעער וועלכע זענען אנגעשטעקט געווארן אין פארלויף פון הומאניטערישע באמיאונגען אין אפריקע.

ס'באלד געווען וואס האבן געהאט תרעומות. היתכן די אפריקאנער קרענקן זיך אויס די גאל גיבט מען זיי חרוסת. זאל נאר אפדוכטן אז א ווייסער איז חלילה אנגעשטעקט געווארן, ברענגט מען שוין דאס בעסטע וואס ס'איז פארהאנדן. אנדערע האבן צוריקגעשלאגן אז אין פאל מ'וואלט זיי יא געגעבן א פרואוו רעצעפט, וואלט מען שוין פארפירט אז מ'נוצט אויס די אפריקאנער ווי לאבאראטאריע ראצן. וויאזוי מען זאל נאר טון וועלן זיין טענות.

א חודש צוריק האט א ישראלישע געזעלשאפט, פרוטאליקס, געמאלדן אז זיי קענען פראדוצירן זימאפ אין אינדוסטריאלע קוואנטומען. די נייעס האט אפגעקלינגן אויף דער בערזע. הו-הא, די ישראלים זענען חברה-לייט. קורץ דערנאך האט די געזעלשאפט אביסל צוריקגעצויגן. ס'טייטש, נישט אז קענען, נאר אז זיי וואלטן ווען געקענט קענען. די זשין וואס מ'פלאנצט אריין אין די טאבאק געהערט פאר די מאפ פארמאסוטיקל פירמע וואס האט דאס ערצייגט. אז זיי קריגן ווען די זשין, וואלטן זיי ווען געקענט, לכאורה. זיי זען נישט פארוואס נישט.

פאר א וויילע וועלן מיר פייערן דעם הייליגן יו"ט סוכות, און פארגעסן פון איבאלא. איבאלא וועט אבער נישט פארגעסן פון אונז.[/justify]

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 11, 2014 10:57 pm
דורך געפילטע פיש

נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:15 am
דורך קרעמער1
א קראנקן שוועסטער אין טעקסאס וועלכע האט איהם באדינט איז זעלבסט דיאגנאזירט געווארן מיט די וויירוס טראץ וואס זי האט אויבנאויפיג אנגענומען אלע פארלאנגטע זיכערהייט פארשריפטן
דאס זייעט נעבעך אהן א פארשטענדליכע פחד אין די געגנט
http://www.cnn.com/2014/10/13/health/eb ... is-happen/

דאס איז די ערשטע פאל פון די וויירוס איבערגאנג אין די יו. עס. און די צווייטע אין א מערב וועלט לאנד נאך שפאניע

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 3:00 pm
דורך שמעקעדיג
די געזונטהייט ארגאניזאציע (?) האט געמאלדן אז זיי האבן ענדליך א נייעם וואקסין וואס קען היילן די שעדליכע איבאלע ווירוס.

נשלח: פרייטאג יולי 31, 2015 3:28 pm
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:די געזונטהייט ארגאניזאציע (?) האט געמאלדן אז זיי האבן ענדליך א נייעם וואקסין וואס קען היילן די שעדליכע איבאלע ווירוס.

יא, זיי זאגן אז עס האט א 100% סוקסעס ראטע, דאס איז גאר גאר גוטע נייעס.

World health organisation, א יו.ען. אגענטור.
http://www.google.com/imgres?imgurl=htt ... 8-Ch1zhwDz

נשלח: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 7:45 pm
דורך מי אני
מענין לענין באותו ענין, אז מ׳רעדט פון וויירוסעס און אנטיביאטיקס איז אינטרעסאנט אנצומערקן ווי אזוי מ׳קען נוצן וויירוסעס [bacteriophages] צו היילען מחלות וואס קומען פון באקטעריע וואס זענען רעסיסטענט צו אנטיביאטיקס.

https://youtu.be/YI3tsmFsrOg

נשלח: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 8:15 pm
דורך מי אני
https://youtu.be/6YxNYnHTxAg

דאס איז א מיניסיריס פון נעשינעל דזשיאגרעפיק מיוסד אויף די בוך וואס הערשי דערמאנט.
מי אני האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין, אז מ׳רעדט פון וויירוסעס און אנטיביאטיקס איז אינטרעסאנט אנצומערקן ווי אזוי מ׳קען נוצן וויירוסעס [bacteriophages] צו היילען מחלות וואס קומען פון באקטעריע וואס זענען רעסיסטענט צו אנטיביאטיקס.

https://youtu.be/YI3tsmFsrOg

אין די נאוועמבער אישו פון סייענטיפיק אמעריקן איז געווען אן ארטיקל דערוועגן די סארט פעידזש טעראפי.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:33 pm
דורך מי אני
Ebola.png

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 3:58 pm
דורך מי אני
עס איז אינטרעסאנט אז עס זענען דא וויירוסעס וואס זענען גרויס אזש אזוי ווי א בּאקטעריע צעל; מען רופט זיי דזשיירוסעס על שם ״דזשייענט וויירוס״. די וויירוסעס האבן ווייראפעידזשעס, והיינו [קלענערע] וויירוסעס, וואס פאראזיטן אויף זיי ווען די דזשיירוסעס אינפעקטירן צעלן.

https://youtu.be/1-NxodiGPCU