בלאט 1 פון 2
ווען רעליגיע לעבט אין עשיה אנשטאט אין מחשבה
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 10:40 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז א דבר פשוט פאר יעדעם אז רעליגיע איז מחשבה און הגיון. די געזעצן פון פארשידענע רעליגיעס זענען געווענדליך א תוצאה פון א פארשטאנד אין די טיהאלעזשי פון די ספעציפישע רעליגיע. אלע מצות אין די תורה זענען געבויעט אויף א טיפע פארשטאנד פון פסוקים אין נביאים וכתובים. די געדאנק אז מ'זאל טוען די אלע זאכן און לאזן די מחשבה - די עיקר פון רעליגיע אויף הפקר איז א חורבן.
די מיטל-אלטער איז געווען א שרעקליכע דוגמא פון אט די מענטעלאטי. די מאסן פון סתם מענטשן זענען געווארן צוגעצויגן צו רעליגיע דורך גרויסע רעליגיע מאוומענטס ווי קריסטליכקייט און איסלאם. די מאסן זענען אין גרויס טייל געווען פשוטע פויערן וואס האבן נישט פארשטאנען די מחשבה און די ציהל פון רעליגיע. זייער מחשבה איז געווען פארנומען מיט וועלטליכע נידרעקייטן. זייער רעליגיע האט נאר געלעבט אין עשיה, און זיי האבן עס גאר גענוצט אינטערצוהאלטן זייערע נארישע מחשבות פון שררה און תאוה.
די וועלט האט זיך זייער געטוישט ווען די מאסן איז געווארן ליטעריט און געווארן מער געלערנט. טייל געלערענטע מענטשן האבן געזעהן די שרעקליכע שאדן פון רעליגיע, און זענען אנטלאפן פון איר. צו ווייל זיי זענען בדעה געווען כופרים, אדער זיי האבן געהאלטן אז ס'איז פשוט נישט פראקטיש ווען רעליגיע לעבט אין עשיה, ווי עס ברענגט חרבנות. אנדערע געלערענטע האבן שטודירט רעליגיע און אביסל מחדש געווען אז ס'זאל זיין מער געפאסט פאר נייע צייטן.
רעליגיע איז אבער א זאך וואס לעבט נאך ביי אסאך מענטשן נאר במעשה. די רעליגיע האט נישט גערייניקט זייער הארץ און מחשבות פאר עבודת ה'. פארקערט זיי זענען מושחת במידות און תאוות, און אזוי ווי אין די מיטל -אלטער ניצן זיי רעליגיע אלס א מרכבה צו פירן זייערע נידריגקייט.
מ'זעט ביי איסלאם ווי קרימענאלן האבן איר געהייזשעקט פאר זייערע תאוה פאר מאכט. זיי זאגן אז די ציהל איז הייליג איסלאם. אבער מ'רעדט פון דער בודם און מ'מיינט די קלאץ. די תוצאה איז א שרעקליכע פונקט ווי אמאל.
ליידער לעבן מיר היימישע אידן אויך אין א ענדליכע מצב, כאטש ב"ה זייער ווייט פון אנדערע רעליגיעס, אבער מ'דארף עס זעהן פאר וואס ס'איז. די מחלוקת און שנאת חנם איבער שטותים איז ריין געלעבט, אן מחשבה פון רעליגיע. ס'איז א רעליגיע פון ריין עשיה וואס מ'ניצט אינטער צו שטיצן א דעת פון כבוד, שררה, און תאוה.
די תוצאה איז א חורבן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:07 pm
דורך פארוואס?
זייער ריכטיג און צו דער זאך.
עס בלייבט נאר צו פרעגן, איז עס טאקע אזוי, אז רעליגיע איז אימשולדיג ווען פארדארבענע מענטשן האבן זיך ארויפ געכאפט דערויף, אדער איז רעליגיע שולדיג אין נעמען גוטע מענטשן און זיי פארדארבן צו שלעכטע מענטשן, אז בשעת זיי טוהן שלעכטס, מיינען זיי אז זיי טוהן די ריכטיגסטע זאך.
ווען איך קוק די ווידיאוס פון אייסיס, קומט מיר צומאל ארויף א מחשבה זרה, קען זיין אז דער מערדער טראכט גארנישט קיין שלעכטע כוונות, אפשר טראכט ער אז דאס איז א תיקון פארן נפש פון זיין קרבן. אזוי ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות ס׳פלעגן טראכטן די שוטרים פון בי״ד, בשעת׳ן מקיים זיין די ארבע מיתות בי״ד.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
ווען בי"ד האט מקיים געווען מיתת בית דין איז עס געווען א פראצעדור. די פראצעדור איז להבדיל פונקט ווי א קאורט אין טעקסעס הארגעט א רוצח. אייסיס איז נישט קיין פראצעדור פון ישרות. ס'איז א אנזייעניש פון טעראר. האבן זיי בודק געווען, גענומען עדות וכו' צו יענער איז טאקע א כופר לשיטתם?
דיין נקודה איז נאכאלץ א ברענעדיגע, צו רעליגיע מאכט מענטשען צו רוצחים. און די אמת איז אז ליידער יא, ווען דער מענטש איז א מושחת. און דאס איז טאקע געווען מיין נקודה. ווען א מושחת ניצט א רעליגיעזע רעיון אן די מחשבה און פראצעדור פון די רעליגיע, איז עס טעראר און מארד צו ערפילן זיין השחתה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:56 pm
דורך נולד מאוחר
ווער זאגט אז רעליגיע איז דא בעיקר פאר מחשבה, אפשר איז דע עיקר מעשה.
די חובבת הלבבות פראביערט צי זאגן ווי דיר, איז ער טאקע גערעכט?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 12:59 pm
דורך רויטע וואנצעס
לאמיר קלאר מאכן, רעליגיע איז ריין מחשבה, די דרייצן אני מאמין'ס איז ריין מחשבה. אמונה איז מחשבה. די אלע מעשיות און פעולות איז נאר צו ווייזן און מחזק זיין די רעליגיע. זיי זענען שושבינין. אבער ווען די חתן און כלה זענען נישט דא, ווערט פון א חתונה א לויה, דער הויפט מחותן ליגט אין ארון.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:24 pm
דורך Big Boy
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
מ'זעט ביי איסלאם ווי קרימענאלן האבן איר געהייזשעקט פאר זייערע תאוה פאר מאכט. זיי זאגן אז די ציהל איז הייליג איסלאם. אבער מ'רעדט פון דער בודם און מ'מיינט די קלאץ. די תוצאה איז א שרעקליכע פונקט ווי אמאל..
Who says they hijacked Islam? Who says that ISIS only follows the Quran "bmachsuve" and not "bemaseh"? They do what the Quran tells them to do with Infidels and I'm sure they have very holly kavunes whie doing it
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:29 pm
דורך שבת אחים
פארוואס? האט געשריבן:זייער ריכטיג און צו דער זאך.
עס בלייבט נאר צו פרעגן, איז עס טאקע אזוי, אז רעליגיע איז אימשולדיג ווען פארדארבענע מענטשן האבן זיך ארויפ געכאפט דערויף, אדער איז רעליגיע שולדיג אין נעמען גוטע מענטשן און זיי פארדארבן צו שלעכטע מענטשן, אז בשעת זיי טוהן שלעכטס, מיינען זיי אז זיי טוהן די ריכטיגסטע זאך.
ווען איך קוק די ווידיאוס פון אייסיס, קומט מיר צומאל ארויף א מחשבה זרה, קען זיין אז דער מערדער טראכט גארנישט קיין שלעכטע כוונות, אפשר טראכט ער אז דאס איז א תיקון פארן נפש פון זיין קרבן. אזוי ווי להבדיל אלף אלפי הבדלות ס׳פלעגן טראכטן די שוטרים פון בי״ד, בשעת׳ן מקיים זיין די ארבע מיתות בי״ד.
“With or without religion, you would have good people doing good things and evil people doing evil things. But for good people to do evil things, that takes religion.”
― Steven Weinberg
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:04 pm
דורך ישראל קאפקע
רויטע וואנצעס האט געשריבן:לאמיר קלאר מאכן, רעליגיע איז ריין מחשבה, די דרייצן אני מאמין'ס איז ריין מחשבה. אמונה איז מחשבה. די אלע מעשיות און פעולות איז נאר צו ווייזן און מחזק זיין די רעליגיע. זיי זענען שושבינין. אבער ווען די חתן און כלה זענען נישט דא, ווערט פון א חתונה א לויה, דער הויפט מחותן ליגט אין ארון.
אמונה איז מחשבה, רעליגיע איז סיי אמונה און סיי עשיה (מצוות), אין אידישקייט איז עשיה א גלייכער חלק מיט מחשבה, אין קריסטנטום איז מחשבה/אמונה דער עיקר, און עשיה א זייטיגער טפל, איסלאם גלייך צו אידישקייט איז עשיה אויך א אינטעגראלער חלק, בודהיזם איז נאר מחשבה/אמונה,
ווי רעליגיע היינט צוטאגס ווייזט איז אמונה-עשיה פיל מער סוקסעספול,
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:34 pm
דורך יאיר
אריגינעל איז אידישקייט בלויז געווען אין עשייה. איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך. מחשבה אין יהדות איז געווען א פיל שפעטערע היסטארישע אנטוויקלונג.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:37 pm
דורך ברסלבער
יאיר האט געשריבן:איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך.
ואהבת את ה' אלקיך.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:40 pm
דורך ישראל קאפקע
יאיר האט געשריבן:אריגינעל איז אידישקייט בלויז געווען אין עשייה. איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך. מחשבה אין יהדות איז געווען א פיל שפעטערע היסטארישע אנטוויקלונג.
וואס הייסט, האלב עשרת הדברות!
אנוכי, לא יהיה לך, לא תשא, לא תחמוד,
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:46 pm
דורך יאיר
ברסלבער האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך.
ואהבת את ה' אלקיך.
גאנץ פיין. אבער פון די גאנצע המשך הדברים איז ניכר אז דאס איז נישט עפעס א ציווי אז מ'זאל אין הארץ ליב האבן גאט, ס'איז א ציווי אז מען זאל ארויסווייזן די אהבה דורכ'ן באלאנגען צום באשעפער און טון וואס ער הייסט. פונקט ווי ווען די תורה זאגט "לא תקלל חירש ולפני עיוור לא תתן מכשול, ויראת מאלוהיך", איז דאס נישט דריי באזונדערע ציוויים, איינס נישט שעלטן א חרש, די צווייטע נישט שטרויכלען א בלינדן, און די דריטע אז מ'זאל ציטערן פאר פחד פון גאט, נאר ויראת מאלוהיך גייט ארויף אויף די פריערדיגע מצוות, אז דורכ'ן אויספירן די אלע מצוות ווייזט מען אז מ'האט יראת שמים.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:51 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:אריגינעל איז אידישקייט בלויז געווען אין עשייה. איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך. מחשבה אין יהדות איז געווען א פיל שפעטערע היסטארישע אנטוויקלונג.
וואס הייסט, האלב עשרת הדברות!
אנוכי, לא יהיה לך, לא תשא, לא תחמוד,
אנכי איז נישט קיין ציוי, לא יהיה און לא תשא זענען מצוות מעשיות. לא תחמוד איז נישט קיין חיוב ווי אזוי צו טראכטן אין אמונה וכדו', ס'איז א מדה פון נישט גלוסטן יענעמ'ס זאכן און/אדער טון תחבולות ארויסצונעמען פון זיינע הענט (עי' רמב"ם גזילה ואבידה פ"א הי"א: התאוה מביאה לידי חימוד והחימוד מביא לידי גזל, שאם לא רצו הבעלים למכור אף על פי שהרבה להם בדמים והפציר ברֵעים, יבוא לידי גזל שנאמר (מיכה ב', ב) "וחמדו שדות וגזלו"1. ואם עמדו הבעלים בפניו להציל ממונם או מנעוהו לגזול, יבוא לידי שפיכות דמים. צא ולמד ממעשה אחאב ונבות).
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 3:58 pm
דורך ברסלבער
יאיר האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך.
ואהבת את ה' אלקיך.
גאנץ פיין. אבער פון די גאנצע המשך הדברים איז ניכר אז דאס איז נישט עפעס א ציווי אז מ'זאל אין הארץ ליב האבן גאט, ס'איז א ציווי אז מען זאל ארויסווייזן די אהבה דורכ'ן באלאנגען צום באשעפער און טון וואס ער הייסט. פונקט ווי ווען די תורה זאגט "לא תקלל חירש ולפני עיוור לא תתן מכשול, ויראת מאלוהיך", איז דאס נישט דריי באזונדערע ציוויים, איינס נישט שעלטן א חרש, די צווייטע נישט שטרויכלען א בלינדן, און די דריטע אז מ'זאל ציטערן פאר פחד פון גאט,
קען זיין, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך דארט וואו עס שטייט סוף פסוק, צו דא וואו עס איז אן אנהויב פון א פרשה.
בעצם הענין בין איך נישט אזוי איינשטימיג מיט רויטע'ס רעיונות. איך זעה נישט די פאדים וואס ציהט פונעם עשי' צו די שלעכטע רעזולטאטן וואס דו ברענגסט. אפשר פארקערט? ווען די מוסלומענער וואלטן געלעבט נאר אין עשי', זיי וואלטן געהאלטן דעם קוראן כמצות אנשים מלומדה, וואלטן זיי נישט געווען אזוי ציווילדעוועט און גע'הרג'ט יעדן וואס האלט נישט פונקט ווי זיי. אבער יעצט אז זיי האבן עס גענומען אין די בלוט און מחשבה, דעריבער קענען זיי נישט פארליידן איינעם וואס גלייבט נישט ווי זיי און זיי ווילן אויסראטן די גאנצע וועלט.
אויך ביי די היימישע מחלוקת'ן און מדות רעות, קומט דאס בלויז פון מידות משחתות, דאס האט נישט מיט עשי' פונקט ווי נישט מיט מחשבה.
דער חינוך איז מסביר די מצוה פון "ועצם לא תשברו בו" מיט א פארקערטע רעיון, דער אייבערשטער האט פארשטאנען אז ווען א איד וועט זיל ציגעוואוינען צו טוהן בעשי' די אלע מצות הבורא, אפילו אן מחשבה, אוטאמאטיש וועט דאס אים מאכן פאר א מענטש, ווייל אדם נפעל כפי פעולותיו.
ווען מיר זאלן טאקע טוהן אלע מצות כדבעי בעשי' וואלטן מיר אסאך שענער אויסגעזעהן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:03 pm
דורך מאטי
ס'איז נישט קיין חסרון אז פילאסאפיע איז אנגעקומען שפעטער. און ס'מאכט נישט דעם ענין אלס א קלענערע משמעות. אדרבה! אויב איך מאך נישט קיין טעות איז דער רמב"ם בדעה אז די דור המדבר האט באקומען דאס וואס זיי זענען געווען ביכולות מקבל צו זיין, און מיט די צייט עוואלווד מען צו העכערע באגריפן, און איינמאל ס'ווערט א דבר המובן איז דער פריערדיגע קינדערישע וועג מער נישט רעלעוואנט. א שטייגער ווי דאס ענין פון "א קערפערליכע גאט באגריף.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:06 pm
דורך יאיר
ברסלבער האט געשריבן:דער חינוך איז מסביר די מצוה פון "ועצם לא תשברו בו" מיט א פארקערטע רעיון, דער אייבערשטער האט פארשטאנען אז ווען א איד וועט זיל ציגעוואוינען צו טוהן בעשי' די אלע מצות הבורא, אפילו אן מחשבה, אוטאמאטיש וועט דאס אים מאכן פאר א מענטש, ווייל אדם נפעל כפי פעולותיו.
ווען מיר זאלן טאקע טוהן אלע מצות כדבעי בעשי' וואלטן מיר אסאך שענער אויסגעזעהן.
אין הכי נמי, דאס איז וואס איך זאג. די גאנצע תורה איז געבויט אויף דעם געדאנק אז מען קאנצענטרירט זיך אין עולם העשיה, און די מחשבה איז נאר אויף וויפיל ס'פעלט אויס כדי צו זיין א בעסערע מענטש. שפעטער איז אנטוויקלט געווארן אידישע פילאזאפיע און אני מאמין'ס. אין די תורה עקזיסטירט נישט דער גאנצער מושג. אין גאנץ תנ"ך ווערט כמעט קיין מאל נישט דערמאנט דער מושג פון אן אפיקורס. אן עובד עבודה זרה דארף מען הרג'ען. אבער וואס יענער טראכט ביי זיך אין בעט אונטער די דאכענע - וועמען גייט עס אן?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:08 pm
דורך יאיר
מאטי האט געשריבן:ס'איז נישט קיין חסרון אז פילאסאפיע איז אנגעקומען שפעטער. און ס'מאכט נישט דעם ענין אלס א קלענערע משמעות. אדרבה! אויב איך מאך נישט קיין טעות איז דער רמב"ם בדעה אז די דור המדבר האט באקומען דאס וואס זיי זענען געווען ביכולות מקבל צו זיין, און מיט די צייט עוואלווד מען צו העכערע באגריפן, און איינמאל ס'ווערט א דבר המובן איז דער פריערדיגע קינדערישע וועג מער נישט רעלעוואנט. א שטייגער ווי דאס ענין פון "א קערפערליכע גאט באגריף.
פילאזאפיע איז א שיינע זאך, אבער עס האט נישט קיין גרויסע שייכות מיט רעליגיע. איך קען גלייבן אין אלע אני מאמין'ס און זיין באהאוונט אין אלע אידישע פילאזאפיעס, אבער פון א רעליגיעזן שטאנדפונקט בין איך אויסגעליידיגט אויב עס פעלט אין הרגשים און אין מעשים.
השתא דאתית להכי דארף איך פאררעכטן אביסל מיין פריערדיגער סטעיטמענט, אין תנ"ך ווערט יא געלייגט א שטיקל דגוש אויף הרגשים (ואהבת את ה' אלקיך איז טאקע א גוטע דוגמא), כאטש עס קומט אלס בצירוף מיט מעשים, אבער א ציווי אויף ריין מחשבה (גלייב אזוי, טראכט נישט אזוי) איז לידיעתי נישט פארהאן אין תנ"ך.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:18 pm
דורך לעמיל
ברסלבער האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך טשעלענזש סיי וועמען צו טרעפן אין גאנץ תנ"ך א חיוב צו טראכטן כך וכך.
ואהבת את ה' אלקיך.
מחשבת פיגול האט געפסלט א קרבן זעט מען אין די תורה איז יא אנגעגאנגען ''מחשבה'' וויאזוי צו טראכטן?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 4:22 pm
דורך יאיר
אין די תורה זעט מען עס נישט, אין ש"ס זעט מען עס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 5:39 pm
דורך שמערל
יאיר, אין סדר דברים זעט מען א היבש אביסל יהדות במחשבה, לדוגמה (נצבים) פן יש בכם שורש פורה ראש ולענה כו' והתברך "בלבבו" לאמר כו' ורבצה בו כו',
(ואתחנן) וידעת היום והשבת אל "לבבך" כו',
(כי תבא) תחת אשר לא עבדת ה' אלקך בשמחה ובטוב לבב מרב כל.
אבער אין די אנדערע ד' סדרים זעט מען נישט קיין זכר פון אזעלכע ענינים, (ומכאן פקרו המינים ר"ל כו').
אבער פונקטליך צו די פרטי האמונה זענען עקרים, ד.ה. אז כופר באמונה ולא במעשה איז נישט קיין איד, צו זיי זענען בלויז נאך מצוות בנוסף צו די מצוות מעשיות, צו אפשר זענען זיי דאס אויך נישט, ד. ה. אז איינער וואס גלייב נישט אין זיי באקומט נישט קיין שום עונש, ווייל אין בו מעשה, דאס זענען זאכן וואס איז נישט קלאר מבואר, ונחלקו בו גדולי הראשונים.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]יאיר[/tag] ווען איך רעדט דא פון מחשבה און מעשה, מיין איך נישט צו ציווים פון די רעליגיע זענען בעיסד אויף מחשבה אדער מעשה. אוודאי עכ"פ ביי אידישקייט איז די תורה דיו על גבי נייר ציווים מעשיים. די כונה איז אין מעשיים זעלבסט. א מענטש קען טוען מצות מעשיים ליידיג כגוף בלא נשמה, און ער קען עס טוען מיט מחשבה -אדער רוף עס מיט הארץ - מיט א ציהל צו ווערן נענטער צום באשעפער.
ברסלבער האט געשריבן:איך זעה נישט די פאדים וואס ציהט פונעם עשי' צו די שלעכטע רעזולטאטן וואס דו ברענגסט.
[tag]ברסלבער[/tag] ריכטיג, די עשיה ברענגט נישט שלעכטס, אבער א פראסטע מענטש טוט "נאר" עשייה אן הארץ און מחשבה פון אהבה און יראה, ממילא איז זיין דעת ליידיג און פוסט און השחתה האט מקום צו וואקסן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 6:56 pm
דורך שמעקעדיג
דער חובת הלבבות ווידמעט גאנצעטע בלעטער אויפצואווייזן אז די מצוות הלבבות איז קלאר באשריבן אין תורה נביאים כתובים, עיי"ש ותמצא נחת.